|
די האַוסעס פֿון אַפֿריקע באַקעמפֿן אויך די אַנגליציזמען אין זייער שפּראַך |
|
ייִדן זענען שוין פֿון לאַנג, לאַנג אַ פֿאָלק מיט כּסדרדיקע שפּראַך-פּראָבלעמען: מוטער-שפּראַך, חבֿרים-שפּראַך, שול-שפּראַך, דאַוון-שפּראַך, אַרבעט-שפּראַך, אימיגראַציע־שפּראַך, אאַז״וו. נאָר דער אמת איז, אַז גאָר אַ סך פֿעלקער האָבן פּונקט די זעלבע (אָדער גאָר ענלעכע) פּראָבלעמען. לאָמיר, למשל, אַ קוק טאָן.
ווען דער דרויסן קריכט אַרײַן אינעווייניק
דאָס לשון פֿונעם ברייטן דרויסן, וואָס גיט אירע רעדערס אַ צוטריט צו פּאָסטנס און צו כּל־מיני הכנסות, ווערט תּמיד געהאַלטן העכער און באַטראַכט מיט מער דרך־ארץ ווי דאָס לשון פֿון דער אָרעמער היים און פֿון דער אינטימער טאָג־טעגלעכקייט. דאָס דערמאָנט אינעם שײַכות צווישן ייִדיש און ענגליש בײַ נײַ־געקומענע קיין אַמעריקע. אָבער אַזוי ווי ענגליש איז פֿאַרבונדן מיט ייִחוס, ברענגט מען דאָס אַרײַן אין שטוב אויך, און די אינטימקייט ווערט צעטיילט אין צווייען.
ס’איז אַ כּלל־גדול פֿון דער סאָציאָלינגוויסטיק, אַז צוויי לשונות אויף איין און דער זעלבער פֿונקציע טויג ניט, ווײַל דאָס פֿירט צו דעם אַז דאָס שטאַרקערע טרײַבט, סוף־כּל־סוף, אַרויס דאָס שוואַכערע. פֿאַרשטייט זיך, אַז דערצו קומט נאָך אַרײַן דער קלאַסן־אונטערשייד. בײַ די קלאַסן וואָס זענען מער און שטאַרקער פֿאַרבונדן מיט די ייִחוסדיקע פֿונקציעס קומט דאָס מיוחסדיקע לשון אַרײַן אין הויז מער און אָפֿטער, און דווקא געבעטענערהייט, ווײַל מען פֿרייט זיך דערמיט און מען צאַצקעט זיך דערמיט. אין רבנישע היימען קומען אַרײַן אינעם גערעדטן ייִדיש מער לשון־קודשיזמען און אין די היימען פֿון פּשוטע בשׂר־ודמס מער אַנגליציזמען. פּונקט אַזאַ פּראָצעס קומט איצט פֿאָר מיט האַוסע, אַ לשון פֿון אַן ערך פֿופֿצן מיליאָן רעדערס, וואָס איז פֿאַרשפּרייט אין ניגעריע און אין די שכנותדיקע מערבֿ־אַפֿריקאַנער לענדער.
מיט מער ווי פֿינף הונדערט יאָר צוריק זענען ס’רובֿ פֿון די האַוסעס געוואָרן מאַכמעדאַנער און ס’איז בײַ זיי געוואָרן אַן אָנגעלייגטער מינהג ימים־ולילה צו לערנען זיך דעם קאָראַן און דווקא אויף אַראַביש. האַוסע־מענער וואָס זענען שטאַרק איבערגעגעבן צו איסלאַם נעמען זיך צו אָט דער מיצווה נאָך ייִנגלווײַז און האַלטן אָן דאָס לערנען בעת יעדער פֿרײַער מינוט אַ גאַנץ לעבן־לאַנג. בײַ זיי איז אי דאָס גערעדטע האַוסע און אי דאָס געשריבענע שטאַרק באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט מיט אַראַביזמען. נאָר אַזוי ווי ניגעריע איז אויך עטלעכע הונדערט יאָר געווען אַ בריטישע קאָלאָניע, האָבן זיך אין דער פֿאָלקשפּראַך אײַנגעבירגערט אַ נישקשהדיקע צאָל אַנגליציזמען. בײַ פֿרויען און בײַ מענער, וואָס זענען ווײַט פֿון למדות, איז אויף זייער האַוסע־לשון שטאַרקער די ווירקונג פֿון ענגליש, אָבער בײַ גוט־דערצויגענע מענער און, דער עיקר, בײַ איסלאַמישע פֿירערס, זענען די אַראַביזמען אַ סך מער אָנזעעוודיק ווי די אַנגליציזמען. מיט אָט די ביידע פּראָצעסן פּרובירט זיך געבן אַן עצה די "האַוסע־שפּראַך־אַקאַדעמיע", נאָר דער קאַמף קעגן אַנגליציזמען (אָדער "אינטערנאַציאָנאַליזמען", ווי ס’איז איצט געוואָרן אַ מינהג זיי אָנצורופֿן) איז איבער אירע כּוחות. אויב עס קען דאָס ניט באַווײַזן פֿראַנצויזיש, קען דאָס זיכער האַוסע ניט באַווײַזן. נו, זאָגט אַליין, איז דאָס ניט קיין סימן אַז "ייִדישע שפּראַך־פּראָבלעמען" געפֿינט מען אויך בײַ די אומות־העולם?
וועלכן אַלף־בית צו באַנוצן קען אויך זײַן אַ פּראָבלעם
ס’רובֿ יאָרן פֿון איר קנאַפּער טויזנט־יאָריקער עקזיסטענץ דרוקט מען ייִדיש מיט די ייִדישע אותיות אונדזערע, דאָס הייסט, מיט די פֿיר־קאַנטיקע אותיות וואָס ווערן בײַ לומדים באַצייכנט ווי "אותיות־מרבעות", דאָס הייסט, קוואַדראַטיקע אותיות, כּדי זיי אונטערצושיידן פֿונעם מער רונדיקן רש״י־כּתבֿ. דזשודעזמאַ ("לאַדינאָ") דרוקט מען טאַקע ס’רובֿ מיטן רש״י־כּתבֿ. איז דער דרוק־כּתבֿ אַליין לסוף געוואָרן דער סימן־מובֿהק פֿון ייִדיש. איז דאַכט זיך גוט און ווויל, ווײַל אין מײַנע אויגן פֿאַרמאָגן די אותיות־מרבעות אַלע חנען און ס’קומט מיר ממש צו אַ שטיק געזונט ווען איך זע אַ גאַנץ זײַטל פֿון זיי, פֿריִער אויפֿן וואָרטירער־עקראַן און דערנאָך אויף פּאַפּיר, בײַם שרײַבן מײַנע "פֿאָרווערטס"־אַרטיקלען. אָבער ווײַזט אויס, אַז ניט בײַ אַלעמען איז פֿאַראַן אַזאַ געפֿיל און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז אויפֿגעקומען אַ שטיקל "באַוועגונג" מען זאָל שרײַבן ייִדיש גאָר מיט לאַטײַנישע אותיות! הלמאַי? ווײַל אַזוי איז "אייראָפּעיִשער" און מען וועט אי דאָס לשון, אי די רעדערס זײַנע גיכער אָנערקענען ווי אייראָפּעער! דאָס איז אַפֿילו אויף אַ קורצער צײַט געווען די מיינונג פֿון נתן בירנבוימען (וואָס שפּעטער האָט ער אויף דעם תּשובֿה געטאָן) און פֿון חיים זשיטלאָווסקין. ייִדישע אינטעלעקטואַלן וואָס זענען אין אַ געוויסער צײַט געווען אַ היפּש ביסעלע אַסימילירט און האָבן זיך דעם לאַטײַנישן אַלף־בית אויסגעלערנט פֿריִער און בעסער ווי דעם ייִדישן, האָבן אויך זייער געהאַלטן פֿון אַזאַ שינוי. אָבער דערפֿון איז געוואָרן ניט מער ווי "אַ שטורעם אין אַ פֿלעשל טינט".
אויסער אַ קליינער צאָל ביכער און פּעריאָדישע אויסגאַבעס האָט קיינער פֿון דער ייִדישער שרײַבער־ און דרוקער־משפּחה ניט געהאַלטן אַז ס’איז כּדאַי אויפֿצוגעבן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע אותיות וואָס האָבן ייִדיש פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער ייִדישער טראַדיציע, מיט ייִדישקייט גופֿא; און מיט די פֿריִערדיקע דורות פֿון דער אייגענער משפּחה. אָט די משפּחה־קייט איז בײַ ייִדן געווען וויכטיקער ווי אייראָפּע און אַלע אירע "גליקן". און אַ חוץ אַלעמען, זעט ייִדיש געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות נאָך מער אויס ווי דײַטש ווי ווען מען רעדט עס, און פֿאַר מערסטע ייִדיש־רעדערס טויג דאָס זיכער ניט. אָבער וואָס וואָלט געווען ווען אַ מדינה־מאַכט (למשל די צאַרישע צי די עסטרײַך־אונגאַרישע) וואָלט זיך אין אָט דעם ענין אַרײַנגעמישט און באַשטאַנען אויף דעם, אַז מען זאָל דווקא שרײַבן ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות? וואָס וואָלטן ייִדן דעמאָלט געטאָן? אייניקע וואָלט עס מסתּמא גאָר געפֿעלן, נאָר מערסטע וואָלט עס זייער און זייער ניט געפֿעלן. וואָס עס וואָלט דערפֿון געוואָרן ווענדט זיך שוין אין וואָס פֿאַר אַ רעזשים עס וואָלט דעמאָלט געווען בײַ דער מאַכט און אין די דעמאָלטיקע באַציִונגען צווישן דעם צאַר און דעם קיסר. צו אונדזער גרויס מזל איז דאָס ניט פֿאָרגעקומען.
ווען די רעגירונג מישט
זיך אַרײַן
פּונקט אַזאַ מלוכישע אַרײַנמישונג איז אָבער טאַקע יאָ פֿאָרגעקומען בײַ די סערבן און קראָאַטן אין יוגאָסלאַוויע און טאַקע גאָר לעצטנס, אין סאַמע מיטן 20סטן יאָרהונדערט. זייערע ביידע לשונות זענען גאָר שטאַרק ענלעך איינס צו דעם אַנדערן. גערעדטערהייט איז שווער צו דערקענען בײַ אַ פֿרעמדן, וואָס מען ווייסט ניט פֿון וואַנען ער שטאַמט, צי רעדט ער סערביש, צי רעדט ער קראָאַטיש. אויף דעם דאַרף מען זײַן גאָר אַ געניטער לינגוויסט, ווײַל די צוויי לשונות זענען באמת טאַקע ניט מער ווי צוויי דיאַלעקטן פֿון איין לשון, וואָס גערופֿן האָט מען עס יאָרן־לאַנג, בעת טיטאָ איז נאָך געווען בײַ דער מאַכט, "סערבאָקראָאַטיש". נאָר אַזוי ווי די סערבן זענען מלכתּחילה פּראַוואָסלאַוונע און די קראָאַטן קאַטאָליקן, האָבן די סערבן זייער וואַריאַנט געשריבן מיט קירילישע אותיות, בעת די קראָאַטן האָבן געשריבן זייערן מיט לאַטײַנישע אותיות. געשריבענערהייט איז דער חילוק צווישן די צוויי וואַריאַנטן געווען קלאָר ווי דער טאָג און די קראָאַטן, דאָס שוואַכערע פֿאָלק פֿון די ביידע, האָבן זייער שטאַרק מקפּיד געווען, אַז יעדערער זאָל טאַקע שרײַבן מיטן "ריכטיקן" אַלף־בית, ווײַל ווען אַלע זאָלן שרײַבן אויף איין אַלף־בית קענען זיי, די שוואַכערע, חלילה אין גאַנצן פֿאַרשווענקט ווערן.
ייִדיש, וואָס איז אַ סך מער אַנדערש פֿון דײַטשיש ווי סערביש איז פֿון קראָאַטיש, האָט אויסגעמיטן דעם קריזיס וואָס קראָאַטיש האָט דורכגעמאַכט ווען תּיכּף נאָך טיטאָס טויט זענען געקומען צו דער מאַכט די אַגרעסיווסטע סערבישע נאַציאָנאַליסטן. ס’האָט לאַנג נישט געדויערט און יענע האָבן באַשלאָסן אַז מען זאָל זיך מיט אַ מאָל פֿירן "דעמאָקראַטיש" און יעדער איינער זאָל קענען שרײַבן סערביש מיט וועלכן אַלף־בית ס’גלוסט זיך אים און גאָר אַ סך פֿון זיי האָבן גראָד אויסגעקליבן דעם לאַטײַנישן (ס’איז דאָך "מערבֿ־אייראָפּעיִשער!") די קראָאַטן אויף צעפּיקעניש! נו, מען האָט זיך איינער דעם אַנדערן אַזוי צעריסן און צעהרגעט, אַז יוגאָסלאַוויע אַליין איז אונטערגעגאַנגען און טויזנטער מענטשן זענען פֿרי פֿון דער וועלט אַוועק צוליב די "עטנישע רייניקונגען", וואָס איין צד האָט אָפּגעטאָן דעם אַנדערן. דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געריכט אין האַג (האָלאַנד) האַלט פּונקט איצט אין מישפּטן איינעם פֿון די הויפּטשולדיקע אין די מאַסן־מאָרדן וואָס זענען דעמאָלט פֿאָרגעקומען.
לאָמיר ניט אַוועקמאַכן דעם ענין פֿון אויסלייג ווי אַ קלייניקייט. טויזנטער מענטשן זענען געשטאָרבן צוליב אַזעלכע ענינים. לאָמיר טאַקע היטן דעם איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג ווי אַן אויג אין קאָפּ און זיך איבער אים אייניקן און ניט אַרומרײַסן ווי מיט געוויסע יאָרן צוריק. נאָך דאָס פֿעלט אונדז! יאָ, עס מאַכן זיך ייִדישע שפּראַך-פּראָבלעמען אויך בײַ די אומות־העולם. אָבער, דאַנקען גאָט, וואָס דערווײַל ניט דאָס פֿאַרקערטע.
שנ״פֿ: וועגן דער עיקר שפּראַך־פּראָבלעם בײַ אַלעמען, פֿון אויסבײַטן דאָס אייגענע לשון צוליב אַן אַנדערן, וועלן מיר נאָך שרײַבן אַן אַנדערש מאָל, און מסתּמא ניט נאָר איין מאָל. דאָס איז שוין אַן אַלט־אַלטע פּראָבלעם וואָס מערקט זיך אין יעדן געשיכטלעכן פּעריאָד און וואָס איצט ווערט זי דער עיקר אונטערגעטריבן פֿונעם אימפּעטדיקן קאַפּיטאַליסטישן גלאָבאַליזם.