טעאַטער
פֿון יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רפֿאל גאָלדוואַסער אין אַ סצענע פֿונעם ספּעקטאַקל "אַ גילגול פֿון אַ ניגון"
רפֿאל גאָלדוואַסער אין אַ סצענע פֿונעם ספּעקטאַקל "אַ גילגול פֿון אַ ניגון"

"אַ גילגול פֿון אַ ניגון", פֿון י. ל. פּרץ. "די־ווי־די"–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, מיטן "לופֿט–טעאַטער", 2009.

רפֿאל גאָלדוואַסער איז אַ ייִדישער אַקטיאָר מיט אַ באַזונדערן גאַנג, עפּעס וואָס איז אין אונדזערע צײַטן אומגעוויינטלעך, און אפֿשר ממש איינציק. אַ געבוירענער אין אַרגענטינע, אַן אַקטיאָר בן אַקטיאָר (זײַן טאַטע, זישע גאָלדוואַסער, איז דאָרטן געווען גוט באַקאַנט סײַ פֿון דער בינע, סײַ ווי אַ רעציטאַטאָר), האָט ער זיך געלערנט טעאַטער בײַ גרויסע מײַסטערס אין פּאַריז, אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר אין ישׂראל און וווינט שוין איצט אַרום אַ פֿערטל יאָרהונדערט אין שטראַסבורג. דאָרטן, אין אַ סבֿיבֿה וואָס איז בײַם אָנהייב אין גאַנצן נישט גינציק געווען צו ייִדיש טעאַטער און צו ייִדיש בכלל, האָט גאָלדוואַסער עקשנותדיק געאַקערט דעם שווערן באָדן אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז ער האָט אויפֿגעטאָן ממשותדיקס — סײַ אויפֿן טעאַטער–געביט, סײַ פֿאַרן אויפֿהאַלט פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַלגעמיין.

זײַן "לופֿט–טעאַטער" האָט שוין דורכגעמאַכט פֿאַרשיידענע פּעריאָדן. אַ מאָל איז ער רײַכער אין מענטשן און מיטלען, אַ מאָל — אָרעמער. נאָר ווי עס זאָל נישט זײַן — אַלע עטלעכע יאָר קומט פֿון שטראַסבורג אַרויס עפּעס נײַעס. ער האָט שוין געשטעלט אי גאַנצע פּיעסעס, אי ספּעקטאַקלען מיט רעציטירטע פּראָזע–שאַפֿונגען. ער האָט שוין געשפּילט סײַ אין ייִדיש, סײַ אין פֿראַנצייזיש, סײַ מישנדיק ביידע שפּראַכן. די אַרויסטריטן זענען אַ מאָל איינפּערזאָניק און אַ מאָל מיט אַ קליינער טרופּע. אַזוי צי אַזוי — גאָלדוואַסער איז כּסדר שאַפֿעריש.

הײַנט צו טאָג, ווען אַ סך מאַכן זיך אַ גרינג לעבן און שפּילן "ייִדיש טעאַטער" אין דער פֿאָרעם פֿון פֿאַרווײַלונגס–רעוויוען מיט וואָס ווייניקער ייִדיש, האָט גאָלדוואַסער אויסגעקליבן אַ האַרבערן וועג: ער ברענגט אַרויף אויף דער סצענע דאָס וואָרט פֿון מאַנגער צי באַשעוויס, שלום–עליכם צי פּרץ — און נוצט אויס אַלע מיטלען, אַז מע זאָל עס פֿאַרשטיין. פֿאַרשטיין, נישט פֿאַרביליקערן.

ווי מע האָט זיך געקענט ריכטן, האָט אַזאַ אײַנשטעל אים נישט תּיכּף צוגעצויגן דעם ברייטסטן עולם. אַ לענגערע צײַט איז ער געווען באַקאַנט בעיקר אין מערבֿ–אייראָפּע. נאָר אין גאַנג פֿון די יאָרן האָט זײַן געדולדיקע קינסטלערישע אַרבעט זיך גענומען אָנזען. הײַנט ווייס די וועלט פֿון אים. הײַיאָר האָט מען אים פֿאַרבעטן אויף וויכטיקע אַרויסטריטן אין פּוילן און אין קאַנאַדע. זײַן אויפֿטו ווערט אויך בעסער באַקאַנט און פֿאַרשטאַנען אַ דאַנק אַ פּאָר געראָטענע פֿילמען וואָס מע קען איצט קריגן.

דער נײַסטער פֿון די פֿילמען איז טאַקע געמאַכט אויפֿן יסוד פֿון י. ל. פּרצעס מײַסטער–דערציילונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון" — פֿון די שענסטע און טיפֿסטע זאַכן אינעם באַנד "חסידיש". די לייענערס פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען אַוודאי דעם דאָזיקן מאָנאָלאָג וווּ דער נאַראַטאָר, אַ טאַלנער חסיד, רעדט וועגן דער גײַסטיקייט פֿון מוזיק. אַ ניגון איז ווי אַ מענטש: ער קען זיך דערהייבן צו הויכע מדרגות און ער קען זיך אַראָפּלאָזן צו דער טיפֿסטער געפֿאַלנקייט; ער לעבט, ער שטאַרבט און ער קען צוריק אויפֿשטיין צום לעבן. אַרום דעם דאָזיקן געדאַנק פֿאַרשפּינט זיך אַ מעשׂה, וואָס איז אַ הויכפּונקט פֿון פּרצעס קונסט.

איבערגעבן אין אַ פֿילם אַזאַ וווּנדערלעכן מאָנאָלאָג איז נישט פֿון די קליינע פֿאַרמעסטן. דער טעקסט איז אַ שווערער צוליב דעם געדיכטן חסידישן לשון–קודשדיקן וואָקאַבולאַר און צוליב פּרצעס רמזימדיקן סטיל. גאָלדוואַסער קירצט קוים דאָ און דאָרטן. אָבער בכלל בלײַבט ער געטרײַ דעם טעקסט. ווי זשע גיט זיך דערמיט אַן עצה אַ שוואַכערער ייִדיש–קענער? פֿאַראַן ענגלישע אונטערשריפֿטן וואָס העלפֿן אים אַרויס, אָבער אַ סך וויכטיקער איז דאָס, וואָס דער אַקטיאָר אַליין טוט כּדי צו דערנענטערן דעם צוקוקער צו פּרצעס מקורותדיקער שאַפֿונג.

רפֿאל גאָלדוואַסער האָט אין דעם זינען אויסגעאַרבעט זײַן אייגענעם נוסח. דאָס, וואָס דער דורכשניטלעכער צוקוקער קען פֿאַרפֿעלן פֿונעם זינען פֿון די רייד, סטאַרעט זיך גאָלדוואַסער צו דערגאַנצן מיט דער שטאַרקייט פֿונעם אויסדרוק. ער זאָגט אַרויס די זאַצן מיט אַ גאָר שאַרפֿער דיקציע, און אַ הערעלע פּאַמעלעכער ווי ער וואָלט דאָס געטאָן ווען ער האָט אין זינען אַ הונדערט פּראָצענטיק ייִדיש–קענענדיקן עולם. מיטן זעלביקן ציל — מאַכן פֿאַרשטענדלעכער די רייד — באַטאָנט ער זיי אויך שטאַרקער און בולטער.

נישט נאָר די שטים ווערט בײַ אים אײַנגעשפּאַנט אין דער אויסטײַטשערישער אויפֿגאַבע, נאָר דער גאַנצער גוף. דער מאָנאָלאָגיסט שטייט נישט אײַן אויף איין אָרט. ער באַוועגט זיך כּסדר צווישן די עלעמענטן פֿון אַ פּשוטער און קלוגער דעקאָראַציע: אַראָפּהענגענדיקע טליתים, עלעהיי פֿאָרהאַנגען, וואָס טיילן אײַן סימבאָליש און עסטעטיש דאָס וויזועלע פֿעלד. דאָ טראָגט זיך דער אַקטיאָר איבערן שטח, דאָ שטעלט ער זיך אָפּ, דאָ האָצקעט ער זיך כּלומרשט אויף דער בויד פֿון מאַכנאָווקע קיין באַרדיטשעוו און צוריק. ער אַרבעט מעשׂים מיטן פּנים, מיט לײַב און לעבן — אַ גוט דורכגעטראַכטע און שפּאַנענדיקע דינאַמיק, אַבי באַלײַכטן דאָס וואָרט און עס מאַכן צוטריטלעכער.

אַזאַ נוסח האָט אַ סך מעלות, אָבער ער מינערט עפּעס פֿון דער דערציילערישער געמיטלעכקייט. אין געוויסע קלימאַקס–מאָמענטן (די שילדערונג פֿון אַ טעאַטער–פֿאָרשטעלונג אין קיִעוו, למשל), איז גאָלדוואַסערס אויסטײַטשונג שוין צו הילכיק און רירעוודיק. ער וואָלט זיך אין אַזעלכע מאָמענטן געדאַרפֿט אַ ביסל צוימען. סוף–כּל–סוף איז דאָך פּרצעס חסידישער נאַראַטאָר דער באַשיידן–בנעימותדיקער (אָבער פֿאָרט חריפֿותדיקער) יוחנן מלמד, וואָס האָט ליב צו דערציילן אַ מעשׂה מיט "פּשוטע דיבורים, אָן זאַלץ און אָן שמאַלץ". ווער עס האָט אים אין זינען, וועט אפֿשר אויך נישט אין גאַנצן באַרעכטיקן די בדחנישע טענער וואָס גאָלדוואַסער נעמט אָן דאָ און דאָרטן, מיט אַ זינגעוודיקייט וואָס נישט אַלע מאָל פּאַסט זי זיך צו די רייד.

די דאָזיקע קלענערע שאָטנס פֿרעגן אָבער נישט אָפּ די אויסערגעוויינטלעכע קוואַליטעט פֿון גאָלדוואַסערס אַרבעט. אַגבֿ, נישט נאָר זײַנע. דער פֿילם איז רעזשיסירט געוואָרן מיט פֿיל פֿאַרשטאַנד און געשמאַק דורך מאַריעט פֿעלטין. איר האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצומײַדן די פּאַסטקע פֿון איינטאָניקייט, דורך ענדערן אָפֿט דעם פֿילמיר–ווינקל און איבעררײַסן די פֿראָנטאַלע רעציטאַציע מיט גוט צוגעקליבענע בילדער, וואָס באַגלייטן אויפֿן עקראַן דעם אַקטיאָרס געשטאַלט אָדער פֿאַרטרעטן זי, איבערלאָזנדיק נאָר זײַן שטים אין הינטערגרונט. מוזיק און קלאַנג (פֿון זשאַן–ריימאָנד געליס) באַגלייטן און הייבן אַרויס ווי געהעריק די שטימונגס–שאַטירונגען פֿון פּרצעס דערציילונג. אַן אויסגעצייכנטע באַלײַכטונג און די שוין דערמאָנטע מינימאַלע טליתים–דעקאָראַציע ווירקן אויך שטאַרק. אַלץ אין איינעם מאַכט פֿון אָט דעם נײַעסטן גילגול פֿון פּרצעס "גילגול פֿון אַ ניגון" אַ זייער געראָטענע שאַפֿונג. ס'איז אַ מזל וואָס די "די־ווי־די"–טעכניק דערמעגלעכט אַרײַנצוברענגען אַזאַ שאַפֿונג אין ביבליאָטעקן, לערן–אַנשטאַלטן און היימען, אומעטום וווּ מע שעצט די ייִדישע ליטעראַטור און די ייִדישע וואָרטקונסט.

Vu ken men koyfn di dozike dividi

Der doziker artikl hot mikh zeyer farinteresirt in dem film vegn Goldvasers retsitatsye. Ikh halt az a sakh andere mentshn zenen punkt azoy vi ikh farinteresirt in koyfn di dividi, nor ikh ken zi nit gefinen in internets. Zayt azoy gut un publikirt an adres vu me ken bashteln dem film. Mit hartsike grusn, Martin