קולטור
טעאַטראַליזירטער אַנסאַמבל
טעאַטראַליזירטער אַנסאַמבל

ווען איז עס געווען? נעכטן דאַכט זיך, ווי איך האָב דאָ אויסגעשפּרייט אין דער לענג און אין דער ברייט די פּראָגראַם פֿון פֿאַראַיאָריקן ישׂראל־פֿעסטיוואַל. יאָ, שוין אַוועק אַ יאָר און אָט קום איך ווידער אַ מאָל צו פֿאַרבעטן אײַך אַרײַנצוקוקן אין דעם גאַנצן האָב־און־גוטס ווי דאָס וועט, וואַרשײַנדלעך, פֿאָרקומען אויפֿן ישׂראל־פֿעסטיוואַל 2010. ווי קאָן עס דען זײַן אַנדערש, אַז די עיקרדיקע מלוכישע קולטור־אינסטיטוציעס זײַנען די הויפּט־מחותּנים פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג, און עס גייט זיי אין לעבן דער ישׂראל־פֿעסטיוואַל זאָל ווײַטער אויפֿהאַלטן דעם פֿאַרדינטן פּרעסטיזש וואָס באַגלייט אים שוין 49 יאָר.

אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע שטייט פֿאַר דעם איצט דערוואַרטנדיקן פֿעסטיוואַל: ער דאַרף ברענגען פֿאַר דער ברייטער עפֿנטלעכקייט די בולטסטע פֿאָרשטייער פֿון דער קינסטלעריש־קולטורעלער שאַפֿונג פֿון 21סטן יאָרהונדערט; יענע שאַפֿונג טאַקע וואָס צייכנט זיך אויס מיט אירע אָריגינעלע אויפֿטוען, איר אייגנאַרטיקער שפּראַך און ווירטואָזע אויפֿפֿירונגען.

טאַנץ, טעאַטער, מוזיק, צוזאַמען מיט אַלע מעגלעכע קאָמבינאַציעס פֿון אָט די דרײַ קונסט־פֿונדאַמענטן זײַנען פֿאָרגעשטעלט אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל. אָבער, ווי מיר ווייסן, איז נישטאָ קיין גרענעץ פֿאַר דער קינסטלערישער אײַנפֿאַלערישקייט. דעריבער איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז ס’זאָלן זיך אויך דאָ באַווײַזן עקזאָטישע, משונהדיקע און אַפֿילו אויסנעמלעכע עקספּאָנאַטן פֿון אונדזער צײַט.

טאַנץ

פֿון צווישן די פֿאַרשיידענע הײַנטצײַטיקע קונסט־פֿאָרמעס האָט דער טאַנץ דורכגעפֿירט — מן־הסתּם מער ווי אַלע אַנדערע קינסטלערישע אויסדרוקן — ממש אַ רעוואָלוציע אין זײַנע וועלט־אָנשויונגען, אין זײַן אינטערפּרעטאַציע און, בעיקר, אין זײַנע פּרוּוון צו דערנענטערן זיך צו אַנדערע קונסט־ראַמען. דער בולטסטער באַווײַז דערפֿון, איז די פֿאַרבינדונג צווישן טאַנץ און טעאַטער. הײַנט זעט עס שוין נישט אויס מאָדנע בײַצוזײַן בײַ אַ טאַנץ־ספּעקטאַקל און באַמערקן די קלאָרע פֿאַרבינדונג מיט דער דראַמאַטישער האַנדלונג. אין אַ געוויסער מאָס געווינען זיי ביידע מיט דעם חידוש.

צווישן די זעקס טאַנץ־ספּעקטאַקלען וואָס וועלן געוויזן ווערן אויפֿן הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל, צייכנט זיך אויס דער "ביל ט. דזשאָנס־אַנסאַמבל", פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מיט דער שאַפֿונג "סערענאַדע־פֿאָרשלאָג", וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער היסטאָרישער ירושה פֿון אייברעהעם לינקאָלן און מיט דער אויסשטאַלטונג פֿון דער צפֿון־אַמעריקאַנער געשיכטע.

פֿון אַרגענטינע, דאָס געבוירן־לאַנד פֿון טאַנגאָ, וועט זיך באַטייליקן דער אַנסאַמבל "טאַנגאָקינעסיס", געגרינדעט אין 1993 דורך דער כאָרעאָגראַפֿין און טענצערין אַנאַ־מאַריאַ סטעקלמאַן; דער אַנסאַמבל וועט אויפֿטרעטן, צווישן אַנדערן, מיט "טאַנגאָסוויטע"; אויסער דעם, פֿיר שאַפֿונגען פֿון באַוווּסטן טאַנגאָ־קאָמפּאָזיטאָר אַסטאָר פּיאַסאָלאַ, וועלכע לויט דער כאָרעאָגראַפֿיע, זײַנען זיי דער אויסדרוק פֿון דעם אַרגענטינער אורבאַנישן פֿאָלקלאָר — די ענערגיע, דער באַגער און די טרוימען פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.

דער ישׂראלדיקער אַנסאַמבל
דער ישׂראלדיקער אַנסאַמבל

עס וועט אויך אָנטייל נעמען דער ישׂראלדיקער אַנסאַמבל "ווערטיגאָ", וואָס וועט אויפֿטרעטן מיט דרײַ טענץ פֿון נואַה ווערטהיים, דער קונסט־לייטערין פֿון אַנסאַמבל, וועלכע פֿאַררופֿט זיך אויף איר אַרבעט מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער: "די שאַפֿונגען זײַנען אַ טאָטאַלע איבערלעבונג פֿון דער ווירטועלער רײַזע, וואָס פֿאָרשט אויס דעם אַליאַנץ צווישן מענטש און אָרט, צווישן מענטש און מענטש און צווישן מענטש און דער ערד".

טעאַטער 
(דער עיקר — שעקספּיר)

אַ נײַע איבערראַשנדיקע אויפֿפֿירונג פֿון שעקספּירס טראַגעדיע "מאַקבעט" וועט פֿאָרשטעלן דער מלוכישער טעאַטער פֿון טביליסי, גרוזיע, אונטער דער רעזשי פֿון דייוויד דוויִאַשווילי (געבוירן — 1971). פֿון אַ קאָמענטאַר איבער דעם דאָזיקן ספּעקטאַקל באַקומט מען דעם אײַנדרוק, אַז דער גרוזינישער "מאַקבעט" דערציילט נישט בלויז אַן אויפֿטרייסלענדיקע געשיכטע פֿון מאָרד, משוגעת און טויט, נאָר באַנוצט זיך אויך מיט בײַסיקן הומאָר, בעיקר, אין דער סצענע פֿון די דרײַ מכשפֿות, וועלכע, ווי באַקאַנט, זײַנען זיי די אינקאַרנאַציע פֿון בלינדן גורל און די יעניקע וואָס פֿאַרבלענדן מאַקבעטן מיט זייערע צוויידײַטיקע פֿאָרויסזאָגונגען.

דער ווילנער טעאַטער OKT, געגרינדעט אין 1998, קומט איצט צום ערשטן מאָל קיין ישׂראל, און וועט אויפֿטרעטן מיט דער אַממיינסטן אויפֿגעפֿירטער שעקספּירס חוצפּהדיקער קאָמעדיע "אַ חלום אין זומערנאַכט" — רעזשי, כאָרעאָגראַפֿיע און קאָסטיומען — אָסקאַראַס קאָרסונאָוואָס. וועגן דעם טעאַטער דערציילט מען, אַז די דינאַמישע רעזשי און די טאָטאַלע איבערגעגעבנקייט פֿון די שוישפּילער צו זייערע ראָלעס שאַפֿט אַ צויבער־ספּעקטאַקל וואָס פֿאַרוואַנדלט דעם צושויער אין אַן אַקטיוון שותּף צו דער פֿאָרשטעלונג.

אָנגייענדיק מיט דער שעקספּיר־עקספּעריענץ פֿון פֿעסטיוואַל וועט דער נײַער ישׂראל־טעאַטער "המעבדה" (די לאַבאָראַטאָריע) פֿון ירושלים, אויפֿפֿירן אַ יוגנטלעכע ווערסיע פֿון "ראָמעאָ און יוליאַ". ענלעך צו דער אַמעריקאַנער דערפֿאָלגרײַכער באַאַרבעטונג פֿון שעקספּירס אומשטערבלעכער טראַגעדיע וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מוזיקאַלישער קאָמעדיע מיטן נאָמען "וועסט־סײַד סטאָרי", דערציילט די ווערסיע פֿון דעם "לאַבאָראַטאָריע"־טעאַטער וועגן דער טראַגישער ליבע־געשיכטע אין דער וועלט פֿון גאַסן־יונגען אין כּסדרדיקער פֿאַרמעסטונג צו געוועלטיקן איבער די נאַכט־קלובן.

דער דראַמאַטורג נאָרען־דוד קאַליס, אַ זון פֿון אַרמעניש־טערקישע ייִדישע אימיגראַנטן, איז געבוירן געוואָרן אין 1974 אין דײַטשלאַנד און אויפֿגעוואַקסן אין סטאַמבול. דורך דער באַנײַונג פֿון שעקספּירס פֿערזן פֿלעכט קאַליס אַרײַן אין זײַן באַאַרבעטונג עלעמענטן פֿון דער גאַנגסטאָהיפּ־האָפּ־רעפּ־קולטור, וואָס מיינט — די ראַנד־קולטור פֿון דור פֿאַרשפּילערס ("האָנדער דאָגס"). דער רעזשיסאָר מיכאל רונן (ראָנען), אַ געבוירענער אין ירושלים אין 1982, האָט אויסגעקליבן ישׂראל פֿון 2010, וווּ אַ פּלאַץ פֿאַר דער האַנדלונג פֿון אָט דעם הײַנטצײַטיקן ראָמעאָ און יוליאַ אויפֿן פֿאָן פֿון די גוואַלדטאַטן, די נאַרקאָטיקס און גאַסן־קאַמפֿן.

דער ישׂראל־פֿעסטיוואַל 
פֿאַר קינדער

דער ישׂראל־פֿעסטיוואַל 2010 שענקט אויך די קינדער אַ בכּבֿודיקן אָרט צו זען טעאַטער אויף אַ הויכן ניוואָ. דרײַ קינדער־טעאַטערס וואָס האָבן זייער פּערמאַנענטן פּובליקום זײַנען טעטיק אין ישׂראל: דער טעאַטער "אורנה פּורת" (אָרנאַ פּאָראַט), וועלכער טראָגט דעם נאָמען פֿון דער גרינדערין, דער אַקטריסע א.פּ. מיטן ספּעקטאַקל "אָרנאַס כּישוף", און דער "מעדיטעק"־טעאַטער וואָס וועט צוזאַמען מיטן יוגנטלעכן לאַנד־טעאַטער פֿאָרשטעלן "די טאָפּלטע אורה", באַזירט אויפֿן בוך פֿון דײַטשישן קינדער־שרײַבער עריך קאַסטנער.

אורנה פּורתּס לעבנס־געשיכטע דערציילט זיך ווי אַ שפּאַנענדיקער ראָמאַן. אַ געבוירענע אין דײַטשלאַנד בײַ דײַטשישע עלטערן, האָט זי אַדאַפּטירט דאָס ייִדנטום ווי איר אייגענע משפּחה און נישט בלויז, ווײַל זי האָט חתונה געהאַט נאָך אין איר געבוירן־לאַנד מיט אַ ישׂראלדיקן אָפֿיציר, וואָס איז אַהין געקומען מיט זײַן מיליטערישער אָפּטיילונג נאָך דער מלחמה; זי איז געקומען מיט אים קיין ישׂראל און דאָ פֿאָרגעזעצט איר שוין צוזאָגנדיקע טעאַטער־קאַריערע. זי האָט זיך אײַנגעגלידערט מיט לײַב און לעבן אין איר נײַעם היימלאַנד, וווּ זי איז באַרימט געוואָרן ווי די ערשטע דאַמע פֿון ישׂראלדיקן טעאַטער. מיט 25 יאָר צוריק האָט זי געגרינדעט דעם קינדער־טעאַטער, וואָס טראָגט הײַנט איר נאָמען.

דער רעזשיסאָר פֿון ביידע קינדער־פֿאָרשטעלונגען איז ראַפֿי ניבֿ.

קלאַסישע מוזיק

נישט קיין געוויינטלעכע מוזיקאַלישע פּראָגראַם גרייט מען צו פֿאַר די קלאַסישע מוזיק־ליבהאָבערס. זוכט נישט בעטהאָווענען צי מאָצאַרטן — זיי וועלן דאָרט נישט זײַן. ווער יאָ? פֿון ענגלאַנד און דענמאַרק דערוואַרט מען דעם "טעאַטער פֿון קולות" און דעם קוואַרטעט NYYD, וואָס וועלן אויספֿירן אַ קאָנצערט פֿון געזאַנג און מוזיק פֿון הײַנטצײַטיקן עסטאָנישן קאָמפּאָזיטאָר אַרוואָ פּערט, ווי אויך מוזיקאַלישע שאַפֿונגען פֿון פֿריִען מיטלעלטער. דער מוזיקאַלישער לייטער איז דער בריטישער באַס פּאָל היליער.

פֿון פֿראַנקרײַך דערוואַרט מען "די האַרמאָנישע פּאָעמע". דאָס איז אַן אַנסאַמבל פֿון קאַמער־סאָליסטן און אָרקעסטער, וואָס גיבן זיך אָפּ מיט מוזיק פֿון 17טן — אָנהייב 18טן יאָרהונדערט. אין פּראָגראַם די שאַפֿונג פֿון דער באַראָק־תּקופֿה "ווענעציע — אויפֿן וועג צום פּאַלאַץ" פֿון מאָנטעווערדי און מאַנאָלי. דער דײַטשישער אַנסאַמבל "אַדאַפּטער", וועלכער פֿאַרנעמט זיך דורכויס מיט מאָדערנער מוזיק, וועט אויספֿירן אַ קאָנצערט אונטערן נאָמען "וואַלטער בנימין", געווידמעט דעם ייִדיש־דײַטשישן אינטעלעקטואַל, וועלכער האָט זיך גענומען דאָס לעבן אויף דער פֿראַנקרײַך־שפּאַנישער גרענעץ בעת זײַן פּרוּוו צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַצישע נאָכפֿאָלגער. אָט דער אייגנאַרטיקער פּראָיעקט אַרום דעם עניגמאַטישן אינטעלעקטואַל, פֿירט צונויף יונגע ישׂראלדיקע קאָמפּאָזיטאָרן מיט זייערע בערלינער קאָלעגעס. בײַם אָפּצייכענען 200 יאָר זינט דעם געבורט פֿון קאָמפּאָזיטאָר ראָבערט שומאַן וועט דורכגעפֿירט ווערן אַ שומאַן־מאַראַטאָן, וואָס וועט אַנטהאַלטן אויפֿקלערונגען אין וואָרט און מוזיק דורכן קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט גיל שוחט. ס׳וועלן ווערן אויסגעפֿירט אויף דעם אָוונט שומאַנס מוזיקאַלישע שאַפֿונגען פֿון באַוווּסטע ישׂראלדיקע קינסטלער.

און וואָס מיינט איר וועט זײַן דער פֿײַערלעכער סוף פֿון דעם פֿעסטיוואַל? אַוודאי — די פּאָפּולערסטע אָפּערע פֿון אַלע צײַטן "לאַ טראַוויאַטאַ" פֿון דזשוזעפּע ווערדי וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אין קאָנצערט־פֿאָרעם צו באַצייכענען 25 יאָר זינט דער אַנטשטייונג פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע, דער דיריגענט — ישי שטעקלער. די ראָלע פֿון דער טראַגישער העלדין וויאָלעטאַ וועט זינגען די אינטערנאַציאָנאַל־באַרימטע ישׂראלדיקע סאָפּראַן, מירעלע גאַרדינעראָ.

ס׳וועט אויך דורכגעפֿירט ווערן אַ צווייטער פֿײַערלעכער סוף פֿון פֿעסטיוואַל: דער פּערלמאַן־פּראָיעקט פֿון מוזיק אין ירושלים, וווּ ס’וועלן זיך הערן די שאַפֿונגען פֿאַר אָרקעסטער, כאָר און קלאַסישער אַראַבישער מוזיק אונטער דער לייטונג פֿון באַוווּסטן יצחק פּערלמאַן.

דער פֿעסטיוואַל ישׂראל 2010 אַנטהאַלט אָן אַ שיעור נאָך אַ סך אַנדערע אויסנעמלעכע דערשײַנונגען, וועלכע כ׳וועל מן־הסתּם פֿאָרשטעלן בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט.