- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איצט, ווען מיר האַלטן אין שרײַבן דעם לייט־אַרטיקל געפֿינען זיך די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען אין וואַשינגטאָן אין סאַמע ברען. צי מיינט עס, אַז ביידע צדדים האָבן טאַקע ממש געברענט זיך צו טרעפֿן אין וואַשינגטאָן; און סוף־כּל־סוף, אָנהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן זיך? דעם אמת געזאָגט, געברענט מיט חשק האָט מער דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע. ס'איז שוין געוואָרן אַ מין מינהג, אַז יעדער נײַער באַלעבאָס אין "ווײַסן הויז" האַלט פֿאַר נייטיק זיך אײַנשטעלן פֿאַרן שלום אין מיטעלן מיזרח. די טעג פֿײַערט די ייִדישע קהילה פֿון מאָלדאָווע דעם 50סטן געבוירן־טאָג פֿונעם אייגנאַרטיקן מאָלער און גראַפֿיקער, וואָס זײַן שאַפֿונג איז גוט באַקאַנט אויך אין אויסלאַנד, עדואַרד מײַדענבערג. ער איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער אַמאָן מײַדענבערג, וועלכער האָט איבערגעזעצט אויף מאָלדאַוויש די ווערק פֿון גרויסע ליטעראַטור־מײַסטערס, ווי שעקספּיר, טאָלסטוי, דזשעק לאָנדאָן, קיפּלינג, טורגעניעוו און אַנדערע. זײַן מוטער איז אַ לערערין פֿון געשיכטע, אויך זייער אַ פֿעיִקע מוזיקערין און שפּילט פּיאַנע און אַקאָרדעאָן. ס׳איז שוין אַ טראַדיציע אויף דער יערלעכער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָכן עסן, רוקט מען צונויף די בענקלעך אין עסצימער, און מע זינגט — אַ מאָל, שעהען לאַנג — זמירות און אַנדערע שבתדיקע לידער אויף ייִדיש. אָבער הײַיאָר, נאָך האַלבער נאַכט, ווען אַ סך פֿון די באַטייליקטע זענען שוין געלעגן אין די בעטן, האָבן בערך דרײַסיק יונגע לײַט, ס׳רובֿ אין די 20ער און 30ער יאָרן, זיך אַראָפּגעגנבֿעט צו דער אָזערע מיט פֿלעשלעך ווײַן און בראָנפֿן, אַרײַן אינעם דערבײַיִקן פּאַוויליאָן און צונויפֿגערוקט דרײַ לאַנגע טישן, כּדי צו פּראַווען אַ פֿאַרברענגען אויף זייער אייגענעם שטייגער. יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. און אָט שטייען מיר שוין ווידער פֿאַר דעם אָנקום פֿון דעם נײַעם יאָר תשע״א. די יאָרן לויפֿן שנעל פֿאַרבײַ, עס דאַכט זיך, אַז ניט לאַנג צוריק, ערשט נעכטן, האָבן מיר געפֿײַערט די דאָזיקע טעג... אָבער דער יערלעכער לוח אויף דער וואַנט פֿעלשט ניט, זײַנע בלעטער זענען געוואָרן אַלץ ווייניקער און ווייניקער, עס איז געבליבן בלויז דאָס לעצטע בלעטל פֿון דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר, און דאָס וועט אויך באַלד, אין עטלעכע טעג אַרום, פֿאַרשווינדן... די ערשטע העלפֿט פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה הייסט "נצבֿים" — "איר שטייט". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן — זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע און גרים, מנהיגים פֿון גאַנצע שבֿטים און פּשוטע האָלצהעקער — און דערקלערט, אַז זיי זענען אַלע גלײַך פֿאַרן אייבערשטן, און טראָגן דאָס אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן. אָפֿט באַטראַכטן מיר די ספֿרדישע קהילה ווי איין גאַנצקייט און שיידן נישט אונטער די פֿאַרשיידענע עדות צווישן זיי; פּונקט ווי אַלע אַשכּנזישע ייִדן פֿון כּלערליי לענדער און געגנטן פֿירן זיך אַנדערש אין אַ סך פּרטים; אָבער ווערן אָפֿט באַהאַנדלט ווי איין גרופּע. ייִדן פֿון סיריע, מאַראָקאָ, גריכנלאַנד, טערקײַ און אַנדערע, אַזוי־גערופֿענע "שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע" ייִדן, שטאַמען פֿון גירוש־שפּאַניע, אָבער האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ ברייטן שטח; אין אַמעריקע האָבן זיי אויפֿגעשעטלט זייערע באַזונדערע סינאַגאָגעס. אַ טייל פֿון די ספֿרדישע מינהגים אויף ראָש־השנה זענען ענלעך צו די אַשכּנזישע מינהגים, אָבער אַנדערע — נישט. וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ ייִנגעלע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו, אין דער ייִדישער געגנט פּאָדאָל, וועט אַ מאָל ווערן אַ באַקאַנטער טשעכישער זשורנאַליסט און אַפֿילו הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער פּאָפּולערסטער צײַטונג אין לאַנד "לידאָווע נאָווינאַ"? צי האָט עמעצער געטראַכט, אַז ער וועט ווערן אַ טשעכישער פּאָעט, איבערזעצער, דראַמאַטורג און סצענאַריסט צו טשעכישע קינאָ־פֿילמען? אויב ס׳איז ווייניק, איז ער אויך געווען במשך פֿון אַ סך יאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן בײַ דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־סטאַנציע "סוואָבאָדאַ" (פֿרײַהייט). דערבײַ, בײַ די אַלע זײַנע מלאָכות, איז ער שטענדיק פֿאַרבליבן אַ ייִד און האָט אין ייִדישקייט דערצויגן זײַנע קינדער...
Gainsbourg (Vie Heroique).
פֿאַר אַן אויסלענדער איז שווער תּופֿס צו זײַן דאָס חשיבֿות פֿון סערזש גיינסבור (1928—1991) פֿאַר דער פֿראַנצויזישער קולטור. ווען ער איז געשטאָרבן האָט דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿראַנסואַ מיטעראַן געזאָגט׃ "ער איז געווען אונדזער באָדלער, אונדזער אַפּאָלינער. ער האָט דערהויבן דאָס זינגליד אויף דער מדרגה פֿון קונסט." מיט וואָס זשע האָט אַ ניט־קיין־שיינער, שעמעוודיקער ייִדישער בחור, וואָס אַליין איז קיין מאָל ניט געווען זייער דערפֿאָלגרײַך ווי אַ זינגער, אַזוי אויסגענומען בײַ דעם פֿראַנצויזישן עולם? ייִדן זענען שוין פֿון לאַנג, לאַנג אַ פֿאָלק מיט כּסדרדיקע שפּראַך-פּראָבלעמען: מוטער-שפּראַך, חבֿרים-שפּראַך, שול-שפּראַך, דאַוון-שפּראַך, אַרבעט-שפּראַך, אימיגראַציע־שפּראַך, אאַז״וו. נאָר דער אמת איז, אַז גאָר אַ סך פֿעלקער האָבן פּונקט די זעלבע (אָדער גאָר ענלעכע) פּראָבלעמען. לאָמיר, למשל, אַ קוק טאָן. ווען דער דרויסן קריכט אַרײַן אינעווייניק דאָס לשון פֿונעם ברייטן דרויסן, וואָס גיט אירע רעדערס אַ צוטריט צו פּאָסטנס און צו כּל־מיני הכנסות, ווערט תּמיד געהאַלטן העכער און באַטראַכט מיט מער דרך־ארץ ווי דאָס לשון פֿון דער אָרעמער היים און פֿון דער אינטימער טאָג־טעגלעכקייט. דאָס דערמאָנט אינעם שײַכות צווישן ייִדיש און ענגליש בײַ נײַ־געקומענע קיין אַמעריקע. אָבער אַזוי ווי ענגליש איז פֿאַרבונדן מיט ייִחוס, ברענגט מען דאָס אַרײַן אין שטוב אויך, און די אינטימקייט ווערט צעטיילט אין צווייען. ראָש־השנה פֿון י. י. סיגאַל נײַ־יאָר טוט זיך אָן אין יום־טובֿ, זומער — יום־טובֿדיק אין זײַד, כאָטש דער זומער אײַלט שוין אונטער, שטייט שוין באַלד פֿון יענער זײַט. |