‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז פֿון פֿראַנקרײַך ווידער אַרויס די פֿאַראורטיילונג פֿון גענאָציד, 1915—1923, ווען אין טערקײַ זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער. דעם פֿאַקט אַליין פֿון גענאָציד האָט פֿראַנקרײַך אָנערקענט נאָך מיט יאָרן צוריק, אין 2001; דאָס מאָל האָט די אונטערשטע קאַמער פֿונעם פֿראַנצויזישן פּאַרלאַמענט אָפּגעשטימט פֿאַר אָננעמען אַ ספּעציעל געזעץ, וואָס וואָלט דערמעגלעכט צו באַשטראָפֿן די יעניקע, וועלכע לייקענען אָפּ דעם פֿאַקט אַליין פֿון אַרמענישן גענאָציד מצד די טערקן.

די אַרמענישע דיאַספּאָרע אין פֿראַנקרײַך איז אפֿשר די גרעסטע און שטאַרקסטע אין אייראָפּע, בערך 500 טויזנט נפֿשות; פֿאַרשטייט זיך, אַז זייערע שטימען וואָלטן זייער צוניץ געקומען דעם איצטיקן פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי און זײַן רעכט־צענטריסטישער פּאַרטיי "פֿאַרבאַנד פֿאַר פֿאָלקס־באַוועגונג", בעת די פּרעזידענט־ און פּאַרלאַמענט־וואַלן אין יאָר 2012.

פֿאַרשטייט זיך, אַז טערקײַ, וואָס האָט ביז אַהער נישט אָנגענומען די גענאָציד־דעפֿיניציע פֿון דעם פֿינצטערן פֿלעק אויף איר געשיכטע, רעאַגירט זייער עמאָציאָנעל אויף אַזעלכע טריט; אַזוי ווײַט, אַז טערקײַ האָט אָפּגעשטעלט אַלע אירע מיליטערישע, פּאָליטישע און האַנדל־פֿאַרבינדונגען מיט פֿראַנקרײַך און האָט אָפּגערופֿן איר אַמבאַסאַדאָר פֿון פּאַריז.


אוצרות פֿון ייִדישן וואָרט
ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿון ד״ר הערשל גלעזער
שלום־עליכם: "אַ מעשׂה מיט אַ גרינהאָרן"

Treasures of Yiddish Prose -
SHOLOM ALEICHEM: "THE STORY OF A GREENHORN"
Read by Dr. Paul Glasser

געזעלשאַפֿט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ קראָם פֿון שפּילעכלעך און מתּנות צום "נאָווי גאָד" אין חיפֿה

איין מאָל אין אַ פּורים — אויף יום־כּיפּור, גיי איך אין שיל אַרײַן.

ניט אויף דער נאַכט, צו כּל־נדרי, נאָר אין דער פֿרי, ווען מע זאָגט יזכּור. אויך אין דעם טאָג פֿאַסט איך. די עטלעכע שעה, וועלכע כ׳פֿאַרברענג צווישן די דאַוונענדיקע ייִדן, מיינען אַוודאי נישט, אַז כ׳שלאָג זיך על־חטא פֿאַר מײַנע באַגאַנגענע זינד. כ׳בין נישט קיין גרויסער פֿרומאַק און ניט קיין קליינער אַפּיקורס. וואָס זשע דען? — דאָס זאָגן יזכּור נאָך די עלטערן און קרובֿים און דאָס פֿאַסטן איז פֿאַר מיר שוין געוואָרן אַ טראַדיציע. אַ סך ישׂראלים שטעלן ניט פֿלייש און מילכיקס אויף איין טיש, עסן ניט קיין חזיר, רירן זיך ניט צום ברויט אום פּסח; ניט דערפֿאַר וואָס זיי זענען גלויביקע מענטשן — ס׳איז שוין אַזאַ טראַדיציע! ניט ווייניק פֿון די רעליגיעזע מינהגים זײַנען געוואָרן וועלטלעכע טראַדיציעס.

אַ נײַע טראַדיציע האָבן אײַנגעפֿירט די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — זיי יום־טובֿן ראָש־השנה כּמעט אַזוי, ווי מע האָט אַ מאָל, באַגעגנט דעם נײַיאָר, — דעם "נאָווי גאָד", לויטן גריגאָריאַן־קאַלענדאַר. די גאַנצע משפּחה נעמט זיך צענויף בײַ אַ יום־טובֿדיקן טיש, מען עסט און מע טרינקט, מע ווינטשט זיך אַ גליקלעכן נײַעם יאָר, עס פֿעלט נאָר שאַמפּאַניער. ס׳טרעפֿט זיך, אַז אויפֿן ראָש־השנהדיקן טיש שטייט אויך אַ טעלערל מיט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך חזיר־וווּרשט...

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע"

אויפֿגעקומענע פֿון אַש.
מאָסקווע׃ "קאָגאַן און באַראַנאָווסקי",
2011

די דאָזיקע פּובליקאַציע ברענגט צוריק צום לעבן אַ ווערטפֿול בוך, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט בלויז אין אַ געציילטער צאָל עקזעמפּליאַרן. דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע" איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1934 אינעם צענטראַלן סאָוועטישן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג "גיכל" און איז געווען גאַנץ "כּשר" פֿונעם דעמאָלטיקן סאָוועטישן אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט.

"קאַטשאַנאָווקע" געהערט צו דעם זשאַנער פֿון ליטעראַטור פֿאַר יונגע לייענער, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעהויבן צו פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אין דער סאָוועטישער קולטור. אַ היפּשע צאָל פֿון די מחברים אינעם דאָזיקן זשאַנער זײַנען געווען ייִדן, אַזעלכע ווי רוּווים פֿרײַערמאַן, דובֿ־בער לעווין, אַלכּסנדרע ברושטיין. זייערע העלדן, ייִדישע און ניט־ייִדישע, האָבן געדינט ווי מוסטער־פֿיגורן פֿאַר דעם נײַעם סאָוועטישן דור קינדער. זיי האָבן געהאָלפֿן זייערע עלטערן, זיך גוט געלערנט אין שול, אָבער, דער עיקר, זיי זײַנען געווען באַוווּסטזיניקע קעמפֿער פֿאַר סאָציאַליסטישע אידעאַלן און געטרײַע רעוואָלוציאָנערן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
אָסיפּ דימאָוו

אינעם קאַנאָן פֿון דער פֿאַרגעסענער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרנעמט אָסיפּ דימאָוו (1878—1959) אַ בכּבֿודיק אָרט. דער עיקר, איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ דראַמאַטורג, אָבער ער האָט אויך געשריבן דערציילונגען, עסייען, אַרטיקלען אויף רוסיש און ייִדיש, געאַרבעט אין קינאָ, געצייכנט קאַריקאַטורן, און אויף דער עלטער איז ער אַפֿילו געוואָרן אַ סקולפּטאָר. זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע "וואָס איך געדענק" איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן זײַן יוגנט אין ביאַליסטאָק און זײַן ליטעראַרישער קאַריערע אין פּעטערבורג.

און דאָך, איז דימאָווס נאָמען כּמעט ווי אין גאַנצן נעלם געוואָרן פֿונעם ייִדישן קולטורעל־היסטאָרישן האָריזאָנט. זײַן נאָמען ווערט אַפֿילו ניט דערמאָנט אין דער נײַער היסטאָרישער שטודיע וועגן ייִדישן ביאַליסטאָק און זײַנע תּפֿוצות אין אַנדערע לענדער. דערפֿאַר איז עס אַזוי ווערטפֿול און וויכטיק צו באַקומען אָט די נײַע אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿון דימאָווס מעמואַריסטישער ירושה, וואָס איז אַרויס אינעם צענטער פֿאַר סלאַווישע שפּראַכן און ליטעראַטורן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער רעדאַקטאָר פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע, פּראָפֿעסאָר וולאַדימיר חזן, האָט דורכגעמאַכט אַ ריזיקע פֿאָרשערישע אַרבעט. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן דימאָווס זכרונות "וואָס איך געדענק" אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿון משה לעמסטער, דעם באַקאַנטן ייִדישן דיכטער פֿון ישׂראל. לכתּחילה זײַנען די דאָזיקע זכרונות פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין המשכים אין "פֿאָרווערטס" אין 1942, און דערנאָך זײַנען זיי אַרויס אין צוויי בענד אין ניו־יאָרק אין 1943—1944. דער צווייטער באַנד איז כּולל דימאָווס קלענערע כּתבֿים, אָנגעשריבן, דער עיקר, פֿאַר פֿאַרשידענע רוסישע פּעריאָדישע פּובליקאַציעס.

געשיכטע
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מע פּראַוועט חנוכּה אינעם "די־פּי"־לאַגער  פֿויערשטענפֿעלדברוק, דײַטשלאַנד 1945

אַ שאַרפֿער זאָג: "צו להכעיס גאָט", אָבער אַזוי האָבן זיך די ייִדן אויסגעדריקט נאָך דער מלחמה אין די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. "צו להכעיס גאָט" וועלן מיר אויפֿשטיין תּחית־המתים, און צו להכעיס דער גאַנצער וועלט זײַנען מיר דאָ. און נישט נאָר דאָ, נאָר מיר זײַנען דאָ מיט פֿרישן לעבן, מיט פֿרישע כּוחות צו בויען, אויפֿצושטעלן משפּחות, ברענגען נײַע דורות ייִדן אויף דער וועלט, אײַנפֿונדעווען אַ שעפֿעריש און קולטורעל לעבן, מיט צײַטונגען און ביכער־פֿאַרלאַגן, מיט קאָנצערטן, לעקציעס און רעפֿעראַטן, מיט נײַע אידעאַלן; צו להכעיס גאָט.

וואָס איז מיר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן צו שרײַבן וועגן די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, וווּ די ייִדישע פּליטים, געראַטעוועטע פֿון די געטאָס און גאַזקאַמערן, פֿון די באַהעלטענישן און סטאַלינס שקלאַפֿן־לאַגערן? איז אַזוי די מעשׂה. ערשטנס, דאָס וואָס אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן פֿון דער שארית־הפּליטה זײַנען אָפּגעזעסן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע אין דײַטשלאַנד פֿון 1946 ביז אַן ערך 1950 אין צענדליקער לאַגערן. איז ווען עס איז געקומען צום רעכטן גערעכטן, האָט מען געמאַכט אַ שווײַג. נישט נאָר האָט מען נישט אָנערקענט דעם גרויסן אויפֿטו פֿון די פּליטים, די געראַטעוועטע, וואָס האָבן אַפֿילו אַרויסגעגעבן דעם תּלמוד מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי (איינער פֿון די עקזעמפּלאַרן געפֿינט זיך טאַקע אין ייִוואָ). ווי קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַז די זעלבע רעשטלעך פֿון אַן אומגעבראַכט פֿאָלק זאָלן זײַן בכּוח צו פּובליקירן אַ צעבליטע פּרעסע פֿון אַ טוץ ייִדישע צײַטונגען, ביכער, יזכּור־ביכער, ווי מ׳וואָלט ממש אַרײַנגעאָטעמט אין דעם רעשטל ייִדן אַ נײַע נשמה, אַ נשמה־יתירה. קיינער האָט אַפֿילו נישט געגעבן קיין פּיפּס וועגן דעם גרויסן אויפֿטו פֿון אַן אייביק פֿאָלק.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע צוויי פּרשיות האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען וועגן יוספֿס פֿאַרקויפֿט ווערן קיין מצרים און וועגן זײַן נבֿיאישן כּוח פּותר צו זײַן חלומות, צוליב וועלכן ער האָט עולה־לגדולה געווען, און האָט זיך פּלוצעם אויפֿגעהויבן פֿונעם סכּנותדיקן מצבֿ פֿון אַ שקלאַף און אַן אַרעסטאַנט ביז דער גאָר־הויכער מדרגה פֿון שני־למלך, דער צווייט־וויכטיקסטער מענטש אין מצרים — פֿאַקטיש, דער הערשער איבערן גאַנצן לאַנד.

אין דער פֿריִערדיקער סדרה ווערט דערציילט, ווי יוסף האָט געגעבן פּרעהן אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון אַ זיבן־יעריקן הונגער; מע האָט געזאַמלט די תּבֿואה פֿון פֿריִער, במשך פֿון די זיבן געראָטענע יאָרן.

דער הונגער איז אויסגעבראָכן אינעם גאַנצן ראַיאָן, אַרײַנגערעכנט ארץ-כּנען. יעקבֿ האָט געשיקט אַלע זײַנע זין, אַחוץ דעם ייִנגסטן — בנימינען — קיין מצרים, כּדי אײַנצוקויפֿן דאָרטן תּבֿואה. יוסף, וואָס די ברידער האָבן אים נישט דערקענט, ווײַל ער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן באַאַמטן, האָט באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנאַזש און האָט פֿאַרהאַלטן שמעונען, פֿאָדערנדיק צו ברענגען קיין מצרים אויך יעקבֿס צוועלפֿטן זון, בנימין.

פּערזענלעכקײטן
חנה (אַדריאַן) קופּער ז״ל

שוין עטלעכע חדשים, אַז די שטימונג אין ניו־יאָרק אין דער קלעזמערישער ייִדישער מוזיק־סבֿיבֿה איז אַ געדריקטע צוליב דעם, וואָס חנה קופּער איז געלעגן קראַנק. ווען זי איז געשטאָרבן לעצטן זונטיק אין אָוונט, דעם 25סטן דעצעמבער, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם אַלטן ווערטל "ניטל איז אַ בייזע לייד", וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף די ייִדישע צרות וועלכע קומען פֿאָר אינעם טאָג פֿון דער חגא. פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט איז די צרה, דער קלאַפּ, געווען אַ גאָר שטאַרקער.

חנה קופּער איז געבוירן געוואָרן אין אָקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, אין 1946. זי האָט שטודירט אינעם "העברעיִשן אוניווערסיטעט" און אין שיקאַגער אוניווערסיטעט, און איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1975. דאָ האָט זי שטודירט דאָס ייִדישע קונסטליד מיטן לעגענדאַרן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, און אָנגעהויבן אויפֿצוטרעטן ווי אַ זינגערין אין אַלע ניו־יאָרקער ייִדישע קרײַזן. אין איר לעבן האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף פֿאַרשיידענע וועגן, אָבער דער עיקר, ווי אַ זינגערין. געזאַנג איז געווען "אַ משפּחה־פֿעלער" בײַ איר: איר באָבע האָט שוין רעקאָרדירט ייִדישע פּלאַטעס און איר זיידע האָט געדינט ווי אַ בעל־תּפֿילה. איר מאַמע, באָני קופּער, וועלכע וווינט אין קאַליפֿאָרניע, האָט געהאַט אַ לאַנגע קאַריערע ווי אַ טעאַטער־זינגערין פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער. אויף דער לעצטער רעקאָרדירונג "Enchanted" (פֿאַרכּישופֿט), וואָס חנה האָט אַרויסגעלאָזט אין 2010, האָט זי אַרײַנגענומען אַלטע היים־רעקאָרדירונגען פֿון די פֿריִערדיקע דורות אין איר משפּחה, כּדי אַרויסצוהייבן די דאָזיקע מוזיקאַלישע קייט וואָס איז געווען פֿאַר איר אַזוי וויכטיק, און מיט וועלכער זי האָט שטאָלצירט. נאָך אַ רינג אין דער קייט איז איר טאָכטער, שׂרה־מינע גאָרדאָן, וועלכע זינגט ייִדישע לידער אין אַ ראָק־און־ראָל סטיל אין דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין".

קונסט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעל קאַנאַרעק שטייט צווישן איר פֿינעף־שפּראַכיקער — ענגליש, ייִדיש, אַראַביש, העברעיִש און שפּאַניש ווערק "הור" (פֿון רעכטס), און דעם דרײַ־שפּראַכיקן ווערק "מײַן האַנט אין דײַן האַנט"

אַ שמועס מיט דער ישׂראלדיקער-אַמעריקאַנער קינסטלערין יעל קאַנאַרעק

יעל קאַנאַרעק איז אַ מולטי-דיסציפּלינירנדיקע קינסטלערין, ווי מע רופֿט עס הײַנט. זי איז אַ מאָלערין, אַ סקולפּטאָרין, אַ מחברטע, זי שאַפֿט דיגיטאַלע קונסט, ווידעאָ-קונסט און נאָך און נאָך. צווישן די זאַכן, וועלכע אינטערעסירן זי צום מערסטנס, איז אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט שפּראַך. די ערשטע דרײַ יאָר פֿון איר לעבן האָט זי געוווינט אין אַמעריקע — קען זי ענגליש; דערנאָך האָט מען זי געבראַכט קיין ישׂראל, איז זי אַריבער אויף העברעיִש; מיט 20 יאָר שפּעטער איז זי געקומען צוריק אין אַמעריקע און צום ענגליש. ווייסט זי עפּעס וועגן שפּראַך־ ענדערונגען און זייערע קאָמפּליקאַציעס. אָבער זי דריקט אויס איר אינטערעס צו דער שפּראַך-טעמע, בעיקר, דורך איר קונסט.

יעל קאַנאַרעקס ביאָגראַפֿיע הייבט זיך אָן אין איסט-ווילעדזש אין מאַנהעטן, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ ישׂראלדיקער מאַמען און אַן אַמעריקאַנער ייִדישן טאַטן. אירע עלטערן האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, בשעת דער טאַטע איז געווען אויף איינעם פֿון זײַנע אָפֿטע באַזוכן אין לאַנד. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ציוניסטיש־מאָטיווירטער היים, און די משפּחה האָט שטענדיק פּראָבירט זיך אַריבערצוקלײַבן אין ישׂראל, נאָך פֿון די 30ער יאָרן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט דער ייִוואָ צונויפֿגענומען, באַאַרבעט און קאַטאַלאָגירט אַ צאָל פֿון זײַנע מוזיקאַלישע זאַמלונגען און געמאַכט זיי צוגענגלעך פֿאַר אינסטיטוציעס און יחידים, וואָס ווענדן זיך וואָך־אײַן וואָך־אויס פֿאַר מאַטעריאַלן, אינפֿאָרמאַציע, פֿאָרשונג אד"גל. עס איז געוואָרן אַ רײַכער אײַנזאַמלונג־פּונקט פֿון מוזיק פֿון קאָמפּאָזיטאָרן און כאָר־דיריגענטן, חזנים, זינגערס, אַקטיאָרן, פֿאָלקלאָריסטן, ווי אויך פֿון אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס. כּסדרדיקע ווענדונגען פֿון אייראָפּע, ווי אויך פֿון די שטאַטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מאַכן דעם מוזיק־אַרכיוו אַ לעבעדיקן טייל פֿון דעם ריזיקן ייִוואָ־אַרכיוו.

עס איז ווינטשונגסווערט צו געבן אַן אַרײַנבליק אין די אוצרות און דעם פֿאַרנעם פֿון אַרכיוו, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך גרעסערע און קלענערע זאַמלונגען; אַ מאָל היסטאָרישע, געשאָנקענע פֿון יחידים און אינסטיטוציעס.

אין דער ערשטער ריי געפֿינט זיך די זאַמלונג פֿון בערך טויזנט פֿאָלקסלידער־טעקסטן, מיט300 נאָטן וואָס די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ווילנער ייִוואָ האָט געזאַמלט אין די יאָרן פֿון1925 ביז 1940. זינט זײַן גרינדונג האָט דער ייִוואָ אַנטוויקלט אַ נעץ פֿון הונדערטער זאַמלערס און קרײַזן, דער עיקר פֿון פּוילן. די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן אינסטרוקציעס ווי און וואָס צו זאַמלען, האָט רעגיסטרירט די הונדערטער שיקונגען, האָט קאָרעספּאָנדירט מיט די זאַמלערס און אָפּגעדרוקט טיילן פֿון דער זאַמלונג.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"חנוכּה־בוים"  אין אַמעריקע

"יאָלקעס" — טענענביימער צי עפּעס פֿון אַזאַ מין ביימער, אָפֿט מאָל קינסטלעכע — וואָס מע שטעלט אויף נײַיאָר, בלײַבן אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע פֿאַר ייִדן אין אַ סך לענדער, ישׂראל בתוכם. אין איצטיקן יאָרהונדערט, מיטן אָנקומען פֿון הונדערטער טויזנטער געוועזענע סאָוועטישע בירגער, זײַנען די "יאָלקעס" געוואָרן אָנזעעוודיק אין ישׂראלדיקע שטעט. בעת אין נצרת-עלית האָט דער מייאָר ניט דערלויבט הײַיאָר צו שטעלן אַזאַ ניט-ייִדישן סימבאָל, איז אין חיפֿה אויפֿגעבויט געוואָרן אַ הויכע קינסטלעכע "יאָלקע", געמאַכט פֿון עטלעכע טויזנט פּלאַסטישע פֿלעשער.

מיט זיבעציק יאָר צוריק האָט וועגן דעם ענין "יאָלקע" געשריבן איינער פֿון די בעסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — צבֿיון (1874–1954). זײַן אמתער נאָמען איז געווען בן-ציון האָפֿמאַן, אַ קורלענדישער ייִד, וואָס איז געווען אַקטיוו אין דעם "בונד", זיך געלערנט אין עטלעכע אוניווערסיטעטן, זײַן דאָקטאָר-טיטל באַקומען אין דער שווייץ. צבֿיונס ערשטע אַרקטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער העברעיִשער צײַטונג "המליץ", אין 1895, אָבער זינט 1901 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס". זינט 1915 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט דער לייענער זיך געקוויקט מיט זײַן קאָלומנע "ייִדישע אינטערעסן". דעם 3טן יאַנואַר 1942 האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער פֿראַגע פֿון "יאָלקעס", ווײַל ער האָט געהאַט באקומען אַ פּאָר בריוו פֿון לייענער, און:

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן בחור און איך זענען צוזאַמען שוין פֿינף יאָר, און ער האָט מיך נאָך נישט געבעטן צו ווערן זײַן כּלה. ער איז 34 יאָר אַלט און איך בין 28 יאָר אַלט. ווען עס קומט פֿאָר אַ יום־טובֿ, אַ שׂימחה, טראַכט איך, אַז אָט, אָט וועט ער עפּעס זאָגן — אָבער תּמיד בין איך אַנטוישט. ער זאָגט, אַז ער וויל זײַן מיט מיר "אויף אייביק", אָבער ער האַלט נישט פֿון קיין חתונה האָבן — פֿאַר וואָס דאַרף מען אַ שטיקל פּאַפּיר אַרויסצוּווײַזן אונדזער ליבע? איך ווייס נישט, ווי צו ענטפֿערן אויף דעם. איך וויל אַ חתונה, פּונקט ווי מײַנע חבֿרטעס. איך וויל האָבן די מעגלעכקייט פֿון קענען אים אָנרופֿן "מײַן מאַן", און נישט "מײַן בחור". אויף דעם ענטפֿערט ער, אַז "גיב נאָר אַ קוק אויף די אַלע גטן וואָס קומען פֿאָר". פֿון דעסטוועגן פֿיל איך, אַז צו לעבן אָפֿיציעל ווי מאַן און ווײַב איז אַנדערש ווי פּשוט לעבן צוזאַמען.

מײַן מאַמע זאָגט, אַז איך זאָל אים סטראַשען — אָדער — אָדער. מײַן טאַטע האַלט, אַז אויב מע דאַרף אים סטראַשען, טויג ער נישט פֿאַר זײַן טאָכטער; ער איז נישט מײַן באַשערטער. אָבער איך האָב אים ליב און וויל אויסלעבן מײַנע טעג מיט אים — וואָס זאָל איך טאָן?

נאָך נישט קיין כּלה