|
דער שופֿר בײַ די ספֿרדישע ייִדן זעט אויס אַנדערש ווי בײַ די אַשכּנזים |
|
אָפֿט באַטראַכטן מיר די ספֿרדישע קהילה ווי איין גאַנצקייט און שיידן נישט אונטער די פֿאַרשיידענע עדות צווישן זיי; פּונקט ווי אַלע אַשכּנזישע ייִדן פֿון כּלערליי לענדער און געגנטן פֿירן זיך אַנדערש אין אַ סך פּרטים; אָבער ווערן אָפֿט באַהאַנדלט ווי איין גרופּע. ייִדן פֿון סיריע, מאַראָקאָ, גריכנלאַנד, טערקײַ און אַנדערע, אַזוי־גערופֿענע "שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע" ייִדן, שטאַמען פֿון גירוש־שפּאַניע, אָבער האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ ברייטן שטח; אין אַמעריקע האָבן זיי אויפֿגעשעטלט זייערע באַזונדערע סינאַגאָגעס. אַ טייל פֿון די ספֿרדישע מינהגים אויף ראָש־השנה זענען ענלעך צו די אַשכּנזישע מינהגים, אָבער אַנדערע — נישט.
למשל, בײַ די סירישע ייִדן — אַן עדה וואָס האָט אַן אַלטע, גרויסע און חשובֿע קהילה אין ברוקלין — מאַכט מען ספּעציעלע "יהי רצון" תּפֿילות, ערבֿ ראָש־השנה, איבער עפּל און מילגרוימען, ווי בײַ די אַשכּנזים; אָבער דערצו האָבן זיי תּפֿילות פֿאַר פּראַזשן, מאַנגאָלד ("סלק" אויף העברעיִש), טייטלען, קערביס און אַרבעס. בײַ אַ סך אַשכּנזים עסט מען דעם קאָפּ פֿון אַ פֿיש (ווײַל "ראָש" באַטײַט קאָפּ), אָבער בײַ די סירישע ייִדן האָט מען אַ מאָל געגעסן דעם קאָפּ פֿון אַ שאָף. הײַנט עסט מען גיכער דעם מוח אָדער די צונג פֿון אַ קו. אַנדערע פּרעגלען אַן אָמלעט מיט אַ קו־מוח.
די סירישע ייִדן בלאָזן אַ קליינעם שופֿר, און בײַ זיי טאָר מען נישט קוקן אויפֿן שופֿר בשעת מע בלאָזט אים. בסך־הכּל, בלאָזט מען דעם שופֿר בײַ די סירישע ייִדן אַ הונדערט און איין מאָל. די גימטריא פֿונעם מלאך מיכאל, דעם שׂר־ישׂראל, איז אויך 101, און מע האַלט, אַז ער היט אָפּ דאָס ייִדישע פֿאָלק אין אַ נויט, און מע האָפֿט ער וועט זיך מיִען פֿאַר אונדז אינעם נײַעם יאָר, מיר זאָלן ווערן פֿאַרשריבן אינעם ספֿר־החיים אויף נאָך אַ יאָר.
פֿאַר תּשליך פֿלעגן די סירישע ייִדן אין דער "אַלטער היים" זיך צונויפֿנעמען אַרום אַ פֿליסנדיקן ברונעם, אָבער הײַנטיקע צײַטן עפֿנט מען אַן עקראַן הינטער דער סינאַגאָגע, און מע טוט דעם מינהג דאָרטן. ווען אין דער תּפֿילה, מע רעדט אַרויס דאָס וואָרט "תּשליך", שאָקלט מען אויס די עבֿירות פֿון די קעשענעס.
אַ דאַנק דער השפּעה פֿונעם זוהר און דעם קבליסטישן געדאַנק, האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער מינהג פֿון תּשליך, וואָס איז דערמאָנט געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם 15טן יאָרהונדערט בײַם דײַטשן רבֿ, מהרי״ל. דער רעיון, אַז מע קען אַוועקוואַרפֿן די זינד, אָדער די זינד איבערגעבן צו די פֿישלעך אין וואַסער, איז, אַוודאי, נישט געפֿעלן געוואָרן די רבנים פֿון אַמאָל, אָבער די טראַדיציע איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז מע האָט זי געהאַלטן און "פֿאַרייִדישט" מיט פּסוקים פֿון מיכה־הנבֿיא. דאָס אייגענע, אַגבֿ, איז מכּוח כּפּרות שלאָגן; נאָך אַ טראַדיציע פֿון איבערגעבן די זינד צו אַ חיה. ס׳איז געוואָרן אַזוי פֿאַרשפּרייט, אַז די רבנים האָבן געמוזט די טראַדיציע אָננעמען, אָבער צוגעבן אַנדערע טעמים, עס זאָל זיך אַרײַנפּאַסן אין דער ייִדישער וועלט.
די מאַראָקאַנער ייִדן זענען אַ באַדײַטנדיקע עדה אין מדינת־ישׂראל; אין אַמעריקע און קאַנאַדע וואַקסן זייערע קהילות. אין מאָנטרעאָל, וווּ מע רעדט פֿראַנצייזיש, פּאַסן זיי זיך גוט אַרײַן, און די גרופּע בליט דאָרטן. ראָש־השנה טוען זיי זיך אָן אין אַלטע קליידער, מע זאָל נישט אויסזען צו שטאָלץ אין דער צײַט פֿון יום־הדין. די בולגאַרישע ייִדן, להיפּוך, האָבן געטראָגן בלויז נײַע מלבושים, לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר. (אין מײַן טאַטנס שטעטל סערעט, אין בוקעווינע, האָט מען געטראָגן אַלטע קליידער שבת־הגדול, פֿאַר פּסח, און נײַע קליידער אויף פּסח, אַרויסצוהייבן די טעמע פֿון באַנײַונג).
די מאַראָקאַנער ייִדן טונקען אײַן עפּל אין האָניג, ווי בײַ די אַשכּנזים, אָבער דעם מילגרוים, לאָזט מען אויפֿן צווייטן טאָג יום־טובֿ. דעם המוצאי טונקט מען אײַן אין צוקער. אין פֿאַרשיידענע שטעט אין מאַראָקאָ האָט מען אויך געהאַט פֿאַרשיידענע מינהגים. אין ראַבאַט האָט מען איבער סימסום געמאַכט אַ יהי־רצון תּפֿילה, און אין דער שטאָט סעפֿרו האָט מען איבער לונגען געמאַכט די זעלבע תּפֿילה. בבלל מײַדן אויס די מאַראָקאַנער ייִדן צו עסן ביטערע מאכלים בעת די צוויי טעג יום־טובֿ. מע קאָכט נישט מיט קיין זאַלץ, און מע שיט אַרײַן צוקער ווען נאָר ס׳לאָזט זיך.
דער שופֿר בײַ די מאַראָקאַנער ייִדן איז גלאַטיק סײַ פֿון דרויסן, סײַ פֿון אינעווייניק. די פֿאָרעם ווערט אויסגעגלײַכט, און בײַם מויל מאַכט מען אים לײַכטער צו בלאָזן; קען מען הערן, דעריבער, אַ שטאַרקן קלאַנג. נישטאָ קיין ייִד פֿונעם מנין, וואָס העלפֿט אַרויס דעם שופֿר־בלאָזער, ווי בײַ די אַשכּנזים, און דער בעל־תּקיעה דאַרף אַליין געדענקען די צאָל.
די "יהי־רצון" תּפֿילות איבער די פֿרוכטן און תּבֿואות איז אַ קלייניקייט בײַ די אַשכּנזים, אָבער מע מאַכט אַ גרעסערן צימעס פֿון דעם אין דער "ספֿרדיש־פּאָרטוגעזישער" טראַדיציע. די גרופּע, וואָס שטאַמט פֿון האָלאַנד און די האָלענדישע קאָלאָניעס, די עלטסטע, אין דער שטאָט ניו־יאָרק, טונקט אײַן דעם עפּל אין האָניק, און באַטראַכט דעם עפּל ווי די שכינה, וואָס פּסקנט דעם גורל פֿון דעם מענטשן. אַז די שכינה איז באַדעקט מיט זיסקייט, וועט זי אויך וועלן געבן די ייִדן אַ זיס יאָר.
אין דער עדהס סינאַגאָגע בלאָזט מען הײַנט דעם שופֿר נאָר 71 מאָל, אָבער לויט זייער עלטערער טראַדיציע, דאַרף מען הערן 100 בלאָזן פֿונעם שופֿר. גייט מען אַרײַן אינעם צווייטן סינאַגאָגע־בנין, צו הערן די איבעריקע 29 שופֿר־בלאָזן. דאָס טוט מען אין האָלאַנד, אָבער נישט אין ניו־יאָרק. תּשליך איז בײַ זיי נישט אַזוי וויכטיק, נישט אין האָלאַנד, און נישט אין אַמעריקע.
עס איז דאָ אַ סך צו שרײַבן וועגן דעם ספֿרדישן נוסח פֿון די תּפֿילות, און ווי זיי זענען אַנדערש ווי בײַ די אַשכּנזים. עטלעכע תּפֿילות דאַוונט מען אויף לאַדינאָ, די שפּראַך פֿון די ספֿרדישע ייִדן. כאָטש מער און מער מענטשן אין די ספֿרדישע מנינים פֿאַרשטייען נישט די שפּראַך פֿון זייערע זיידעס און באָבעס (אַ באַקאַנטע מעשׂה, ניין?), זאָגט מען געוויסע תּפֿילות, פֿון דעסטוועגן, אינעם דאָזיקן לשון, אָדער אַ מאָל סײַ אין לשון־קודש, סײַ אין לאַדינאָ.
אינטערעסאַנט ווי די מינהגים פֿון די ספֿרדים און אַשכּנזים זענען אַנדערש, אָבער דער געדאַנק און דאָס געפֿיל אינעם האַרצן ראָש־השנה איז דער זעלבער בײַ אַלע ייִדן: לשנה־טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו!