פּובליציסטיק

אין די לעצטע חדשים זײַנען אין צפֿון מאָלדאָווע אויפֿגעדעקט געוואָרן צוויי דענקמעלער, לזכּרון די אומגעבראַכטע דאָרטיקע ייִדן בעתן חורבן. דער ערשטער דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם דאָרף פּעפּען, וווּ אין איין יולי־נאַכט, 1941 האָבן די רומענישע פֿאַשיסטן אויסגעהרגעט 326 ייִדן סײַ פֿון פּעפּען און סײַ די בעזשענצעס, וואָס האָבן זיך אינעם דאָרף אויסבאַהאַלטן. אַלע ייִדן האָט מען צונויפֿגעזאַמלט אינעם הויז פֿונעם דאָרפֿישן ראַט, כּלומרש צו קאָנטראָלירן זייערע דאָקומענטן. צוויי מעת־לעת האָט מען זיי דאָרט געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט; נישט געגעבן ניט עסן און ניט טרינקען. בײַ נאַכט אויף דער דריטער נאַכט האָבן די רומענישע רוצחים אין שפּיץ מיט יאָנאַ באָרדעי, אויסגעזעצט די פֿענצטער און אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם הויז עטלעכע גראַנאַטן. די מענטשן, פֿאַרבלוטיקט און פֿאַרטויבט, האָבן זיך געריסן פֿון דער פֿאַרשפּאַרטקייט, אָבער אין הויף האָבן שוין אויף זיי אַרויסגעקוקט די צעיושעוועטע מערדער מיט קייטן און דריקלעך אין די הענט.

וועגן דעם האָט דערציילט אויף דער טרויער־אַסיפֿה דער 79־יאָריקער אַנדריי וווּלפּע, דער אָרטיקער היסטאָריקער און אַ לעבעדיקער עדות פֿון יענעם מערדערישן פֿאַרברעכן. "יענע נאַכט איז געווען די שרעקלעכסטע אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון אונדזער דאָרף, — האָט זיך דערמאָנט דער אַלטער, — זי איז צעריסן געוואָרן פֿון געשרייען און שיסערײַ. גאַנץ פֿרי זײַנען צום הויף צוגעפֿאָרן פֿירלעך און אויף זיי האָט מען אַרויפֿגעוואָרפֿן די גופֿים. דערנאָך זיי אַלע באַגראָבן אין די שטיינער־שאַכטעס נישט ווײַט פֿון פּעפּען. ווער ס’האָט נאָך געזשיפּעט, האָט מען זיי געמאַכט דעם סוף מיט שטיינער..."

ווי אַ מין המשך צו דער שרעקלעכער מלחמה־געשיכטע, איז אויפֿגענומען געוואָרן דער אויפֿטריט פֿון לייב באָנדאַר, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין בעלץ. ער האָט דערציילט שוין וועגן דעם דראַמאַטישן גורל פֿון דעם דענקמאָל אַליין. אין 1971, צום 30סטן יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע ייִדן אין פּעפּען איז, לויט דער איניציאַטיוו פֿון אַהרן זאַסלאַווסקי, דער דעמאָלטיקער דירעקטאָר פֿונעם קאָלכאָז אינעם דאָרף, האָבן די אָרטיקע פּויערים באַשלאָסן אויפֿצושטעלן לזכּרון די פֿאַרפּײַניקטע ייִדן, אַ מאָנומענט. די סקולפּטור־קאָמפּאָזיציע האָט מען דעמאָלט באַשטעלט אין לוואָוו און דעם פּראָיעקט האָט געמאַכט דער אַרכיטעקט סעמיאָן שוחט. ווען ס’איז געקומען די צײַט דעם מאָנומענט צו שטעלן, האָט דער דעמאָלטיקער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דעם קאָמוניסטישן ראַיאָן־קאָמיטעט קאַטעגאָריש פֿאַרווערט עס צו טאָן. פּונקט אַזוי האָט זיך אויפֿגעפֿירט דער שפּעטערדיקער פּאַרטיי־באַלעבאָס פֿונעם ראַיאָן.

אין 1988 איז געשטאָרבן אַהרן זאַסלאַווסקי, וואָס האָט זיך די אַלע יאָרן געשלאָגן מיטן קאָפּ אין דער וואַנט פֿונעם אַנטיסעמיטישן סאָוועטישן רעזשים. דער דענקמאָל איז געבליבן וואַלגערן זיך לעבן אַ שטאַל, האַלב באַגראָבן אין דער ערד. סערגיי פּאַוולעוויטש, דער געוועזענער פֿאָרזיצער פֿונעם דאָרפֿראַט, האָט וועגן דעם "באַגראָבענעם דענקמאָל" אָפּגעדרוקט אַ נאָטיץ אין דער רעפּובליקאַנער צײַטונג. דעמאָלט האָט מען עס שוין געקאָנט טאָן אָן מורא.

"ווען איך האָב איבערגעלייענט די נאָטיץ, — האָט זיך דערמאָנט דער היסטאָריקער אַנדריי וווּלפּע, — האָב איך באַשלאָסן זיך אָפּצוגעבן מיטן אויפֿשטעלן דעם דענקמאָל". וווּלפּע האָט זיך פֿאַרבינדן מיט שאַבס רויף, דעם פֿאָרזיצער פֿון דער רעפּובליקאַנער אַסאָציאַציע פֿון געוועזענע קאַצעטלער. זיי האָבן געדונגען אַרבעטער, אָפּגערייניקט די טעריטאָריע, געמאַכט אַ פֿונדאַמענט. נאָכן רעסטאַוורירן די סקולפּטור־קאָמפּאָזיציע, האָט מען אַוועקגעשטעלט אַרום אַן אײַזערנעם צוים. דער פֿאַרלאָזטער מאָנומענט האָט פֿאַרנומען זײַן אָרט אויפֿן בערגל אין סאַמע צענטער פֿון פּעפּען.

פֿינאַנציעל האָבן געשטיצט דעם פּראָיעקט די מיט־פֿאָרזיצערס פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין מאָלדאָווע, אַלכּסנדר בילינקיס און אַלכּסנדר פּינטשעווסקי, סטיוו מאַקלער (שטאָט גרינסבאָראָ, אַמעריקע), וואָלף פֿילדערמאַן (ישׂראל), אַנדריי גאַלבען, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון פּעפּען, איצטער אַן אַקאַדעמיקער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט ULIM. טאַקע אַ דאַנק אים און דעם פּראָפֿעסאָר יוסף בעלאָוס, געוועזענער געטאָ־קינד, איז צושטאַנד געקומען די אָפֿיציעלע עפֿענונג פֿון דעם דאָזיקן דענקמאָל.

מיט אַ וואָך שפּעטער נאָכן דערעפֿענען דעם דענקמאָל אין פּעפּען, איז אין אַן אַנדער ייִשובֿ, מאַרקולעשט, אויפֿגעדעקט געוואָר דער דענקמאָל, לזכּרון די אומגעבראַכטע אינעם איבערשיקונגס־לאַגער, וועלכער האָט עקזיסטירט פֿון זומער 1941 ביזן ווינטער 1942. דורך דעם מאַרקולעשטער גיהנום זײַנען דורכגעגאַנגען 18 טויזנט ייִדן פֿון בעסאַראַביע, רומעניע און בוקאָווינע. מע פֿלעגט זיי אַהין ברענגען אָדער מיט דער באַן, אָדער טרײַבן וואָכנלאַנג אָן עסן און טרינקען. זיבן חדשים האָט מען זיי דאָרט אָפּגעהאַלטן און נאָך די ליידן און דערנידערונגען, אַלע דערהרגעט.

צווישן די וואָס זײַנען געווען בײַ דער עפֿענונג, האָט וועגן דעם איבערגעלעבטן דערציילט שאַבס רויף. דעמאָלט אַ קינד פֿון עלף יאָר, האָט מען אים צוזאַמען מיט די עלטערן געבראַכט קיין מאַרקולעשט. ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז דער פּרימאַר (מייאָר), געאָרגי דאָנאָס, איז גרייט אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל, האָט רויף זיך געוואָנדן צו דער פֿאַרוואַלטונג פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע, און געבעטן אַרויסצוהעלפֿן דעם שטאָט־באַלעבאָס פֿון מאַרקולעשט. די געוועזענע קאַצעטלער האָבן צונויפֿגענומען 3,500$; 1,000$ האָט געגעבן די ייִדישע קהילה פֿון מאָלדאָווע און נאָך 1,000$ האָבן צונויפֿגעזאַמלט די תּלמידים און לערער פֿונעם קעשענעווער ייִדישן ליציי אויף רמב״מס נאָמען, ווי אויך די פֿאָרשטייער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿילאַנטראָפּישער אָרגאַניזאַציע "אבֿן־עזר", וואָס איר דירעקטאָר, הענריך קאַאַסמאַן, איז אויפֿגעטראָטן בעת דער עפֿענונג פֿונעם דענקמאָל.

וועגן דער טראַגעדיע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום האָבן גערעדט דער לערער פֿון דער שטאָט יעדינעץ יורי זאַגאָרטשאַ און דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער פֿאַר סטראַטעגישן אַנאַליז און פּראָגנאָז ד״ר סערגיי נאַזאַריאַן. דער חורבן האָט פֿאַרניכטעט איבער 300 טויזנט ייִדן פֿון בעסאַראַביע.