- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס קלעזמער־לשון איז אויך אַרײַנגעדרונגען אין דער ייִדישער שפּראַך און אין דעם שפּריכוואָרט מיט אַזעלכע דוגמאָות ווי בערעגאָווסקי גיט אָן אין זײַן אַרבעט "ייִדישע אינסטרומענטאַלע פֿאָלקס־מוזיק": "וואָס פֿאַר אַ קלעזמער — אַזאַ חתונה", "אַז מען ציילט ספֿירה קומט אויף די קלעזמער אַ פּגירה", "אַ לוויה אָן געוויין איז ווי אַ חתונה אָן קלעזמער". אין דעם ייִדישן פֿאָלקס־ און פּאָפּולערן ליד איז דער קלעזמער היפּשלעך פֿאַרטראָטן. למשל, אין דעם ליד "די מיזינקע אויסגעגעבן" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, זינגט דער טאַטע:: "איציק, שפּיציק, וואָס שווײַגסטו מיטן שמיציק? אויף די קלעזמער גיב אַ געשריי, צי שפּילן זיי, צי שלאָפֿן זיי? רײַסט די סטרונעס אויף צוויי". אין דעם פֿאַרשפּרייטן ייִדישן פֿאָלקסליד "צען ברידער זענען מיר געווען" זינגט זיך וועגן "שמערל מיטן פֿידל, טבֿיה מיטן באַס, שפּילט זשע מיר אַ לידל, אויפֿן מיטן גאַס". געטאָ פֿון כּתריאל ברוידאָ מיר שטייען בײַ די ווענט שווער צו זען די וועלט דורך ענגע מויערן, די מגילה פֿון י. גויכבערג אַ מאָל איז געווען אַ קעניג אַ נאַר, עס געפֿינען זיך ניט קיין גענויע ידיעות וועגן דעם פֿאָלקסדיכטער שלום בערנשטיין, בלויז אַז ער האָט געשטאַמט פֿון קאַמעניץ־פּאָדאָלסק, אַז אין 9681 איז אין זשיטאָמיר אַרויס זײַן לידער־זאַמלונג "מאַגאַזין פֿון יודישע לידער פֿאַר דעם יודישען פֿאָלק", וואָס איז שפּעטער איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל; אַנדערע לידער זײַנע האָבן זיך שפּעטער געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטן. מיר ווייסן פֿון זײַן דיכטונג אַז מיכל גאָרדאָן (2381—0981), דער משׂכּילישער פֿאָלקסדיכטער, האָט אים באַטראַכט ווי זײַן פֿרײַנד, מיט וועמען ער האָט געטיילט פֿאַרשיידענע מאָטיוון אין די לידער, און אַז אַ צאָל פֿון זײַנע לידער זײַנען געוואָרן פֿאָלקלאָריזירט און זײַנען אַריינגענומען געוואָרן אין זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער ווי אַנאָנימע שאַפֿונגען. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט דער ייִוואָ צונויפֿגענומען, באַאַרבעט און קאַטאַלאָגירט אַ צאָל פֿון זײַנע מוזיקאַלישע זאַמלונגען און געמאַכט זיי צוגענגלעך פֿאַר אינסטיטוציעס און יחידים, וואָס ווענדן זיך וואָך־אײַן וואָך־אויס פֿאַר מאַטעריאַלן, אינפֿאָרמאַציע, פֿאָרשונג אד"גל. עס איז געוואָרן אַ רײַכער אײַנזאַמלונג־פּונקט פֿון מוזיק פֿון קאָמפּאָזיטאָרן און כאָר־דיריגענטן, חזנים, זינגערס, אַקטיאָרן, פֿאָלקלאָריסטן, ווי אויך פֿון אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס. כּסדרדיקע ווענדונגען פֿון אייראָפּע, ווי אויך פֿון די שטאַטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מאַכן דעם מוזיק־אַרכיוו אַ לעבעדיקן טייל פֿון דעם ריזיקן ייִוואָ־אַרכיוו. עס איז ווינטשונגסווערט צו געבן אַן אַרײַנבליק אין די אוצרות און דעם פֿאַרנעם פֿון אַרכיוו, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך גרעסערע און קלענערע זאַמלונגען; אַ מאָל היסטאָרישע, געשאָנקענע פֿון יחידים און אינסטיטוציעס. אין דער ערשטער ריי געפֿינט זיך די זאַמלונג פֿון בערך טויזנט פֿאָלקסלידער־טעקסטן, מיט300 נאָטן וואָס די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ווילנער ייִוואָ האָט געזאַמלט אין די יאָרן פֿון1925 ביז 1940. זינט זײַן גרינדונג האָט דער ייִוואָ אַנטוויקלט אַ נעץ פֿון הונדערטער זאַמלערס און קרײַזן, דער עיקר פֿון פּוילן. די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן אינסטרוקציעס ווי און וואָס צו זאַמלען, האָט רעגיסטרירט די הונדערטער שיקונגען, האָט קאָרעספּאָנדירט מיט די זאַמלערס און אָפּגעדרוקט טיילן פֿון דער זאַמלונג. אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער איז געווען איינער פֿון די ערשטע משׂכּילים־שרײַבער אין מיזרח־אייראָפּע. ער איז געווען באַווירקט פֿון יוסף פּערל, מענדל לעפֿין, ר׳ יצחק־בער לעווענזאָן א״אַנד. צוליב דעם האָבן די חסידים אים געצוווּנגען צו גטן זײַן ערשטע פֿרוי. שפּעטער האָט ער גענומען וואַנדערן און פּרעדיקן די השׂכּלה־פּראָגראַם פֿון בילדונג און רוסיפֿיצירן זיך. אין די פֿאַרשיידענע שטעט וווּ ער האָט געלעבט פֿון מלמדות, האָט ער איבערגעזעצט שילערן אויף העברעִיִש און ייִדיש, געשריבן פּיעסעס, צונויפֿגעשטעלט פֿריילעכע קופּלעטן אין ייִדיש, אַליין געשריבן צו זיי די מעלאָדיעס און זיי אַליין פֿאָרגעזונגען פֿאַר זײַנע צוהערערס. ער איז געווען אַ לערער אין דער זשיטאָמירער ראַבינער־שול אין די 0681ער יאָרן, וווּ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט געלערנט און אַבֿרהם־בער האָט געהאַט אַ שטאַרקן אײַנפֿלוס אויף זײַן שפּעטער־באַוווּסטן תּלמיד. אַ סך פֿון גאָטלאָבערס שאַפֿונגען זײַנען פֿאַרלוירן געגאַנגען; בלויז אַ פּאָר האָבן זיך אָפּגעפֿונען און אויפֿגעהיט געוואָרן. ווי שלמה עטינגער, האָט ער פֿאַרייִדישט שילערס "דער גלאָקע" אין זײַן, "דאַס ליד פֿונעם קוגל" — בײַ אים, אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם ייִדנס לעבן. אין דער צײַט וואָס דער קוגל באַקט זיך, גייט ער דורך די שטאַפּלען, די מינהגים און דעם לעבנס־שטייגער וואָס באַגלייטן דעם ייִד. (אַגבֿ, דאַרפֿן מיר דאָס ליד צוגעבן צו דער רשימה "שפּײַז אין לידער" וואָס מיר האָבן געדרוקט פֿאָריקן מאָל אין שײַכות מיטן דאַנק־טאָג "טענקסגיווינג"). אַ. טאַבאַטשניק האָט באַצייכנט דעם פֿרי־פֿאַרשטאָרבענעם דיכטער אַבאָ שטאָלצענבערג ווי "דער דיכטער פֿון טעמפּעראַמענט" — דער דיכטער פֿון סײַ לירישע, סײַ דראַמאַטישע ווערק. געבוירן אין גלינע, גאַליציע אין 5091 — געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1491, האָט אַבאָ שטאָלצענבערג געלערנט אין חדר, אין באַראָן הירש־שול און טאָרנער גימנאַזיום. אין 2391 האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן באַשעפֿטיקט בײַ פֿאַרשיידענע אַרבעטן; צום סוף, בײַ אַ פּראָיעקט פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן, און זײַן איינציק בוך "לידער" וואָס איז אַרויס אין 1491 האָט ער ניט באַוויזן צו זען. לעצטנס איז אַרויס אַן איבערזעצונג פֿון די געפֿונענע לידער אין ע. רינגעלבלומס "עונג־שבת"־אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ מיטן טיטל yrteoP ni lleH (פֿון סערע טרייסטער־מאָסקאָוויץ) און צווישן די לידער געפֿינט זיך אַ. שטאָלצענבערגס ליד "פּלאַץ־ייִנגלעך", וואָס איז געווען געדרוקט אין זײַן בוך: דאָס לעצטע מאָל האָבן מיר געבראַכט לידער פֿון עטלעכע באַקאַנטע און ניט אַזוי פֿיל באַקאַנטע ייִדישע דיכטערינס. זיי האָבן געבראַכט די פֿרויען־שטים צו די אויסגאַבעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די פּאָעזיע פֿון די דיכטערינס איז ניט צו אָפֿט געקומען צו דער עפֿנטלעכקייט, און מיר זײַנען צופֿרידן צו ברענגען זייער וואָרט צוריק צו דער אויפֿמערקזאַמקייט פֿון די לייענער. די הײַנטיקע און געוועזענע פֿרויען־דיכטערס האָבן באַרײַכערט אונדזער קולטור און זײַנען אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער ליטעראַטור־געשיכטע. מיר געניסן פֿון דער געלעגנהייט צו לייענען פֿון צײַט צו צײַט די ווערק פֿון אונדזערע הײַנטיקע וויכטיקע פֿרויען־דיכטערס ווי רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, געלע שווייד־פֿישמאַן און נײַ־אויפֿגעקומענע דיכטערינס, ווי גיטל ווישוואַנאַט־שעכטער, וואָס מיר וועלן דרוקן בײַ אַן אַנדערש מאָל. הײַנט האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אויף די לידער פֿון דער פּלעיאַדע ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, רחל קאָרן, אַנאַ מאַרגאָלין, ריקודה פּאָטאַש און רייזל זשיכלינסקי. די ייִדישע פּאָעזיע פֿאַרמאָגט אַ רײַכע צאָל לידער וואָס פֿרויען־דיכטער האָבן געשאַפֿן. טייל פֿרויען האָבן אויסגעגאָסן זייערע געפֿילן אין שטילע, פֿאָלקסטימלעכע געזאַנגען; אַנדערע אין אַ מער מאָדערנעם סטיל. זייערע סוזשעטן האָבן אַרײַנגענומען צווישן אַנדערע: קינדער־טעמעס, ליבשאַפֿט, מוטערשאַפֿט. הײַנט ברענגען מיר אַ קליינעם אָפּקלײַב פֿון דער פֿרויס ליריק. די אייביקייט פֿון רחל בוימוואָל איך בין יונג. עס טוט מיר גאָר נישט פֿעלן. אײַ, ניין וויי? — אין שמייכל אים כ׳באַהאַלט. ייִנגלעך, וועמען כ׳בין אַ מאָל געפֿעלן, נעמען שוין צו ביסלעך ווערן אַלט. לערערס, וואָס זיי האָבן מיך געלערנט, איינציקווײַז פֿאַרלאָזן שוין די וועלט. אויב פֿון אָט דעם אַלעמען נישט קלערן, וואָס וואָלט מיר דען, אייגנטלעך, געפֿעלט? די, וואָס האָבן מיך געקענט אַלס עופֿל, לייען איך בײַ זיי אין בליק אַ מאָל: "אויב אַפֿילו איר איז שוין אַזוי פֿיל, האַלט מיט אונדז, ווײַזט אויס, שוין זייער שמאָל..." ליבע פֿרײַנד פֿון נעכטן און פֿון מאָרגן: ס׳גייט אין לעבן ווינציק צײַט אַרײַן, — לאָמיר בײַ דער אייביקייט זי באָרגן, זי וועט אונדז אַרויסהעלפֿן, קאָן זײַן. לעצטע וואָך האָט איציק גאָטעסמאַן געווידמעט זײַן רובריק וועגן פֿאָלקלאָר צו דער טעמע פֿון פֿאָטערס לכּבֿוד "פֿאָטערס טאָג" און זײַן פֿאָטערס יאָרצײַט. ער האָט ציטירט עטלעכע שפּריכווערטער און עטלעכע אינטערעסאַנטע פֿאָלקסלידער. מיר האָבן זיך געפֿרעגט די פֿראַגע וועגן דער אָפֿטקייט פֿון דעם וואָרט "פֿאָטער", אָדער "טאַטע" אין זינגלידער אין ליכט פֿון זײַן וויכטיק אָרט אין דער פֿאַמיליע, און מיר האָבן געדענקט איבער 40 אַזעלכע לידער. מיר נעמען אין באַטראַכט דעם פֿאָטער אָדער טאַטע פֿון דער פֿאַמיליע, און נישט דעם נאָמען פֿון דעם אייבערשטן, וועלכן מע האָט אויך אַדרעסירט ווי "טאַטע, טאַטעניו, פֿאָטער אין הימל" (ווי למשל אין ש. קאַטשערגינסקיס "זאָל שוין קומען די גאולה") אאַז״וו. אין איין ליד "מײַן ייִנגעלע" פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד געפֿינט זיך דאָס וואָרט "פּאַ" — "וווּ איז פּאַ?" וואָס מיר נעמען אַרײַן, אָבער געוויינטלעך איז די באַצייכענונג "פֿאָטער" אָדער "טאַטע". דאָס איז אַ שפּיל וואָס איך און מײַנע בנים זלמן און משה האָבן ליב צו שפּילן פֿון צײַט צו צײַט. מיר ברענגען דאָ די טיטלען אָדער ערשטע שורות פֿון די לידער און געבן אָנצוהערעניש, אַז דאָס איז ווײַט ניט אַ פֿולע רשימה. אויב עמעצער געדענקט און קען צוגעבן נאָך לידער, וועט עס זײַן בײַ אונדז ביז גאָר אָנגעלייגט. וויג־ און קינדער־לידער 1. וווּ דער טאַטע? ניטאָ הי. (פֿייגעלע, פֿייגעלע, פּי־פּי־פּי) 2. דער טאַטע וועט קויפֿן שיכעלעך (פּאַטשע, פּאַטשע, קיכעלעך) 3. דער טאַטע וועט קויפֿן שיכעלעך (אין אַן אָרעם שטיבעלע) 4. און דער טאַטע האָרעוועט, האָרעוועט אַלע יאָרן זײַנע (ביי דעם שטעטל שטייט אַ שטיבל) 5. אָט שטייט דער טאַטע, קוועלט און הערט זיך צו (יאַנקעלע) במשך די יאָרן פֿון די "פּערל" האָבן מיר ציטירט די ווערק פֿון אַ צאָל וויכטיקע ייִדישע דיכטערינס, ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַננאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן, רבֿקה באַסמאַן, רייזל זשיכלינסקי, אַ״אַנד. הײַנט ווילן מיר ציטירן עטלעכע מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון נאָך אַן אייגנאַרטיקער דיכטערין, ציליע דראַפּקין, וועמענס פּאָעזיע די קריטיקערס האָבן געלויבט און אויסגעטיילט. ציליע לעווין־דראַפּקין איז געבוירן געוואָרן אין 1887 אין באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד, און איז געשטאָרבן אין 1956 אין ניו־יאָרק. מעינקע קאַץ איז געווען אַן אינאָוואַטאָר אין דער ייִדישער פּאָעזיע און איז נישט געווען קיין נאָכפֿאָלגער פֿון קיין ריכטונג. ער האָט געשריבן אָן פּערפֿעקטע גראַמען, האָט געשריבן סאָנעטן פֿון צוויי־טראַפֿיקע ביז פֿופֿצן־טראַפֿיקע שורות, און געשאַפֿן גלײַכצײַטיק ענגלישע פּאָעזיע. צו זײַן 20סטן יאָרצײַט ווילן מיר ברענגען אַ פּאָר לידער וואָס מיר פֿילן זײַנען ספּעציעל אינטערעסאַנט און לויבווערדיק. מעינקע קאַץ איז געבוירן געוואָרן אין סווענציאַן, ווילנער געגנט, אין 1906. אַ טייל פֿון זײַן קינדהייט האָט ער פֿאַרבראַכט אין שכנותדיקן מיכאַלישעק. ער האָט געלערנט אין חדר און אין דער שטאָטישער פֿאָלקשול. אין 1920 האָט ער עמיגרירט מיט זײַנע עלטערן אין פּאַסעיִק, אַמעריקע. ער האָט שטודירט אין ברוקלין־קאַלעדזש, קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" און האָט געאַרבעט ווי אַ זייגער־מאַכער און דערנאָך ווי אַ לערער אין די ייִדישע פֿאָלקשולן. ער האָט דרײַ יאָר געלעבט אין צפֿת און דערנאָך אין ספּרינג־גלען, ניו־יאָרק, וווּ ער איז געשטאָרבן. אין זײַן ביאָגראַפֿיע ווערט דערציילט, אַז ער האָט איבערגעריסן מיט די לינקע נאָך די מאָרדן פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. ער איז שפּעטער געוואָרן אַ לערער אין די "אַרבעטער־רינג־שולן". ער האָט אַרויסגעגעבן אַכצן ביכער פּאָעזיע — נײַן אויף ייִדיש און נײַן אויף ענגליש. פֿאַר זײַן ענגלישער פּאָעזיע האָט ער באַקומען צוויי אויסצייכענונגען. |