|
עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע: "בײַם אוצר פֿון ייִדיש"
Esfir Bramson-Alperniene:
Prie Judaikos Lobio
ליטווישע מאַרטינאַס מאַזשווידאַס נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק.
ווילנע 2009.
315 ז״ז (ליטוויש און ייִדיש). |
|
ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות,
וואָס די דײַטשע אָקופּאַנטן — און נאָך זיי, די סאָוועטישע מאַכט — האָבן אַלץ געטאָן זיי אומצוברענגען און צעראַבירן. זי איז אויך די, וועלכע האָט אָן אַ שיעור געהאָלפֿן פֿאָרשערס און לערנערס וואָס האָבן באַדאַרפֿט אָנקומען צו די דאָזיקע מאַטעריאַלן, נאָך דעם ווי זיי זײַנען צוריק ביסלעכווײַז צוטריטלעך געוואָרן.
אין זכות פֿון איר אומדערמידלעכער אַרבעט, איז פֿירע בראַמסאָן זינט אַ צײַט מיט יאָרן געוואָרן אַ באַקאַנטע און באַליבטע פּערזענלעכקייט אין די ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע קרײַזן איבער דער וועלט. אין ניו–יאָרק און אין פּאַריז, אין אַמסטערדאַם, פּאָטסדאַם, טריר, דיסלדאָרף און מסתּמא אין נאָך אַ ריי ערטער (און אין ווילנע גופֿא, פֿאַרשטייט זיך), אויף פֿאָרשערס–צוזאַמענפֿאָרן און אינטערנאַציאָנאלע סעמינאַרן צי קולטור–אונטערנעמונגען, איז זי אַרויסגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן איבער דער געשיכטע און קעגנוואַרט פֿון דער ייִדישער קולטור אין דער ליטע. כאָטש איר וויסנשאַפֿטלעכע קולטור באַגרענעצט זיך ווײַט נישט צו ייִדישער ביבליאָגראַפֿיע, און כאָטש זי באַהערשט ליטוויש, רוסיש, דײַטש, פּויליש — איז זי מערסטנס אַרויסגעטראָטן דווקא אויף ייִדיש. אין איר מאַמע–לשון קלינגען נאָך אָפּ עד–היום אַלע חנען פֿונעם לעבעדיקן, צאַפּלענדיקן און צו מאָל שטיפֿערישן ריידשטייגער פֿון דער צווישן–מלחמהדיקער ייִדישער יוגנט, און ווער עס שמועסט מיט איר פֿרעגט זיך, צי דאָס האָט פֿירעס נאָך אַלץ יוגנטלעכער ברען איר דערלויבט אויפֿצוהיטן די פֿרישקייט פֿון איר לשון, אָדער פֿאַרקערט — צי איז נישט ייִדיש אַליין דער סוד פֿון איר קראַפֿט און אויסדויער אויף דער עלטער.
הײַנט, צו פֿירע בראַמסאָנס 85סטן יוביליי, פּובליקירט די ליטווישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק אַ שיינעם צוויישפּראַכיקן באַנד מיט אירע עסייען און רעפֿעראַטן. דער פֿאַקט אַליין, אַז אַ ליטווישע מלוכה–אינסטיטוציע, און גראָד פֿון די וויכטיקסטע, גיט אַרויס אַ בוך וועגן דער חשיבֿות פֿון דער ייִדישער קולטור אין דער ליטע — פֿאַרדינט שוין אַ שהחיינו. נאָך מער אָנגעלייגט איז, וואָס דער באַנד דערשײַנט — אויף דער מחברטעס בפֿירושן פֿאַרלאַנג — צוויישפּראַכיק, אָפּגעבנדיק כּבֿוד דעם ייִדישן וואָרט און דעם ייִדישן אות.
נאָר איין טעקסט אינעם בוך דערשײַנט בלויז אויף ליטוויש. דאָס איז די ערשטע אַרבעט: "אַ פֿאַרשוווּנדענע און צוריקגעפֿונענע וועלט" — אַ דרײַסיק–זײַטיקער איבערבליק פֿון דער אויטאָרין איבער איר אייגענעם לעבנסוועג, אָפּגעשריבן פֿון דער מאַגנעטאָפֿאָנישער אויפֿנאַמע דורך פּראָפֿ' מינדאַוגאַס קוויעטקאַוסקאַס, דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ליטווישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר בײַם ווילנער אוניווערסיטעט. אַגבֿ: פּראָפֿ' קוויעטקאַוסקאַס, וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש, האָט ווי אַ סטודענט און פֿאָרשער אויך גענאָסן בשעתּו פֿון פֿירע בראַמסאָנס אָריענטאַציע און הילף. די דאָזיקע ערשטע אַרבעט באַקענט אונדז מיט פֿ. בראַמסאָנס ביאָגראַפֿיע.
פֿירע איז געבוירן אין קאָוונע. פֿון טאַטנס צד שטאַמט זי פֿון אַ משפּחה וואָס האָט זינט דורות געהערט צו די אינטעלעקטועלע און געזעלשאַפֿטלעך–אַקטיווע כּוחות פֿון דער ייִדישער קהילה. איר פֿאָטער טובֿיה (אויף רוסיש טימאָפֿיי) האָט שטודירט מאַטעמאַטיק אין פּעטערבורג, געווען אַ מענטש מיט אַ ברייטער קולטור און הויכע אינטעלעקטועלע פֿאָדערונגען. איינער פֿון די פֿעטערס, לעאָן בראַמסאָן (1869—1941), איז געווען אַ דעפּוטאַט אין דער דומע, איינער פֿון די גרינדערס פֿון וועלט–פֿאַרבאַנד "אָרט" און פֿאָרזיצער פֿון "אָרט" אין פֿראַנקרײַך. (אַגבֿ, צווישן דער הילע און דעם שער–בלאַט פֿונעם בוך איז אָפּגעדרוקט אַ זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די זיידע–באָבע משה און לאה בראַמסאָן, אַראָפּגענומען אויף זייער זילבערנער חתונה אין 1905 צוזאַמען מיט זייערע נײַן קינדער). פֿירעס מוטער, לאה מאַנע, האָט געשטאַמט פֿון ווײַסרוסלאַנד און איז געווען אַן אַקושערקע. פֿירע מאַכט דורך אירע לימודים אין דער קאָוונער ייִדישער שלום–עליכם גימנאַזיע. אין יוני 1941 ענדיקט זי די שול. אַלץ איז גרייט אַז די יונגע אַביטוריענטין זאָל אַוועקפֿאָרן קיין לענינגראַד, מיטן פּלאַן דאָרטן צו שטודירן ביאָלאָגיע. דער נאַצישער אָנפֿאַל אויפֿן ראַטן–פֿאַרבאַנד קומט אָבער פֿאָר ממש אין דער זעלבער דאַטע און ענדערט טראַגיש אַלע פּלענער.
נאָך פּײַנלעכע וואַנדערונגען מיט אַנדערע פּליטים ווערט זי פֿאַרוואָרפֿן קיין אַלמאַ–אַטאַ (קאַזאַכסטאַן). דאָרטן לעבט זי איבער קאַלטס און וואַרעמס, ביז זי קריגט אַ שטעלע אין געריכט, וווּ מע שאַצט אָפּ איר אַרבעטס–פֿעיִקייט און שפּראַכן–קענטעניש.
נישט וועלנדיק בלײַבן נאָך דער מלחמה אין ראַטן–פֿאַרבאַנד, קערט זיך פֿירע צוריק קיין ליטע, וווּ זי קריגט ווײַטער אַרבעט אין די ווילנער געריכט–אינסטאַנצן. זי שטודירט אויך יורי אויפֿן ווילנער אוניווערסיטעט. בײַ דער ערשטער געלעגנהייט פֿאָרט זי קיין קאָוונע און דערוויסט זיך דאָרטן, אַז ביידע עלטערן און די שוועסטער גיטע זענען אומגעקומען, ווי דאָס רובֿ קאָוונער ייִדן.
|
עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע |
|
אין איר קאַפּיטל זכרונות שילדערט פֿ. בראַמסאָן די אונטערדריקונג פֿון דעם ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אונטערן סאָוועטישן רעזשים, ביז די פּערעסטראָיקע–צײַטן. דאָס איז די צײַט ווען פֿירע ווערט פֿאַרבעטן מיטצואַרבעטן אין "ביכער–פּאַלאַץ" מיט דער שליחות זיך אָפּצוגעבן מיט ייִדישע ביכער, פּעריאָדיק און דאָקומענטאַציע — אַ שליחות וואָס זי האָט אין משך פֿון צוואַנציק יאָר ווירדיק און שלימותדיק אויסגעפֿירט.
די הויפּט–טעמע פֿונעם בוך איז דער עבֿר און ווײַטערדיקער גורל פֿון ייִדישן ספֿר און בוך אין ווילנע. דאָס הייבט זיך אָן מיט אַ קורץ אַרטיקעלע וואָס באַרירט אַ קלענערן "זשאַנער" אין דער אַמאָליקער ייִדישער פֿאַרלאַג–פּראָדוקציע: די לוחות וואָס ווילנער דרוקערײַען פֿלעגן אין 19טן יאָרהונדערט אַרויסגעבן פֿאַר גאַנץ מיזרח–אייראָפּע, וווּ זײַט בײַ זײַט מיט די ייִדישע יום–טובֿים און אַנדערע אינפֿאָרמאַציעס פֿון ייִדישן לעבנס–שטייגער געפֿינען זיך דאַטעס פֿון ירידן, באַן–טאַריפֿן און נאָך פּרטים וואָס אַ ייִד אַ סוחר דאַרף וויסן.
לענגער און גרינטלעכער זענען די עסייען וועגן ייִדישע ביבליאָטעקן אין ווילנע. מיט פּינקטלעכקייט און ייִראת–הכּבֿוד האָט דאָ פֿירע בראַמסאָן צונויפֿגענומען די פֿולע אינפֿאָרמאַציע וועגן די אויסערגעוויינטלעכע ספֿרים– און ביכער–אײַנזאַמלונגען, וואָס זענען געווען דער שטאָלץ פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער ווילנע און פֿון גאַנצן ליטווישן ייִדנטום. אויפֿן ערשטן אָרט, געוויינטלעך, די שטראַשון–ביבליאָטעק. צו ערשט איז דאָס געווען די פּריוואַטע זאַמלונג פֿון דער שטראַשון–משפּחה — אַ פֿאַמיליע פֿון תּלמידי–חכמים און פּרנסים — דער עיקר פֿונעם ביבליאָפֿיל, מעצענאַט און כּלל–טוער מתּתיהו שטראַשון (1817—1885), וועלכער האָט אין זײַן צוואה זי איבערגעלאָזט דער קהילה. אַ צווייטע וויכטיקע קאָלעקציע איז געווען בײַ דער "חבֿרה מפֿיצי–השׂכּלה". דער דאָזיקער ביבליאָטעק, וואָס איז אין 1921 אַריבער אין רשות פֿון דער קהילה, איז באַשערט געווען צו שפּילן אַ באַזונדערע ראָלע אין ווילנער געטאָ, אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם וואַרשעווער ביבליאָטעקאַר הערמאַן קרוק און פֿון דעם לעגענדאַרן געוועזענעם ביבליאָטעקאַר פֿון דער שטראַשון–ביבליאָטעק, חייקל לונסקי. איבער 1,800 געטאָ–ייִדן זענען דאָרטן געווען פֿאַרשריבן ווי לייענערס. צווישן אָנהייב 1941 און סוף 1942, בשעת מע האָט כּסדר געמוזט צורעכענען צו דער קדושים–מחנה אַלץ מער און מער לייענערס, ווי אויך טייל ביבליאָטעק–טוערס, זענען פֿאָרט אַרויסגעגעבן געוואָרן צום לייענען הונדערט טויזנט ביכער. מיט באַזונדערער פּיעטעט באַהאַנדלט ע. בראַמסאָן די געשיכטע פֿונעם ווילנער ייִוואָ זינט זײַן גרינדונג אין 1925, און פֿון זײַנע רײַכע זאַמלונגען.
דורך די פֿינף אַרטיקלען וואָס ווערן אָפּגעגעבן דעם ענין ביבליאָטעקן, דערוויסט מען זיך אַ שלל מיט פּרטים פֿונעם גורל פֿון די אַלע פֿאַרפּײַניקטע זאַמלונגען: ווי אַזוי די נאַציס האָבן געהייסן אויססאָרטירן די וויכטיקערע ווערק און זיי אַוועקשיקן קיין דײַטשלאַנד פֿאַר אַ געפּלאַנטן מוזיי פֿונעם אומגעברענגטן ייִדנטום (וואָס זיי האָבן עס צום גליק נישט דערלעבט); ווי אַזוי ייִדישע שרײַבער און אינטעליגענטן האָבן אין געטאָצײַט אײַנגעשטעלט דאָס לעבן צו ראַטעווען כאָטש אַ טייל ספֿרים; ווי אַזוי איבערגעבליבענע און קיין ווילנע צוריקגעשיקטע אוצרות זענען געראַטעוועט געוואָרן צום צווייטן מאָל פֿון צעשטערונג, שוין אונטערן סאָוועטישן וואַנדאַליזם, דורך דער מוטיקער הומאַניסטישער האַלטונג פֿונעם ביבליאָגראַף אַנטאַנאַס אולפּיס, יאָרנלאַנגער דירעקטאָר פֿון "ביכער–פּאַלאַץ" אין ווילנע. און מע דערגייט צום הײַנטיקן טאָג, ווען אַ טייל פֿון די מיט נסים געראַטעוועטע ביכער און דאָקומענטן פֿון אַלע געוועזענע ווילנער ייִדישע ביבליאָטעקן געפֿינען זיך אין דער יודאַיִקאַ–זאַמלונג פֿון דער ליטווישער מלוכה–ביבליאָטעק, פֿון וועלכער די מחברטע גיט איבער זייער אינטערעסאַנטע אינפֿאָרמאַציעס.
צו דערגאַנצן די ווילנער ייִדישע ביכער–געשיכטע קומט נאָך צו אַן אַרומנעמיקע אַרבעט וועגן דעם ווילנער ייִדישן פֿאַרלאַג און זײַן גרינדער באָריס קלעצקין. מיר קריגן דאָ אַ פֿול בילד אי פֿון דער אויסערגעוויינטלעכער פּערזענלעכקייט פֿונעם אידעאַליסטישן פֿאַרלעגער קלעצקין (1875—1937), אי פֿון דער רושם–מאַכנדיקער פּראָדוקציע פֿון זײַן פֿאַרלאַג — אַן אמתער זײַל פֿונעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און וויסנשאַפֿט צווישן 1905 און דעם ערבֿ–חורבן.
אַ גרויס פּלאַץ ווערט אָפּגעגעבן אינעם בוך דער געשיכטע פֿון ייִדישער וועלטלעכער בילדונג. ערשטנס — אין קאָוונע, מיט אַן עסיי וועגן דער קאָוונער ייִדישער שלום–עליכם גימנאַזיע, מיט וועלכער פֿירע בראַמסאָן איז געווען אויך פּערזענלעך געקניפּט און געבונדן. ווײַטער — אין ווילנע, מיט אַן אַרבעט וועגן דער אָפּשפּיגלונג אין דער ווילנער פּרעסע פֿון דער טעטיקייט פֿון "ווילביג" — ווילנער בילדונגס–געזעלשאַפֿט — אין 1924—1925.
דער באַנד נעמט אויך אַרײַן דרײַ אַרבעטן געווידמעט באַזונדערע פּערזענלעכקייטן. קודם–כּל, אַ באַלערנדיקער עסיי וועגן ד״ר צמח שאַבאַד (1864—1935), דעם פֿאָלקסדאָקטער, פּובליציסט, מיטבויער פֿון "ייִוואָ", וואָס זײַן געשטאַלט איז ווי אַ סימבאָל פֿונעם פֿאָלקישן גײַסט און אידעאַליזם פֿון דער ווילנער ייִדישער אינטעליגענץ. פֿאַראַן אויך אַ קורצער אַרטיקל וועגן שלום–עליכם און אַ באַלערנדיקע אָפּהאַנדלונג וועגן אַ האַרציקער, כּמעט פֿאַרגעסענער פּאָעטעסע: שׂרה רייזען, די שוועסטער פֿון אַבֿרהם און זלמן רייזען, מחברטע פֿון אַ פּאָעמע "ווילנע".
בײַם סוף פֿונעם באַנד קומען קורצע אָפּרופֿן פֿון פֿאָרשערס וועגן ע. בראַמסאָנס אויפֿטו, צווישן זיי: פּראָפֿ' יאָאַכים שלער פֿון פּאַרקעס–אינסטיטוט בײַם סאַוזאַמפּטאָנער אוניווערסיטעט, דבֿ–בער קערלער פֿון אינדיאַנאַ–אוניווערסיטעט און שמואל קאַסאָוו פֿון טריניטי קאַלעדזש. דער לעצטער איז אפֿשר דער, וואָס כאַראַקטעריזירט צום טרעפֿלעכסטן פֿירע בראַמסאָנען ווי אַ ביבליאָגראַפֿין מיט אַן אויסערגעוויינטלעכער בקיאות און נאָך אַ גרעסערער איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן בוך, דורך וועלכע זי האָט דערגרייכט איר אָרט אין דער שלשלת–היוחסין פֿון ייִדישע ביבליאָטעקאַרן אין ווילנע, נאָך חייקל לונסקי און הערמאַן קרוק.
צום סאַמע סוף ווערט אויסגערעכנט אַ רײַכע ביבליאָגראַפֿיע פֿון עספֿיר בראַמסאָנס אַרבעטן. דער באַנד איז פֿאַרזאָרגט מיט אַ שיינער און אָריגינעלער הילע: דער נאָמען פֿון דער מחברטע און דער טיטל שיילן זיך אויס אין גרעסערע ווײַסע דרוק–אותיות, אין ייִדיש און אין ליטוויש, אויף אַ טונקעלן פֿאָן, אָבער צווישן און אַרום די געדרוקטע אותיות לייענט זיך, מיט פֿירעס קלאָרער און רעגולערער האַנטשריפֿט, אַ טייל פֿון איינעם פֿון אירע עסייען. אַזאַ הילע זאָגט אונדז עפּעס וועגן דער אויטאָרין. אויף אַ הינטערגרונט פֿון געדולדיקער גראָדליניקייט שײַנט אַרויס דער "אוצר פֿון ייִדיש". אויב מע וויל, איז דאָס אַ תּמצית פֿון פֿירע בראַמסאָנס לעבנסוועג.