געזעלשאַפֿט

ייִדישע ביכער אין דער רוסישער איבערזעצונג
ייִדישע ביכער אין דער רוסישער איבערזעצונג
Credit: Efim Goldshmidt
דעם גאַנצן זומער אין מאָלדאָווע האָט געברענט אַ מסוכּנע היץ. ס’איז נישט געווען מיט וואָס צו אָטעמען. קיין טראָפּן רעגן איז נישט געפֿאַלן אין משך פֿון די לעצטע צוויי חדשים. אין די ערשטע צען טעג פֿון אויגוסט האָט די טעמפּעראַטור אין שאָטן דערגרייכט ביז 38־40 גראָד C.
זאָגן דעם אמת, האָב איך שוין געטראַכט, אַז צוליב דעם וועטער־קאַטאַקליזם וועט מען מוזן אָפּשאַפֿן די יערלעכע טרויער־אַסיפֿה, לזכּרון די אומגעבראַכטע אין מאָסקווע ייִדישע טוער, דעם 12טן אויגוסט 1952. ווער וועט קומען אין אַזאַ היץ, בפֿרט, אַז דער עולם איז בדרך־כּלל נישט קיין יונגער?! און שטעלט אײַך פֿאָר: דווקא דעם 12טן אויגוסט האָט בײַ טאָג אַ גיס געטאָן אַ רעגן און ביזן אָוונט איז געוואָרן מחיה־קיל; אַזוי אַז אינעם קהילה־הויז האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם פֿון אונדזערע שטענדיקע באַזוכער.
ס’איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז צו דער דאָזיקער אונטערנעמונג קומען אויך די געסט, וועלכע באַזוכן אין דער צײַט די אַלטע היים און זייערע קרובֿים. אַזוי האָב איך געזען זיצן אין זאַל די פּיאַניסטקע קלאַרע זובריצקי, וואָס וווינט איצט אין פּאַריז; ס’איז געקומען דער פֿידלער עדואַרד שרײַבמאַן מיט זײַן פֿרוי, וועלכע וווינען אין פֿלאָרידע; צווישן די געסט האָט מען געקאָנט זען אויך דאַריע פֿיין מיט איר מאַן און צוויי זין, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן פֿאַרענדיקט איר שליחות, ווי דער שעף פֿונעם פּאָליטיש־עקאָנאָמישן אָפּטייל בײַ דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין מאָלדאָווע. איר מאַן, הרבֿ ראובֿן שענקער האָט טאַקע דערעפֿנט די טרויער־אַקאַדעמיע מיט דער תּפֿילה “אל־מלא־רחמים".
איך האָב געפֿירט די פּראָגראַם און קודם־כּל דערמאָנט די פֿאַרזאַמלטע וועגן די בלוטיקע געשעענישן, וועלכע האָבן געהאַט אַן אָרט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט 60 יאָר צוריק. נאָך איין גאַסט אין קעשענעוו, די ליטעראַטור־פֿאָרשערין אָלגאַ טיכאָווסקאַיאַ, האָט אויף אַ גוטן ייִדיש איבערגעלייענט דאָס באַקאַנטע ליד פֿון יוסף קערלער “דער 12ער אויגוסט 1952", וואָס האָט געגעבן דעם פּאַסיקן טאָן פֿאַר דער גאַנצער אונטערנעמונג. באַגלייט האָבן די טראַגישע פּאָעטישע שורות דער “ניגון" פֿונעם קינאָפֿילם “שינדלערס ליסטע", וועלכן עס האָט געשפּילט דער פֿידלער באָריס דובאָסאַרסקי.
ס’איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז אויף דעם אָוונט קלינגט דאָס קול פֿון יחיאל שרײַבמאַנען ז"ל, וווּ ער לייענט זײַן מיניאַטור “קדיש". ער איז דאָך געווען דער ערשטער, וועלכער האָט פֿאָרגעלייגט יעדעס יאָר, בײַם “ייִדיש־קלוב", דורכצופֿירן אַזאַ מין הזכּרה־פּראָגראַם “אויגוסט 12, 1952". מיט לידער פֿון די באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן איז אָנגעפֿולט געווען די פּראָגראַם: מאַרינאַ שרײַבמאַן האָט פֿאָרגעלייענט דאָס ליד פֿון פּרץ מאַרקיש “דער וועג אין געטאָ"; די לערערין פֿונעם ייִדישן ליציי אויף רמב"ם׳ס נאָמען, חנה גלוטניק, האָט איבערגעלייענט זײַן ליד “ש. מיכאָעלס — אַ נר תּמיד בײַם אָרון" און דער זינגער אַלעקס דיגאָרע האָט אויסגעפֿירט דעם ראָמאַנס פֿון זלאַטע טקאַטש אויפֿן טעקסט פֿון מאַרקישס ליד “די רויז". ער האָט אויך געזונגען באַקאַנטע לידער אויף די ווערטער פֿון איציק פֿעפֿער, דוד האָפֿשטיין און לייב קוויטקאָ. האַרציק און היימיש האָט געזונגען דער אָרטיקער ליבלינג איסאַק פֿאַרבער.
בעת דער אונטערנעמונג אין "קהילה־הויז", קעשענעוו, אויגוסט 12
בעת דער אונטערנעמונג אין "קהילה־הויז", קעשענעוו, אויגוסט 12
Credit: Efim Goldshmidt
לויט דעם מינהג, ווען דאָס קול פֿון יחיאל שרײַבמאַנען רופֿט אויס יעדן אומגעבראַכטן אין דעם אַנטיסעמיטישן טעראָר, צינדט מען אָן אַ ליכט. דאָס לעצטע ליכטל צינד איך תּמיד אָן לזכּרון מײַן מאַמען, דער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן, אויך אַ קרבן פֿון סטאַליניזם. אין איר נאָמען צינד איך אָן דאָס ליכט אין אָנדענקט פֿון אַלע ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די לאַגערן און פּסיכושקעס, זיך אומגעקערט אַהיים, און נישט געקוקט אויף זייער מאָראַלישער דערדריקטקייט און פֿיזישע קראַנקייטן, האָבן זיי ממשיך געווען צו שאַפֿן אין ייִדיש. אויף דעם אָוונט לייען איך שוין נישט איין יאָר מײַן מאַמעס ליד “פֿאַר וואָס, פֿאַר וואָס?"
די קאָנצערט־פּראָגראַם האָט דער עולם אויפֿגענומען מיט פֿיל וואַרעמקייט, און צום סוף האָבן אַלע זיך געשטעלט אויף די פֿיס און מיט אַפּלאָדיסמענטן באַדאַנקט אַלע באַטייליקטע.
יאָ, די סטאַליניסטישע מערדער האָבן לײַכט זיך געספּראַוועט מיט זייער טייטלעכער אַרבעט איבער שוצלאָזע, פֿאַרפּײַניקטע מענטשן; אָבער אומצוברענגען זייער עזבֿון, זייערע אומשטערבלעכע ווערק האָט זיך זיי נישט אײַנגעגעבן. איך וויל אויך צוגעבן, אַז צו דער טרויער־אַקאַדעמיע האָט די ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען צוגעגרייט אַן אויסשטעלונג אויף דער טעמע “זיי זײַנען געוואָרן אַ לעגענדע". ביכער פֿון בערגעלסאָנען, מאַרקישן, פֿעפֿערן, קוויטקאָן, האָפֿשטיינען האָבן זיך אויסגעשטעלט, אָנשפּאַרנדיק זיך פֿעסט מיט די רוקנס אין די ביכער־פּאָליצעס, ווי זיך געוואָנדן צו אונדז: “לייענט, מיר זײַנען מיט אײַך!"