|
אַוואַנסירטע סטודענטן מיט די לערערס א. וואַלדמאַן און י. ניבאָרסקי אינעם נײַעם לייענזאַל |
|
אָנהייב אָקטאָבער האָט אין פּאַריז אויף ס׳נײַ געעפֿנט די טירן דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק, וואָס האָט זיך אָקערשט אײַנגעאָרדנט אין אַן אייגענעם לאָקאַל, אין דער צענטראַלער רעפּובליק–געגנט*. אַזוי אַרום האָט די איבער אַכציק–יעריקע מעדעם–ביבליאָטעק — די וויכטיקסטע אײַנזאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער הײַנט אין אייראָפּע — סוף–כּל–סוף געפֿונען אַן אמתע היים.
אַן אייגענער לאָקאַל, דווקא צוויי מאָל גרעסער ווי דער פֿריִערדיקער, דער געדונגענער — דאָס איז געווען דער חלום פֿון די טוערס און מיטגלידער פֿונעם צענטער אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם לאָקאַל האָט מען געקויפֿט דאָרטן וווּ עס האָט זיך געלאָזט, נישט דווקא צוליבן נאָמען פֿון דער גאַס.
דער צופֿאַל האָט אָבער אַזוי צוגעשפּילט, אַז די גאַס הייסט "שאַטאָ–ד׳אָ", וואָס איבערגעזעצט אויף מאַמע–לשון איז דאָס "וואַסערשלאָס". ווער עס קען די באַרימטע "מעשׂה מיט די זיבן בעטלערס" פֿון רב נחמן בראַצלעווער (פֿון וועמען מע האָט, אַגבֿ, אָפּגעמערקט דאָ נישט לאַנג דעם 200סטן יאָרצײַט), געדענקט מסתּמא, אַז בײַם סוף פֿון דער מעשׂה איז די רייד וועגן אַ "וואַסערדיקן שלאָס", וווּ אַ גערודפֿטע, פֿאַרוווּנדיקטע פּרינצעסין ראַטעוועט זיך פֿון אירע נאָכיאָגערס און ווערט געהיילט. נו, ווי קען מען עס אויסמײַדן צו זען דערין אַ שטיקל סימן? ווי זאָל מען זיך אָפּהאַלטן פֿון טראַכטן, אַז אפֿשר וועט טאַקע אונדזער פֿאַרוווּנדיקטע בת–מלכּה, מאַמע ייִדיש, געפֿינען אויף וואַסערשלאָס–גאַס אַנטרינונג און היילונג?
דער חלום פֿון אייגענעם הויז איז מקוים געוואָרן אַ דאַנק דער הילף פֿון דער "פֿונדאַציע פֿאַרן חורבן–אָנדענק" און אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקייט פֿון הונדערטער שטיצערס, צווישן זיי — פּריוואַטע יחידים, אינסטיטוציעס, פֿונדאַציעס און שטאָטישע, ראַיאָניקע צי מלוכישע אינסטאַנצן. כאָטש דאָס צעטל פֿון די שטיצערס איז אַ לאַנגס, האָבן די צונויפֿגעקליבענע געלטער קוים געקלעקט אויפֿן ריזיקן נייטיקן רעמאָנט, אויף דער אויסשטאַטונג און אויפֿן אַריבערציִען זיך גופֿא. די אָנפֿירערס פֿונעם ייִדיש–צענטער האָבן זיך געשניטן די פֿינגער אויף צו דערגרייכן די מינימאַל נייטיקע באַדינגונגען פֿאַר דער אַקטיוויטעט פֿון דער אינסטיטוציע. אַ גרויסן טייל פֿון דער אַרבעט האָבן דורכגעפֿירט פֿרײַוויליקע.
באַזונדערס אָנגעשטרענגט איז געווען די אויפֿגאַבע פֿון אַריבערברענגען די ביכער. נישט אַזוי גרינג פֿירט מען אַריבער און מען אָרדנט צוריק אײַן אַן אוצר פֿון אַרום 35 טויזנט בענד (ס׳רובֿ אויף ייִדיש, אָבער אויך אַ סך אין פֿראַנצויזיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן), מיט דערצו נאָך אַ סך טויזנטער דובלעטן וואָס די ביבליאָטעק האַלט אין רעזערוו. הײַנט די דאָקומענטן, בילדער, אַרכיוון פֿון ייִדישע שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע פּערזענלעכקייטן — דאָס זענען הונדערטער שאַכטלעך, צו וועלכע מע דאַרף נאָך צורעכענען אָן אַ שיעור פֿילמען, רעקאָרדירונגען פֿון לידער, מוזיק, רעפֿעראַטן… בײַ אָט דער אויפֿגאַבע האָבן די פֿרײַוויליקע פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק ממש באַוויזן גבֿורות, אונטער דער קלוגער השגחה פֿון ביבליאָטעק–דירעקטאָר און פֿון ביידע יונגע ביבליאָטעקאַרשעס, וועלכע האָבן זיך אַליין ממש אַרויסגעשלאָגן פֿון די כּוחות. סטודענטן און מיטליעריקע ייִדיש–ענטוזיאַסטן, פֿרויען און מענער, האָבן וואָכן לאַנג, אינעם אַלטן לאָקאַל, פֿלינק פֿאַרפּאַקט און באַקוויטלט שאַכטלעך מיט ביכער און פּעק מיט צײַטשריפֿטן. מער ווי אַ מנין חבֿרים האָבן פֿאַרברענגט אַ גרעסערן טייל פֿון לעצטן זומער אין די קעלערן פֿונעם נײַעם לאָקאַל. זיי האָבן מיט די אייגענע הענט אויפֿגעשטעלט די מעטאַלענע פּאָליצעס, אויסרעכענענדיק דערבײַ ווי צום בעסטן אויסניצן יעדעס פּיצעלע אָרט. זיי האָבן געשלעפּט שווערע ביכער–קאַסטנס, אויפֿגעפּאַקט, סאָרטירט, צעשטעלט… דערבײַ האָבן זיי געמוזט כּסדר פֿירן אַ קאַמף מיטן שטויב און גרוז פֿונעם נאָך נישט–פֿאַרענדיקטן רעמאָנט, כּסדר רוימען און ווישן. צווישן זיי האָבן אויפֿגעטויכט טאַלאַנטן : אַ צוריקגעצויגענער דאָקטער האָט באַוויזן אומדערוואַרטע פֿעיִקייטן אויפֿן געביט פֿון פּאָליצעס–אַרכיטעקטור, אַ געוועזענער בוכהענדלער האָט זיך אַנטפּלעקט ווי אַ געניטער מעטאַל–זעגער, אַ טעאַטער–פֿאָרשער האָט אויפֿגעטאָן וווּנדער מיט דער עלעקטריע, די פֿאָרזיצערין אַליין האָט פֿאַרבליפֿט מיט איר געניטשאַפֿט אין מײַסטרעווען און מאַלעווען…
די בשותּפֿותדיקע אַרבעט איז אָנגעגאַנגען אין אַ שטימונג פֿון ענטוזיאַזם און פֿרײַנדשאַפֿט, אָבער אַז מען איז אָנהייב האַרבסט כּמעט ווי פֿאַרטיק געוואָרן, זענען מיטאַרבעטער און פֿרײַוויליקע געווען מיד און מאַט און אויסגעמוטשעט. פֿונדעסטוועגן האָט מען תּיכּף גענומען באַדינען די לייענערס, און באַלד אָנגעהויבן דאָס לערניאָר מיט די צען ייִדיש–קורסן פֿאַר דערוואַקסענע, די וועכנטלעכע קינדערשול, די שמועס־קרײַזן, וואַרשטאַטן, סעמינאַרן, רעפֿעראַטן…
דער נײַער לאָקאַל פֿאַרמאָגט אַ רחבותדיקן לייענזאַל, דרײַ באַקוועמע קלאַסצימערן, אַ גרויסן זאַל פֿאַר וויכטיקערע לעקציעס און קינסטלערישע אַרויסטריטן, ביוראָען פֿאַר די מיטאַרבעטער, אַ שטיקל ביכערקראָם, אַ באַשיידן קאַפֿעטעריע–ווינקל און גענוג פּלאַץ פֿאַר אויסשטעלונגען. אָנהייב דעצעמבער וועט זײַן דער אָפֿיציעלער חנוכּת–הבית.
מיט דעם אָבער ענדיקט זיך נישט די געשיכטע; פֿאַרקערט, זי הייבט זיך ערשט אָן. איצט ליגט אויף די פּלייצעס פֿון די טוערס פֿון דעם פּאַריזער ייִדיש–צענטער אויסצוצאָלן אין משך פֿון אַ שיין ביסל יאָרן די גרויסע באַנק–הלוואה וואָס מע האָט — שוין בײַ אַלע גליקן — געמוזט נעמען. און דער עיקר ליגט אויף זיי די אויפֿגאַבע צו באַלעבן דעם נײַעם לאָקאַל, צו מאַכן פֿון אים אַ וואַרעמע נעסט און אַן אויסשטראַלונגס–פּונקט, מיט דער איכות און מיט דער מדרגה צו וועלכע די ייִדישע קולטור איז ראוי. אַ גאָר שווערע, אָבער אויך אַ גאָר דערהויבענע שליחות.
* Maison de la Culture Yiddish — Bibliothèque Medem ;
29 rue du Château d׳Eau, 75010 Paris
בליצפּאָסט–אַדרעס: medem@yiddishweb.com
וועבאָרט פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער:
www.yiddishweb.com
אינטערנעץ–קאַטאַלאָג פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק: www.rachelnet.org