קעשענעוו איז טרויעריק באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב דער דאַטע אַפּריל 4, 1903, ווען הונדערטער צעיושעוועטע פּאָגראָמשטשיקעס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די גאַסן און געסלעך, ס׳רובֿ באַזעצט מיט ייִדן, און זיי צעשטערט און צעראַבעוועט. איבער 40 ייִדן זײַנען דעמאָלט אומגעקומען, הונדערטער — פֿאַרוווּנדעט, געלאָזט אויף הפֿקר פֿון דער רעגירנדיקער צאַרישער מאַכט.
אָפּצומערקן דעם טאָג האָבן זיך צונויפֿגענומען אויפֿן בית־עולם, וווּ עס זײַנען באַגראָבן די קרבנות — סײַ פֿון דעם פּאָגראָם און סײַ פֿונעם פּאָגראָם אין 1905 — די פֿאָרשטייער פֿון דער קעשענעווער קהילה.
די קבֿרים זײַנען באַלייגט געוואָרן מיט קראַנצן בלומען, און 49 ליכטלעך — פּונקט די צאָל ייִדן איז דערהרגעט געוואָרן אין די טעג פֿונעם פּאָגראָם 1903 — זײַנען אָנגעצונדן געוואָרן אויף די מצבֿות. אויפֿגעטראָטן זײַנען די פֿירער פֿון דעם ייִדישן קאָנגרעס פֿון מאָלדאָווע, "דזשוינט", "סוכנות" און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
עס האָבן געקלונגען פֿראַגמענטן פֿון ביאַליקס פּאָעמע "אין שחיטה־שטאָט", באַגלייט פֿון ייִדישע ניגונים.
צום באַדויערן, איז קיין איין פֿאָרשטייער פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג (חוץ דעם דירעקטאָר פֿונעם דעפּאַרטאַמענט פֿאַר צווישן־עטנישע באַציִונגען), וועלכע פֿלעגן פֿריִער זיך באַטייליקן אין דער טרויער־צערעמאָניע, דאָס מאָל זיך נישט באַוויזן. זעט אויס, אַז דער קאָפּ ליגט זיי נישט אינעם אָפּהיטן די היסטאָרישע דאַטעס. פֿאַרוואָס אַזוי? ווײַל ביז אַהער איז נישט דערקלערט געוואָרן די סיבה פֿון די פֿאַראַיאָריקע מאַניפֿעסטאַציעס, וואָס ס׳האָט דורכגעפֿירט די סטודענטישע יוגנט און שול־תּלמידים פֿון העכערע קלאַסן, אונטערגעהיצט פֿון די נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע "פּאַטריאָטן". דווקא אין די זעלבע אַפּריל־טעג, אָבער שוין מיט 106 יאָר שפּעטער האָט דער צעווילדעוועטער המון אָנגעהויבן פּאָגראָמירן די בנינים און ביוראָען, וואָס געהערן צו דער רעפּובליקאַנער מאַכט. ביז אַהער האָט נישט די פֿריִערדיקע קאָמוניסטישע מאַכט, וואָס געפֿינט זיך איצט אין דער אָפּאָזיציע, נישט די איצטיקע ליבעראַלע פּאַרטייען, וועלכע שטייען נאָך די וואַלן בײַם רודער, נישט געפֿונען די שולדיקע אין די אומאָרדענונגען פֿון 2009.
די קאָמוניסטן טענהן, אַז מיט אַ יאָר צוריק איז געמאַכט געוואָרן אַ פּרוּוו איבערצוקערן די מאַכט, און די איצטיקע ליבעראַלן רופֿן עס — יוגנט־רעוואָלוציע, מחמת די פּראָגרעסיווע יוגנט האָט נישט געוואָלט מער, אַז די קאָמוניסטן זאָלן ווײַטער אָנהאַלטן די מאַכט. דערבײַ דערקלערן די ליבעראַלן, אַז די מאַניפֿעסטאַציע האָט געטראָגן אַ פֿרידלעכן כאַראַקטער, ביז עס האָבן זיך נישט אַרײַנגעמישט "רוסיש־רעדנדיקע פּראָוואָקאַטאָרן". זיי האָבן אָנגערייצט די יוגנט צו פּאָגראָמירן די רעגירונג־ביוראָען און זיי האָבן אויפֿגעהאָנגען אויף די בנינים רומענישע פֿענער.
אין משך פֿון דעם יאָר וואָס די "ליבעראַלע" רעגירונג איז בײַ דער מאַכט, האָט מען געביטן דעם גאַנצן אַפּאַראַט מיטאַרבעטער אין דעם מיניסטעריום פֿאַר אינערלעכע ענינים; בײַ דער פּראָקוראַטור ווערט אַרויסגעפֿאָדערט אָנצונעמען אַ באַשלוס צו פֿאַרמישפּטן אַלע געוועזענע פּאָליציאַנטן און זייער פֿירערשאַפֿט, מחמת דעם נישט קענען אָפּשטעלן די צעשטערונג פֿון די רעגירונג־ביוראָען.
עס בלײַבט נאָר זיך צו חידושן. פֿון איין זײַט, האָט מיכײַ גימפּו, דער צײַטווײַליקער פּרעזידענט פֿון מאָלדאָווע, בשעתן אויפֿטריט אין ווילניוס אויף דער זיצונג פֿונעם ליטווישן פּאַרלאַמענט געלויבט די פֿאַראַיאָריקע "יוגנט־רעוואָלוציע" אין קעשענעוו; און פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאָדערט דער זעלבער גימפּו מע זאָל באַשטראָפֿן די פּאָליציאַנטן פֿאַר זייער אומבאַהאָלפֿנקייט און נישט מסוגל צו זײַן אָפּצושטעלן די צעווילדעוועטע יוגנט!
ווי מיר האָבן געשריבן אין "פֿאָרווערטס" איז אויף חנוכּה פֿאָרגעקומען אין קעשענעוו אַ ווילדע אַנטיסעמיטישע אַקציע: דער אָרטיקער גלח טשיבריק האָט אַרויסגעפֿירט אַ כאָפּטע יונגע לײַט פֿון זײַנע אָנהענגער אינעם צענטראַלן פּאַרק, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער שטאָטישער חנוכּה־לאָמפּ, פֿאַנאַנדערגענומען אים און געוואָרפֿן די טיילן צום מאָנומענט פֿון שטעפֿאַל טשעל מאַרע — סימבאָל פֿון מאָלדאַווישער פּראַוואָסלאַוויע.
די פּאָליציאַנטן האָבן אַוודאי געזען די באַרבאַרישע אַקציע, אָבער קיינער האָט זיך נישט גערירט פֿון אָרט זי אָפּצושטעלן. אַזאַ אויספֿירונג האָבן זיי געמאַכט נאָך די אַפּריל־פּאָגראָמען — בעסער זיך אין גאַנצן נישט אַרײַנמישן!
די מאַכט האָט אָבער אין דעם אַנטיסעמיטישן אַקט נישט דערזען קיין קרימינעלע אויפֿפֿירונג און עס דעפֿינירט ווי "שטערונג פֿון געזעלשאַפֿטלעכער אָרדענונג".
אויב רעדן וועגן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון דער רעפּובליק, איז ער גאָר אַ שווערער. די געזעלשאַפֿט איז צעשפּאָלטן און קיין פּרעזידענט איז נאָך ביז הײַנט נישט אויסגעוויילט געוואָרן. לויט דער קאָנסטיטוציע, אויב דער פּרעזידענט־קאַנדידאַט קאָן נישט באַשטעטיקט ווערן דורכן פּאַרלאַמענט, מוזן דורכגעפֿירט ווערן נײַע וואַלן אינעם פּאַרלאַמענט. אָבער דער ספּיקער און צײַטווײַליקער פּרעזידענט גימפּו דרייט אַ ספּאָדעק און זוכט פֿאַרשידענע וועגן אויסצומײַדן נײַע וואַלן. ער און זײַן ליבעראַלע פּאַרטיי ווייסט גוט, אַז אַפֿילו נאָך אַ יאָר פֿון זייער ממשלה וועלן זיי פֿאַרשפּילן די וואַלן.
איצט האָט דער רעגירנדיקער אַליאַנץ זיך פֿאַרפֿירט איבערצוקוקן דעם 78סטן פּונקט פֿון דער קאָנסטיטוציע מכּוח דעם אויסוואַל פֿון אַ פּרעזידענט. עס ווערט פֿאָרגעלייגט, אַז נישט דער פּאַרלאַמענט זאָל אויסוויילן דעם פּרעזידענט, נאָר דאָס פֿאָלק. אַזוינס איז דאָך געווען אין די 1990ער יאָרן, און קיין גוטע רעזולטאַטן האָט אַזאַ וואַל־סיסטעם נישט געבראַכט. דער פּרעזידענט האָט זיך שטענדיק געקריגט מיטן פּאַרלאַמענט. דער לעצטער טערמין פֿאַרן קומען צו אַ קאָמפּראָמיס גייט אויס אין יוני. האָפֿט די איצטיקע מאַכט, אַז צו יענער צײַט וועט אויסגעוויילט ווערן דער נײַער פּרעזידענט.
וואָס זשע טראַכט דאָס פֿאָלק וועגן דער נײַער "ליבעראַלער" רעגירונג? לויט אַן אויספֿרעג, געמאַכט דורך אַן אומאָפּהענגיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל, האָבן אויף דער פֿראַגע: "צי איז דאָס לעבן אין מאָלדאָווע געוואָרן בעסער נאָך די געשעענישן פֿון 7טן אַפּריל 2009" — 90 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג געענטפֿערט — ניין!