‫פֿון רעדאַקציע

איצט, ווען מיר האַלטן אין שרײַבן דעם לייט־אַרטיקל געפֿינען זיך די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען אין וואַשינגטאָן אין סאַמע ברען. צי מיינט עס, אַז ביידע צדדים האָבן טאַקע ממש געברענט זיך צו טרעפֿן אין וואַשינגטאָן; און סוף־כּל־סוף, אָנהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן זיך? דעם אמת געזאָגט, געברענט מיט חשק האָט מער דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע. ס'איז שוין געוואָרן אַ מין מינהג, אַז יעדער נײַער באַלעבאָס אין "ווײַסן הויז" האַלט פֿאַר נייטיק זיך אײַנשטעלן פֿאַרן שלום אין מיטעלן מיזרח.

אַבסטראַקט גערעדט, וואָלט דער אויפֿטו צו ברענגען שלום אין יענעם ראַיאָן געווען אַ גרויסער נצחון אין דער וועלט־פּאָליטיק. דער שם פֿון אַ שלום־טרעגער, וואָס דווקא אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו מאַכן אַ סוף צו דעם פֿאַרשלעפּטן קריזיס, ציט טאַקע צו יעדן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, ווי אויך די אַנדערע גדולים פֿון דער וועלט. וואָס מע זאָל וועגן די וועלט־פֿירער נישט טראַכטן, וויל זיך פֿאָרט יעדן פֿון זיי אַרײַנפֿאָרן אין דער געשיכטע אויף אַ ווײַסן פֿערד אונטער אַ שלום־פֿאָן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער איצטיקער באַגעגעניש אין וואַשינגטאָן זײַנען פֿאָרגעקומען געוויסע אונטערנעמונגען פֿון פֿאַראינטערעסירטע צדדים; קודם־כּל, יאָרדאַניע און עגיפּטן. ווי ס'האָט מיטגעטיילט "קול־ישׂראל", האָט אַקטיוו זיך באַטייליקט אינעם צוגרייטן די פֿאַרהאַנדלונגען יאָרדאַניע. ווי באַוווּסט, סײַ פּרעמיער נתניהו און סײַ דער שוץ־מיניסטער אהוד ברק האָבן זיך געטראָפֿן די וואָך מיטן קעניג אַבדאַלאַ דער צווייטער, וואָס פֿאָרט אויך קיין וואַשינגטאָן.

אַן אַנדער ישׂראל־מקור, די צײַטונג "ידיעות אַחרונות" האָט מיטגעטיילט, אַז אין אַמאַן איז פֿאָרגעקומען אַ געהיימע טרעפֿונג צווישן אהוד ברק און דעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע מאַכמוד אַבאַס. ווי די צײַטונג טיילט מיט, זײַנען אַרומגערעדט געוואָרן די זיכערהייט־פֿראַגעס אין יהודה און שומרון. אַגבֿ, צוזאַמען מיט נתניהו איז קיין וואַשינגטאָן אַרויסגעפֿאָרן דני דיין, דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִשובֿים־ראַט אין יהודה און שומרון. פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַן שליחות איז פֿאַרבונדן מיט די אינטערעסן פֿון די קאָלאָניסטן, וואָס איז שטענדיק, בײַ אַלע פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, געווען און געבליבן אַ שטרויכלשטיין.

אין דער איצטיקער טרעפֿונג אין וואַשינגטאָן, חוץ די אַלגעמיינע אינטערעסן פֿון זײַן לאַנד, האָט זײַנע פּערזענלעכע אינטערעסן אויך דער עגיפּטישער פּרעזידענט כוסני מובאַראַק. זײַן געזונט־מצבֿ איז נישט פֿון די בעסטע. דעריבער איז די פֿראַגע פֿון "ווער וועט קומען אויף זײַן אָרט?" — זייער אַן אַקטועלע. כוסני מובאַראַק אַליין גרייט צו זײַן זון, דעם 47־יאָריקן האַמאַל מובאַראַק, צו דער ראָלע. איצט קומט האַמאַל קיין וואַשינגטאָן לויט דער פֿאַרבעטונג פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע.

אַ טאָג פֿאַרן לאָזן זיך אין וועג, האָט פּרעמיער נתניהו בײַ דער פֿײַערלעכער אונטערנעמונג אין "ליכּוד", לכּבֿוד די קומענדיקע ימים־טובֿים, באַטאָנט, אַז "ישׂראל נייטיקט זיך אין אַן אמתן שלום, נישט אין אַ קורצן איבעררײַס צווישן מלחמות. מיר זעען עס אויפֿן בײַשפּיל פֿונעם שלום־אָפּמאַך, וועלכן ס'האָט אונטערגעשריבן מנחם בעגין מיט עגיפּטן."

דערבײַ האָט דעם פּרעמיער זיך אײַנגעגעבן אויסצומײַדן די פּראָבלעמאַטישסטע טעמע פֿון די וואַשינגטאָנער פֿאַרהאַנדלונגען: וואָס וועט זײַן ווײַטער מיטן בויען וווין־הײַזער אין די ייִשובֿים פֿון יהודה און שומרון? די בויונג איז דאָך אָפּגעשטעלט געוואָרן בלויז ביזן 26סטן סעפּטעמבער. צי וועט נתניהון זיך אײַנגעבן די פֿראַגע אויך אויסצומײַדן בעת די פֿאַרהאַנדלונגען אין וואַשינגטאָן? זיכער, אַז נישט! די דאָזיקע פֿראַגע איז דער הויפּט־אַרגומענט אין די הענט פֿון נתניהוס וויזאַווי, מאַכמוד אַבאַס. ער האָט שוין אַ טאָג פֿאַרן פֿאַרלאָזן ראַמאַלאַ צוגעזאָגט די פּאַלעסטינער, אַז דאָס ממשיך זײַן די בויונגען אויף די שטחים, מאַכט באַלד אַ סוף צו אַלע פֿאַרהאַנדלונגען; און אַז שולדיק אין דעם וועט זײַן נאָר ישׂראל.

ווי זאָגן די מעדיקער אין אַזעלכע פֿאַלן: דער קראַנקער געפֿינט זיך אין אַ שווערן, אָבער סטאַבילן מצבֿ.