- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לעצטע וואָך איז די וועלט פֿאַרציטערט געוואָרן נאָכן וווּלקאַן־אויסבראָך אין איסלאַנד. ער האָט אַפֿילו אַ נאָמען, דער דאָזיקער וווּלקאַן, אָבער אַרויסרעדן אים איז נישט גרינגער ווי צו פֿאַרטראָגן — בעסער עס נישט וויסן! מיליאָנען פּאַסאַזשירן זײַנען געבליבן שטעקן אין די פֿלי־פֿעלדער, אַ סך אָן אַ גראָשן געלט — פֿאַרלוירן און דערשלאָגן. "אונדזער פֿאָלק אין ישׂראל איז געבענטשט — אָדער געשטראָפֿט, טײַטשט עס אויס ווי איר ווילט — מיט אַ קורצן זכּרון. דאָס איז שלעכט פֿאַר די לעקציעס פֿון דער געשיכטע און פֿאַר די האַנדלונגען אין דער צוקונפֿט, אָבער ס’איז גוט פֿאַר די נערוון. שולדיק אין דעם איז די אומגעוויינטלעכע קאָלעקטיווע שפּאַנונג, אין וועלכער מיר לעבן און צו וועלכער מיר האָבן זיך שוין היפּשלעך צוגעוווינט; ווי מיר וואָלטן שוין נישט געקענט אויסקומען אָן איר. ווען איז עס געווען? נעכטן דאַכט זיך, ווי איך האָב דאָ אויסגעשפּרייט אין דער לענג און אין דער ברייט די פּראָגראַם פֿון פֿאַראַיאָריקן ישׂראל־פֿעסטיוואַל. יאָ, שוין אַוועק אַ יאָר און אָט קום איך ווידער אַ מאָל צו פֿאַרבעטן אײַך אַרײַנצוקוקן אין דעם גאַנצן האָב־און־גוטס ווי דאָס וועט, וואַרשײַנדלעך, פֿאָרקומען אויפֿן ישׂראל־פֿעסטיוואַל 2010. ווי קאָן עס דען זײַן אַנדערש, אַז די עיקרדיקע מלוכישע קולטור־אינסטיטוציעס זײַנען די הויפּט־מחותּנים פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג, אין אַפּריל 1897 איז געשאַפֿן געוואָרן דער "פֿאָרווערטס", אָבער אין אויגוסט פֿון יענעם יאָר איז אַב. קאַהאַן אַוועק פֿון דער צײַטונג. אין זײַנע זכרונות — "בלעטער פֿון מײַן לעבן" — האָט ער וועגן דעם אָנגעשריבן: "אין פֿאַרלויף פֿון פֿיר יאָר און זיבן מאָנאַטן בין איך געשטאַנען פֿון ווײַטן". דאָס "שטייען פֿון ווײַטן" האָט פּראָוואָצירט אַ סיכסוך אַרום אַן אַרטיקל פֿון מיכאַיִל זאַמעטקין (1859—1935). זאַמעטקין האָט עס פֿאַרטראַכט ווי אַן עדיטאָריאַל, אָבער קאַהאַן האָט געוואָלט דרוקן דעם אַרטיקל דווקא אונטער דער רובריק "פֿאָלקס-טריבונע". קאַהאַן האָט געשריבן: ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות, ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט נישט לאַנג צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן צוויי זין פֿון אַהרן הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, געבראַכט אַ קטורת אינעם משכּן נישט מיט אַ ריכטיקער כּוונה, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה גייט ווידער אַ רייד וועגן נדבֿס און אַבֿיהואס אומקום. "וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת יום־כּיפּור — בלויז איין טאָג אַ יאָר. קעשענעוו איז טרויעריק באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב דער דאַטע אַפּריל 4, 1903, ווען הונדערטער צעיושעוועטע פּאָגראָמשטשיקעס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די גאַסן און געסלעך, ס׳רובֿ באַזעצט מיט ייִדן, און זיי צעשטערט און צעראַבעוועט. איבער 40 ייִדן זײַנען דעמאָלט אומגעקומען, הונדערטער — פֿאַרוווּנדעט, געלאָזט אויף הפֿקר פֿון דער רעגירנדיקער צאַרישער מאַכט. אָפּצומערקן דעם טאָג האָבן זיך צונויפֿגענומען אויפֿן בית־עולם, וווּ עס זײַנען באַגראָבן די קרבנות — סײַ פֿון דעם פּאָגראָם און סײַ פֿונעם פּאָגראָם אין 1905 — די פֿאָרשטייער פֿון דער קעשענעווער קהילה. מיר האָבן פֿאַרענדיקט דעם ערשטן טייל פֿון דער סעריע, באַטאָנענדיק, אַז מיר קאָנצענטרירן זיך אויף די גרויסע ייִדישע שטעט, ווײַל מיר האָבן אויטענטישע דאָקומענטן ווי אויך געשריבענע גבֿית־עדות, הגם דער זעלבער גורל איז באַפֿאַלן אומצאָליקע ייִדישע שטעטלעך און ייִשובֿים. אין צענטער פֿון די גרויזאַמקייטן שטייען פֿאַר אונדזערע אויגן די האַרצרײַסנדיקע סצענעס פֿון דער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישע קינדער. דעם 20סטן דעצעמבער וואָלט חיים ביידער געוואָרן אַ בן־תּישעים. ער האָט נישט דערלעבט צו דער בכּבֿודיקער דאַטע. אָבער אַן עכטער קינסטלער און טוער האָט דעם זכות צו פֿאַראייביקן זײַן נאָמען אין זײַנע ווערק, אין זײַן טעטיקייט. ביידערס שאַפֿערישער עזבֿון איז גרויס, פֿאַרשידנאַרטיק און רײַך. ס'איז מסתּמא נישטאָ אַזאַ זשאַנער אין דער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק ער זאָל דאָרט נישט זײַן פֿאָרגעשטעלט מיט זײַנע לידער, דערציילונגען, עסייען, אַרטיקלען און רעפּאָרטאַזשן; ווער וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין בערלין וועט נאָכן חורבן זיך געבן אַ צעבלי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק און קולטור; און נאָך מער — אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער די דײַטשן נעמען מער אָנטייל ווי ייִדן. אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע חידושן מיר זיך שוין נישט וועגן דעם פֿענאָמען, ווײַל יאָר נאָך יאָר באַקענען מיר זיך מיט פֿײַנע יונגע ייִדיש־רעדערס — נישט־ייִדן — וואָס שטאַמען פֿון בערלין, צווישן זיי יאַנינאַ וווּרבס, אַנאַ קוקאַ און אַניאַ קוויליטש. אויב איר ווילט אַ ביסל קומען צו זיך פֿון טאָג־טעגלעכע אָנשיקענישן, עגמת־נפֿש און זלידנע פֿליגן, מאַכט זיך באַקוועם אין אַ פּליושענעם פֿאָטעל, שטעלט אָן די טעלעוויזיע און הערט זיך צו צו די לעצטע נײַעס. נישטאָ קיין בעסער מיטל ווי פּטור צו ווערן פֿון דער ווירקלעכקייט, אַ חוץ אַ גוטער דזשינדזשיק. די הײַנטיקע טעלעוויזיע־טראַנסמיסיעס עפֿענען אויף פֿאַר אײַך גאָר אַ נײַע דעפֿיניציע פֿונעם וואָרט "נײַעס". יאָרן־לאַנג האָט מען געהאַלטן, אַז נײַעס באַשטייט פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן פּאַסירונגען און געשעענישן וואָס האָבן צו טאָן מיטן לאַנד און וועלט; מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די אַמעריקאַנער קאָסמאָס־אַגענטור, "נאַסאַ", אַנטדעקט אַ "מערקווירדיקן סכום וואַסער" אויף דער לבֿנה. דעם 9טן אָקטאָבער, האָט אַ ספּעציעלער סאַטעליט, מיטן נאָמען "LCROSS", אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן אויסגענוצט ליידיקן ראַקעט־מאָטאָר אינעם קראַטער קאַבעוס, וואָס געפֿינט זיך בערך אַרום 62 מײַל פֿונעם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס. זײַענדיק אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון דער אָרביטע אין דער וואַקוּוּם־סבֿיבֿה, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין לופֿט, וואָס וואָלט פֿאַרזאַמט דאָס פֿאַלן, האָט דער מאַסיווער מעטאַלענער אָביעקט געדינט ווי אַ באָמבע. |