‫פֿון רעדאַקציע

די לעצטע וואָך איז די וועלט פֿאַרציטערט געוואָרן נאָכן וווּלקאַן־אויסבראָך אין איסלאַנד. ער האָט אַפֿילו אַ נאָמען, דער דאָזיקער וווּלקאַן, אָבער אַרויסרעדן אים איז נישט גרינגער ווי צו פֿאַרטראָגן — בעסער עס נישט וויסן!

מיליאָנען פּאַסאַזשירן זײַנען געבליבן שטעקן אין די פֿלי־פֿעלדער, אַ סך אָן אַ גראָשן געלט — פֿאַרלוירן און דערשלאָגן. די אַדמיניסטראַציעס פֿון די עראָפּאָרטן האָבן באַלד זיך אָנגעכאַפּט אין דעם פֿראַנצויזישן אויסדרוק "פֿאָרס מאַזשאָר", וואָס מיינט, אַן עקסטרעמאַלע, אויסערגעוויינטלעכע סיטואַציע אָדער געשעעניש — און דערמיט געדעקט אַלע פּראָבלעמען פֿון די פּאַסאַזשירן.

קיין מענטשלעכע קרבנות פֿון דער נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע זײַנען, דאַנקען גאָט, נישטאָ, די פֿינאַנציעלע פֿאַרלוסטן וועט מען אונטערציִען; וואָס טוט מען אָבער מיט די מאָראַלישע אַספּעקטן? דער "פֿאָרס מאַזשאָר" האָט אויפֿגעוועקט דעם אײַנגעשלאָפֿענעם וווּלקאַן פֿון צווישן־מענטשלעכע באַציִונגען. די פֿלי־קאָמפּאַניעס איבער דער וועלט רײַסן לעצטנס שטיקער פֿון זייערע פּאַסאַזשירן סײַ וואָס שייך די ווילדע בילעט־פּרײַזן, סײַ דעם אײַנגעשרומפּענעם סערוויז, וואָס פֿאַר יעדער קלייניקייט מוז מען אָדער צוצאָלן, אָדער באַצאָלן.

אויסגענוצט דעם "פֿאָרס מאַזשאָר", האָבן טויזנטער אַלטערנאַטיווע טראָנספּאָרט־ און טוריסטישע אַגענצן באַלד אויפֿבלאָזנדיק די פּרײַזן. די האָטעלן און רעסטאָראַנען האָבן אויך דערצו נישט דערלייגט; שוין אָפּגערעדט פֿון קליינע פּריוואַטע פֿירמעס, וואָס האָבן ווי אַרויסגעקוקט אויף די אַלע צרות אָפּצולעקן אַ פֿעט ביינדל.

און לאָמיר געדענקען, אַז דער מקור פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע געפֿינט זיך פֿאָרט אויף אַ קליינעם אומבאַוווינטן אינדזל...

אַקעגן וואָס זאָגן מיר עס? שוין אַ היפּשע צײַט, זינט דעם 11טן סעפּטעמבער 2001 האַלט מען אין איין רעדן וועגן די שרעקלעכע מעשׂים, וואָס דער איסלאַמישער טעראָריזם קאָן נאָך ברענגען דער וועלט. און די וואָס שטייען בײַם רודער פֿונעם קאַמף מיט זיי ווייסן גוט, אַז די טעראָריסטן ציִען שוין פֿון לאַנג זייערע פֿאַרבלוטיקטע הענט צו אַ נוקלעאַרער באָמבע.

ס'איז שווער עס אַרויסצוברענגען אויף אַ קול, אָבער מע מוז: שטעלט זיך פֿאָר, ווען אַזאַ באָמבע ווערט אויפֿגעריסן ערגעץ אין אַ געדיכט־באַזעצטער מיליאָניקער מעגאַפּאָליס... יאָ, ס’איז שווער זיך אַזוינס פֿאָרצושטעלן, בפֿרט אַרויסצוזאָגן, פּונקט ווי דעם נאָמען פֿון דעם איסלאַנדישן וווּלקאַן. ווי גרויס עס זאָלן זיך נישט האַלטן די וועלט־רעגירער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און פֿון די אַלע אינדוסטריעל־אַנטוויקלטע לענדער, זײַנען זיי אומבאַהאָלפֿן בײַם אָננעמען אַ באַשלוס, אין סיטואַציעס פֿון אַ "פֿאָרס מאַזשאָר".

ישׂראל — די יונג־אוראַלטע מלוכה

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מדינת־ישׂראל געפֿײַערט דעם 62סטן יאָרטאָג פֿון איר אומאָפּהענגיקייט. זײַן אומאָפּהענגיק, מיינט, קודם־כּל, נישט זײַן אָפּהענגיק פֿון אַנדערע גרויסע און קלענערע וועלט־באַלעבאַטים. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט, האָט משה שרת געזאָגט זײַן אַמעריקאַנער וויזאַווי, דעם מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָרדזש מאַרשאַל: "מיר האָבן פֿריִער געקעמפֿט פֿאַר אונדזער אומאָפּהענגיקייט אַליין, און אויך איצט בעטן מיר אײַך נישט צו העלפֿן אונדז. מיר בעטן אײַך נאָר איין זאַך — זיך נישט אַרײַנצומישן".

זינט דעמאָלט, זײַנען די סאַמע געלונגענע און נוצלעכע באַשלוסן פֿאַר דער מדינה געווען יענע, וואָס די ישׂראל־רעגירונג האָט אָנגענומען אַליין, אָן די עצות פֿון דער זײַט.

צו מאָל שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אַלע גרויסע ממשלות און אַלע גרויסע אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס זײַנען פֿאַרטאָן נאָר אין איין זאַך: צו לערנען שׂכל די ישׂראל־רעגירונג. זיי האַלטן ביז הײַנט, אַז דאָס צוטיילן ישׂראל מדינהשקייט איז נישט מער ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלער עקספּערימענטאַלער פּראָיעקט, וואָס קאָן נישט עקזיסטירן אָן די אינסטרוקציעס און רעקאָמענדאַציעס פֿון דער זײַט; אַפֿילו נישט געקוקט דערויף, וואָס דאָס לאַנד וואַקסט און רײַפֿט אויס אין אַלע ריכטונגען פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. זי וועט עס אויך ווײַטער, מירטשעם, טאָן. אַבי מע זאָל זיך נישט אַרײַנמישן.