קינאָ
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון דעם פֿילם "גינסבורג"
סצענע פֿון דעם פֿילם "גינסבורג"

Gainsbourg (Vie Heroique).
France, 2010


פֿאַר אַן אויסלענדער איז שווער תּופֿס צו זײַן דאָס חשיבֿות פֿון סערזש גיינסבור (1928—1991) פֿאַר דער פֿראַנצויזישער קולטור. ווען ער איז געשטאָרבן האָט דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿראַנסואַ מיטעראַן געזאָגט׃ "ער איז געווען אונדזער באָדלער, אונדזער אַפּאָלינער. ער האָט דערהויבן דאָס זינגליד אויף דער מדרגה פֿון קונסט." מיט וואָס זשע האָט אַ ניט־קיין־שיינער, שעמעוודיקער ייִדישער בחור, וואָס אַליין איז קיין מאָל ניט געווען זייער דערפֿאָלגרײַך ווי אַ זינגער, אַזוי אויסגענומען בײַ דעם פֿראַנצויזישן עולם?

כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין גיינסבורס כאַריזמע, איז כּדאַי צו זען דעם נײַעם פֿילם "גינסבורג (אַ העלדיש לעבן)". דאָס איז דאָס ערשטע קינאָ־ווערק פֿונעם פֿראַנצויזישן ייִדישן קינסטלער זשאָאַן ספֿאַר, וועלכער האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע קאָמיקס־ביכלעך, בפֿרט מיט דער סעריע פֿון מעשׂיות אין בילדער "דעם רביס קאַץ" (אַן ענגלישער נוסח איז אַרויס אין 2006).

אינעם אָנהייב פֿונעם פֿילם זעט מען דעם הויפּט־פּערסאָנאַזש, דעם יונגן לוסיען גינסבורג, ווי אַ קינד פֿון אַן אָרעמער רוסיש־ייִדישער משפּחה אין פּאַריז ערבֿ דער מלחמה און בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. דער צווייטער, שוין דערוואַקסענער גינסבורג, באַווײַזט זיך ווידער אין די 1950ער יאָרן, לכתּחילה ווי אַ יונגער קינסטלער און דערנאָך ווי אַ מוזיקער. זײַנע פּאָפּולערע לידער באַגלייטן די פֿילצאָליקע ליבע־געשיכטעס און אַנדערע אַוואַנטורעס, וואָס האָבן אויסגעפֿילט דאָס לעבן פֿון לוסיען גינסבורג, וואָס איז געוואָרן וועלט־באַרימט ווי סערזש גיינסבור.

ספֿאַר האָט אַרײַנגעפֿירט אינעם רעאַליסטישן פֿילם צוויי פּערסאָנאַזשן, וואָס שטאַמען פֿון דער וועלט פֿון קאָמיקסן. אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן ווערט גינסבורג באַגלייט מיט צוויי פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן, וואָס פֿאַרקערפּערן זײַנע אינעווייניקסטע אַנגסטן און קאָמפּלעקסן. דאָס ערשטע באַשעפֿעניש איז די אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטור פֿונעם מיאוסן גראָבן ייִד מיט פֿיר הענט, וואָס איז אויסן צו פֿאַרכאַפּן די גאַנצע וועלט. גינסבורג האָט דערזען דאָס דאָזיקע בילד אויף אַ פּאַריזער גאַס בעת דער אָקופּאַציע, און זינט דעמאָלט איז עס פֿאַרבליבן אין זײַן זכּרון ווי אַ סימן פֿון זײַן אָנגעהעריקייט צו דעם גערודפֿטן ייִדישן פֿאָלק. די צווייטע פֿיגור איז ער אַליין, מיט אַ לאַנגער קרומער נאָז און ריזיקע אויערן. דאָס איז אַ סימבאָל פֿון זײַן אייגענער נעווראָטישער אומזיכערקייט, וואָס איז אײַנגעוואָרצלט אין זײַן קינדהייט.

דאָס אַרײַנברענגען אָט די צוויי קאַריקאַטורן איז אַ געראָטענער איינפֿאַל. זיי דערמעגלעכן צו זען גינסבורג/גיינסבור ווי פֿון אינעווייניק, ווי אַ מענטש, וואָס איז אויסן צו באַהערשן די וועלט, אָבער פֿול מיט ספֿקות וועגן זײַן אייגענער ווערט. פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך געפֿילט ווי אַ פֿרעמדער. דער פֿילם עפֿנט זיך מיט אַן עפּיזאָד אויפֿן ים־ברעג, וווּ אַ קליין מיידל זאָגט דעם קליינעם ייִנגל לוסיען׃ "דו ביסט אַזוי מיאוס!" דאָס געפֿיל פֿון אייגענער פֿרעמדקייט איז געוואָרן אַ סך שטאַרקער בעת דער אָקופּאַציע, ווען גינסבורג איז אויסבאַהאַלטן געוואָרן אין אַ קאַטוילישן קלויסטער, אָבער ניט געקאָנט זיך צופּאַסן צו דער שטרענגער קריסטלעכער אַטמאָספֿער.

די "ייִדישע" ליניע אינעם פֿילם איז אויסגעפֿירט אין אַ גראָטעסק־עטנאָגראַפֿישן סטיל, וואָס איז געבויט אויף פֿלאַכע קלישעען, אַזעלכע ווי די "ייִדישע מאַמע", וואָס רעדט צומאָל רוסיש, אָבער האָט ניט קיין ייִדישן אַקצענט אָדער אינטאָנאַציע, און אַ תּמעוואַטער טאַטע, וואָס וויל מאַכן זײַן זון אַן ערנסטן מוזיקער, אָבער צום סוף, איז ער צופֿרידן מיט דעם, וואָס עס באַקומט זיך. דער רוסיש־ייִדישער קאָלאָריט ווערט באַטאָנט מיט טרינקען בראָנפֿן און עסן מצות (און דווקא ניט אויף פּסח). די צרה מיט די ייִדישע שטייגערישע פּרטים איז אַפֿילו ניט דאָס, וואָס זיי זײַנען פֿאַלש און איבערגעטריבן; זיי זײַנען צו גראָב און שטערן דער עלעגאַנטער קינסטלערישער סטיליסטיק פֿונעם פֿילם. נאָר דאָס איז אפֿשר דער איינציקער ערנסטער חסרון אין דעם דאָזיקן גאָר געראָטענעם פֿילם.

עריק עלמאָנסינאָ ווײַזט גיינסבורן ווי אַ נערוועזן, אָבער זייער סימפּאַטישן שלימזל מיט אַ מאַגנעטישן שאַרם, וואָס ציט צו זיך צו די סאַמע פּרעכטיקע פֿרויען, אַזעלכע ווי בריזשיט באַרדאָ אָדער דזשיין בירקין. אין משך פֿון כּמעט צוואַנציק יאָר, נאָך גיינסבורס טויט פֿון אַ האַרץ־אַטאַקע, אין 1991, איז זײַן געשטאַלט געוואָרן זייער פּאָפּולער. דער פֿילם איז אַ בײַטראָג אינעם דאָזיקן גיינסבור־קולט. עס דאַכט זיך אַפֿילו, אַז גיינסבורס גײַסט האָט זיך אַרײַנגעמישט פֿון יענער וועלט אין די אומשטאַנדן פֿון דער פֿילם־פּראָדוקציע. לכתּחילה, האָט דער רעזשיסאָר בדעה געהאַט, אַז די אַקטריסע לוסי גאָרדאָן זאָל שפּילן די טאָכטער פֿון גיינסבור און בירקין — שאַרלאָטע גיינסבור — און אויך די ראָלע פֿון איר מאַמע. אַזאַ עמאָציאָנעלע אָנלאָדונג וואָלט געווען צו שווער פֿאַר דער אַקטריסע; זי איז אָבער מסכּים אויף דעם. נאָך דעם ווי דער פֿילם איז פֿאַרענדיקט געוואָרן, איז לוסי גאָרדאָן באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. דער פֿילם איז געווידמעט איר אָנדענק.

סערזש גיינסבור קומט אַרויס אינעם פֿילם ווי אַ מענטש, וואָס איז כּסדר ניט זיכער אין זיך אַליין און אין דער וועלט אַרום אים. זײַן רום, זײַנע ליבעס, און זײַן שיכּרות זײַנען אײַנגעוואָרצלט אין זײַן טראַוומאַטישער קינדהייט. אַן איקאָנע פֿון דער מאָדערנער פֿראַנצויזישער קולטור, איז ער קיין מאָל ניט געווען אַן אייגענער אין דער פֿראַנצויזישער סבֿיבֿה. ער האָט זיך קיין מאָל ניט געקאָנט באַפֿרײַען פֿון זײַן "אַלטן עגאָ", דער קאַריקאַטורישער געשטאַלט מיט דער לאַנגער קרומער נאָז און גרויסע אויערן. די דאָזיקע באַשעפֿעניש לאָזט אים ניט צו רו מיט אירע פֿוילע שטיק. די סעריע פֿון גיינסבורס פּראָוואָקאַציעס הייבט זיך אָן מיט עראָטישע לידער, וועלכע ווערן פֿאַרווערט אין פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד, און ענדיקט זיך מיט זינגען די "מאַרסעליעז" אינעם יאַמײַקישן רעגע־סטיל, וואָס רופֿט אַרויס אַ שאַרפֿע אַנטיסעמיטישע רעאַקציע בײַ די רעכטע פֿראַנצויזישע "פּאַטריאָטן".