- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער, איז אונטערן דאַך פֿון "אונעסקאָ" פֿאָרגעקומען דער סימפּאָזיום "ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער". דער עולם האָט אויף יעדער זיצונג געציילט צווישן 250 און 400 צוהערערס. דעם סימפּאָזיום האָט אָרגאַניזירט די פֿאַרשטייערשאַפֿט פֿון "בני–ברית" בײַ דער "אונעסקאָ", מיט דער מיטווירקונג פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק. ער איז געווען אָפּגעגעבן די נײַע דרכים און מיטלען, מיט וועלכע מען אַרבעט הײַנט איבער דער וועלט אויף איבערצוגעבן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור. אָנהייב אָקטאָבער האָט אין פּאַריז אויף ס׳נײַ געעפֿנט די טירן דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק, וואָס האָט זיך אָקערשט אײַנגעאָרדנט אין אַן אייגענעם לאָקאַל, אין דער צענטראַלער רעפּובליק–געגנט*. אַזוי אַרום האָט די איבער אַכציק–יעריקע מעדעם–ביבליאָטעק — די וויכטיקסטע אײַנזאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער הײַנט אין אייראָפּע — סוף–כּל–סוף געפֿונען אַן אמתע היים. אַן אייגענער לאָקאַל, דווקא צוויי מאָל גרעסער ווי דער פֿריִערדיקער, דער געדונגענער — דאָס איז געווען דער חלום פֿון די טוערס און מיטגלידער פֿונעם צענטער אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם לאָקאַל האָט מען געקויפֿט דאָרטן וווּ עס האָט זיך געלאָזט, נישט דווקא צוליבן נאָמען פֿון דער גאַס. לעצטן 30סטן סעפּטעמבער איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען אַ באמת אומגעוויינטלעכע צערעמאָניע. די היסטאָריקערין אַנעט וועוויאָרקע, פֿון די אָנגעזעענסטע פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון דריטן חורבן, האָט באַקומען דעם מעדאַל "אָפֿיציר פֿון מלוכה–אָרדן פֿון ערן–לעגיאָן" — איינע פֿון די חשובֿסטע אויסצייכענונגען וואָס פֿראַנקרײַך טיילט אויס יענע בירגער, וואָס האָבן געברענגט אַ באַזונדערס וואָגיקן בײַטראָג פֿאַרן לאַנד אויף וואָסער עס איז געביט. אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער לאַורעאַטין, זענען אויף דער פֿײַערונג געזונגען געוואָרן לידער אויף ייִדיש — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִחוסדיקן ערן–לעגיאָן, וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אים אײַנגעפֿירט אין 1802. פֿאַר דער ייִדיש–וועלט האָט אַנעט וועוויאָרקע נישט נאָר אַ וויכטיקן אייגענעם זכות, נאָר אויך אַ גרויסן זכות–אָבֿות. ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות, "אַ גילגול פֿון אַ ניגון", פֿון י. ל. פּרץ. "די־ווי־די"–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, מיטן "לופֿט–טעאַטער", 2009. רפֿאל גאָלדוואַסער איז אַ ייִדישער אַקטיאָר מיט אַ באַזונדערן גאַנג, עפּעס וואָס איז אין אונדזערע צײַטן אומגעוויינטלעך, און אפֿשר ממש איינציק. אַ געבוירענער אין אַרגענטינע, אַן אַקטיאָר בן אַקטיאָר (זײַן טאַטע, זישע גאָלדוואַסער, איז דאָרטן געווען גוט באַקאַנט סײַ פֿון דער בינע, סײַ ווי אַ רעציטאַטאָר), האָט ער זיך געלערנט טעאַטער בײַ גרויסע מײַסטערס אין פּאַריז, אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר אין ישׂראל און וווינט שוין איצט אַרום אַ פֿערטל יאָרהונדערט אין שטראַסבורג. |