- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנקורס פֿון אָפּערע־זינגער 20 יאָר קומט אין קעשענעוו פֿאָר דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון אָפּערע־קונסט "עס פֿאַרבעט מאַריאַ ביעשו". די וועלט־באַרימטע זינגערין איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן (דער "פֿאָרווערטס" האָט וועגן דעם געשריבן), דעריבער איז דער הײַיאָריקער אָפּערע־פֿעסטיוואַל געווען געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דער גרויסער זינגערין. קיין קעשענעוו זײַנען געקומען באַרימטע זינגער פֿון אַמעריקע, איטאַליע, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, גרוזיע, רומעניע, עסטרײַך. אויף דער בינע פֿונעם אָפּערע־טעאַטער האָט געקלונגען די מוזיק פֿון ווערדי, פּוטשיני, מאַסנע און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן, וועמענס ווערק ס׳האָט געזונגען מאַריאַ ביעשו גופֿא. זאָגן דעם אמת, האָב איך שוין געטראַכט, אַז צוליב דעם וועטער־קאַטאַקליזם וועט מען מוזן אָפּשאַפֿן די יערלעכע טרויער־אַסיפֿה, לזכּרון די אומגעבראַכטע אין מאָסקווע ייִדישע טוער, דעם 12טן אויגוסט 1952. ווער וועט קומען אין אַזאַ היץ, בפֿרט, אַז דער עולם איז בדרך־כּלל נישט קיין יונגער?! און שטעלט אײַך פֿאָר: דווקא דעם 12טן אויגוסט האָט בײַ טאָג אַ גיס געטאָן אַ רעגן און ביזן אָוונט איז געוואָרן מחיה־קיל; אַזוי אַז אינעם קהילה־הויז האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם פֿון אונדזערע שטענדיקע באַזוכער. ס’איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז צו דער דאָזיקער אונטערנעמונג קומען אויך די געסט, וועלכע באַזוכן אין דער צײַט די אַלטע היים און זייערע קרובֿים. אַזוי האָב איך געזען זיצן אין זאַל די פּיאַניסטקע קלאַרע זובריצקי, וואָס וווינט איצט אין פּאַריז; ס’איז געקומען דער פֿידלער עדואַרד שרײַבמאַן מיט זײַן פֿרוי, וועלכע וווינען אין פֿלאָרידע; צווישן די געסט האָט מען געקאָנט זען אויך דאַריע פֿיין מיט איר מאַן און צוויי זין, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן פֿאַרענדיקט איר שליחות, ווי דער שעף פֿונעם פּאָליטיש־עקאָנאָמישן אָפּטייל בײַ דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין מאָלדאָווע. איר מאַן, הרבֿ ראובֿן שענקער האָט טאַקע דערעפֿנט די טרויער־אַקאַדעמיע מיט דער תּפֿילה “אל־מלא־רחמים". אין יאָר 1945 האָבן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ איך האָב געוווינט מיט מײַנע עלטערן, אָנגעהויבן אָנצוקומען עשעלאָנען מיט ייִדישע איבערוואַנדערער פֿון די חרובֿ־געוואָרענע בעת דער מלחמה שטעט און שטעטלעך אין די מערבֿ־ראַיאָנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פֿריִער האָט מען אַהין געשיקט פֿון ביראָבידזשאַן אָפֿיציעלע הויכראַנגיקע אַגיטאַטאָרן, צו ווערבירן די אָרטיקע ייִדן. די צאָל אײַנוווינער אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז דעמאָלט שטאַרק געשטיגן. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן גערעדט ייִדיש, זײַנען כּמעט אַלע פּראָגראַמען אויף דעם ראַדיאָ טראַנסמיטירט געוואָרן אין ייִדיש. ביז הײַנט קלינגט מיר אין די אויערן: "עס רעדט ביראָבידזשאַן". בכלל איז יענע צײַט געווען אַ פּאַראַדאָקסאַלע: פֿון איין זײַט, האָט אַרום־און־אַרום געהערשט דער הונגער, די קלייטן — פּוסט, יעדע קלייניקייט איז אַ מציאה; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט אין ביראָבידזשאַן געבליט און געצוויט די ייִדישע קולטור. ס’האָט געאַרבעט דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער אויף קאַגאַנאָוויטשס נאָמען, וועלכער פֿלעגט אַרומפֿאָרן מיט פֿאָרשטעלונגען איבערן גאַנצן לאַנד; שאַפֿעריש זײַנען געווען די אָרטיקע ייִדישע שרײַבער, ייִדיש האָט מען גערעדט אויף די גאַסן, אין די שולן און קינדער־גערטנער. איך אַליין האָב אָנגעהויבן גיין אין שול אַרײַן אין 1944 און ביזן יאָר 1949 האָב איך זיך געלערנט ייִדיש. דער שטאָט ביראָבידזשאַן און מײַנע עלטערן דאַרף איך זײַן דאַנקבאַר פֿאַרן קענען רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש. די ייִדישע באַטייליקונג אין "מערצישאָר" דער ערשטער וועסנע־חודש אין מאָלדאָווע טיילט זיך, געוויינטלעך אויס, מיט זײַן קאַפּריזנעם וועטער. דער ווינטער וויל נאָך נישט אַוועקגיין, און ווײַזט בייז אַרויס זײַן כאַראַקטער: אָט ווערט ער ווייכער, וואַרעמער און אָט שיקט ער אָן אַ קאַלטן רעגן מיט אַ ווינט. דערצו נאָך, האָט דער קעשענעווער מייאָר, דאָרין קירטאָאַקע, פֿאַראָרדנט אָפּצושטעלן דעם באַהייצונג־סעזאָן אין מיטן מאַרץ, ווײַל צוליב די ווילד־הויכע פּרײַזן אויף גאַז, זײַנען די אײַנוווינער שולדיק געבליבן דער שטאָט אַ ריזיקע סומע געלט. זיץ איך איצט בײַם שרײַבטיש, אײַנגעקוטעט אין אַלע וואַרעמע חפֿצים מײַנע און באַמי זיך צו דערוואַרעמען מיט די גײַסטיקע אונטערנעמונגען, וואָס האָבן געמאַכט דאָ אונדזער ייִדיש לעבן אָנגעזעטיקט און לעבעדיק. לכּבֿוד דעם קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי אינעם בעסטן קאָנצערט־זאַל אין קעשענעוו, מיט אַ פּרעכטיקן אָרגל, האָט די קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון דער שטאָט געפֿײַערט דעם 65סטן יוביליי פֿונעם באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר, פֿידלער, פּראָפֿעסאָר פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע, באָריס דובאָסאַרסקי. וויכטיקע אונטערנעמונגען און צום סוף עטלעכע ווערטער וועגן דעם יום־טובֿ חנוכּה. אין די טעג האָבן פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דורכגעפֿירט זייערע אייגענע אונטערנעמונגען: דער ישׂראל־צענטער, די סוכנותּ, דער יוגנט־קלוב "חבֿרים" בײַם קהילה־צענטער. ממש די טעג האָב איך זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל, וווּהין כ׳בין געשיקט געוואָרן אויף אַ וואָך פֿון דעם מאָלדאַווישן ראַדיאָ, בײַצוזײַן און דערנאָך דערציילן אונדזערע צושויער וועגן דער אַרבעט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון בעסאַראַבער ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ. אָפּגעמערקט האָט מען עטלעכע קײַלעכדיקע דאַטעס: 70 יאָר, זינט די אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן איז געגרינדעט געוואָרן; 40 יאָר — זינט ס׳איז אויפֿגעבויט געוואָרן "בית־בעסאַראַביע", ווי אויך דאָס דערמאָנען דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿון יצחק קאָרן, דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע. ישׂראל, וועדליק ס׳איז שוין אַוועק אַ האַלבער מײַ, האָט זיך מיט אַ גוטן וועטער נישט צעבאַלעוועט. ס׳איז געווען קיל און כּסדר גערעגנט. די ישׂראלים האָט אַזאַ "וויינענדיקער" אינדרויסן בפֿירוש געפֿרייט: אַ סך רעגנס — אַ סך וואַסער! און באמת, אַלע טײַכלעך און סאָזשלקעס אויפֿן וועג, וווּ ס׳איז מיר אויסגעקומען צו פֿאָרן, זײַנען געווען פֿול מיט וואַסער און אַלץ אַרום האָט געגרינט און געבליט. קיין "בית־בעסאַראַביע" בין איך אָנגעקומען מיט אַ שעה פֿריִער פֿאַר דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. דער עולם האָט זיך ערשט אָנגעהויבן צונויפֿזאַמלען. אינעם בנין אַליין, האָט געקאָכט מיט דער לעצטער צוגרייטונג־אַרבעט, און דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער אונטערנעמונג, דער אויספֿירלעכער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, לעוו ווײַנבוים, האָט געמאַכט זײַנע פֿאַראָרדענונגען. צווישן די לערער פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע, וועלכע איך האָב פֿאַרענדיקט מיט 50 יאָר צוריק, האָט זיך מיר אַמבולטסטן פֿאַרגעדענקט אונדזער פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק־געשיכטע אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש. זיך טרעפֿן מיט אים — סײַ בעת די לעקציעס און סײַ אויסער זיי — פֿלעגט תּמיד לאָזן נאָך זיך אַ טיפֿן שפּור פֿון פֿרייד און ליכט. כ'מיין, אַז נישט ווייניק פֿון זײַן פּערזענלעכקייט האָט מײַן לערער געירשנט בײַ זײַן באַרימטן זיידן, שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, אַנדערש געזאָגט, מענדעלע מוכר־ספֿרים. אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין 1900, וווּ ס'האָט געוווינט מענדעלעס גרויסע משפּחה. ווי באַקאַנט, האָט ער אָנגעפֿירט אויף דער דעכטיאַרנע־גאַס מיט אַ גרויסער תּלמוד־תּורה; דאָרט האָט זיך אויך געפֿונען זײַן הויז. ווי באַוווּסט, לעבט שוין מאָלדאָווע צוויי יאָר אָן אַ פּרעזידענט. צוליב דעם קריטישן מצבֿ אין לאַנד, איז אויפֿגעקומען אַ געפֿאַר, אַז אויך דער קומענדיקער פּאַרלאַמענט וועט נישט קאָנען דערוויילן דעם פּרעזידענט. האָבן די פֿירער פֿון דער איצטיקער מאַכט, אין שפּיץ מיטן צײַטווײַליקן פּרעזידענט און פּאַרלאַמענט־ספּיקער גימפּו, באַשלאָסן, אַז פֿאַר זיי וועט זײַן בעסער, אויב פֿון דער קאָנסטיטוציע וועט אַרויסגענומען ווערן דער פּונקט נומ׳ 78; דעמאָלט וואָלט דעם פּרעזידענט געקאָנט אויסוויילן נישט דער פּאַרלאַמענט, נאָר דאָס פֿאָלק. דערבײַ וואָלט די איצטיקע מאַכט פֿון דער ליבעראַל־דעמאָקראַטישער אַליאַנץ נישט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן די ווענט פֿונעם פּאַרלאַמענט. איך בין אַ תּושבֿ פֿון מאָלדאָווע שוין איבער 50 יאָר, אָבער אַזאַ הייסן זומער ווי הײַיאָר, געדענק איך נישט. פֿון דעסטוועגן, האָט די היץ נישט אָפּגעשטעלט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן און די אַלע אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿון פֿריִער פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן זײַנען צושטאַנד געקומען. קודם־כּל וויל איך דערמאָנען די יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר יעדן 12טן אויגוסט, געווידמעט דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבער. דער טערמאָמעטער איז אַרויף ביז + 38 גראַד C, אָבער דער זאַל פֿונעם קהילה־צענטער, וואָס נעמט אַרײַן 200 מענטשן, איז געווען פֿול געפּאַקט. די טעג פֿײַערט די ייִדישע קהילה פֿון מאָלדאָווע דעם 50סטן געבוירן־טאָג פֿונעם אייגנאַרטיקן מאָלער און גראַפֿיקער, וואָס זײַן שאַפֿונג איז גוט באַקאַנט אויך אין אויסלאַנד, עדואַרד מײַדענבערג. ער איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער אַמאָן מײַדענבערג, וועלכער האָט איבערגעזעצט אויף מאָלדאַוויש די ווערק פֿון גרויסע ליטעראַטור־מײַסטערס, ווי שעקספּיר, טאָלסטוי, דזשעק לאָנדאָן, קיפּלינג, טורגעניעוו און אַנדערע. זײַן מוטער איז אַ לערערין פֿון געשיכטע, אויך זייער אַ פֿעיִקע מוזיקערין און שפּילט פּיאַנע און אַקאָרדעאָן. אין די לעצטע חדשים זײַנען אין צפֿון מאָלדאָווע אויפֿגעדעקט געוואָרן צוויי דענקמעלער, לזכּרון די אומגעבראַכטע דאָרטיקע ייִדן בעתן חורבן. דער ערשטער דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם דאָרף פּעפּען, וווּ אין איין יולי־נאַכט, 1941 האָבן די רומענישע פֿאַשיסטן אויסגעהרגעט 326 ייִדן סײַ פֿון פּעפּען און סײַ די בעזשענצעס, וואָס האָבן זיך אינעם דאָרף אויסבאַהאַלטן. אַלע ייִדן האָט מען צונויפֿגעזאַמלט אינעם הויז פֿונעם דאָרפֿישן ראַט, כּלומרש צו קאָנטראָלירן זייערע דאָקומענטן. צוויי מעת־לעת האָט מען זיי דאָרט געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט; נישט געגעבן ניט עסן און ניט טרינקען. |