טײַערע חזנטע,
מײַן בחור און איך זענען צוזאַמען שוין פֿינף יאָר, און ער האָט מיך נאָך נישט געבעטן צו ווערן זײַן כּלה. ער איז 34 יאָר אַלט און איך בין 28 יאָר אַלט. ווען עס קומט פֿאָר אַ יום־טובֿ, אַ שׂימחה, טראַכט איך, אַז אָט, אָט וועט ער עפּעס זאָגן — אָבער תּמיד בין איך אַנטוישט. ער זאָגט, אַז ער וויל זײַן מיט מיר "אויף אייביק", אָבער ער האַלט נישט פֿון קיין חתונה האָבן — פֿאַר וואָס דאַרף מען אַ שטיקל פּאַפּיר אַרויסצוּווײַזן אונדזער ליבע? איך ווייס נישט, ווי צו ענטפֿערן אויף דעם. איך וויל אַ חתונה, פּונקט ווי מײַנע חבֿרטעס. איך וויל האָבן די מעגלעכקייט פֿון קענען אים אָנרופֿן "מײַן מאַן", און נישט "מײַן בחור". אויף דעם ענטפֿערט ער, אַז "גיב נאָר אַ קוק אויף די אַלע גטן וואָס קומען פֿאָר". פֿון דעסטוועגן פֿיל איך, אַז צו לעבן אָפֿיציעל ווי מאַן און ווײַב איז אַנדערש ווי פּשוט לעבן צוזאַמען.
מײַן מאַמע זאָגט, אַז איך זאָל אים סטראַשען — אָדער — אָדער. מײַן טאַטע האַלט, אַז אויב מע דאַרף אים סטראַשען, טויג ער נישט פֿאַר זײַן טאָכטער; ער איז נישט מײַן באַשערטער. אָבער איך האָב אים ליב און וויל אויסלעבן מײַנע טעג מיט אים — וואָס זאָל איך טאָן?
נאָך נישט קיין כּלה
טײַערע "נאָך נישט קיין כּלה",
מיר דאַכט, אַז אַזאַ מצבֿ טרעפֿט זיך נישט זעלטן מיט יונגע פֿרויען, וועלכע האַלטן, אַז הײַנטיקע צײַטן קאָן מען אָנהאַלטן לאַנג־דויערנדיקע באַציִונגען אָן צו ווערן פֿאַרקנסט. מע לעבט צוזאַמען און מען איז צופֿרידן פֿונעם סטאַטוס־קוואָ; מע וויל נישט אַרײַנגיין אין אַ נײַער סטאַדיע פֿונעם לעבן.
איר וועט נישט זײַן גליקלעך, אויב מע שטעלט נישט קיין חופּה, און בחור און זאָגן אים אַזוי: "איך האַלט בפֿירוש פֿון חתונה האָבן, און בין זיכער, אַז איך וויל חתונה האָבן מיט דיר. דו זאָגסט, אַז דו ווילסט זײַן נאָר מיט מיר, אָבער חתונה האָבן גייט דיר נישט אָן. דעריבער, ווי אַ טייל פֿון דײַן געטרײַשאַפֿט צו מיר און איבערגעגעבנקייט צו מײַן גליק אין לעבן, בעט איך דיך חתונה צו האָבן מיט מיר."
אויב ער איז אײַך נישט אין גאַנצן געטרײַ, טאָ וואָס זשע, דאַרפֿט איר ווײַטער בלײַבן מיט אים? אויב ער איז אײַך יאָ געטרײַ, דאַרף ער אײַך צוזאָגן אַ פֿאַרקנסונג אין משך פֿון אַ חודש. ווי טײַער דאָס רינגל וועט זײַן, דאַרפֿט איר אים פֿאַרזיכערן, איז פֿאַר אײַך נישט וויכטיק. אויך, באַרויִקט אים, אַז עס גייט אײַך נישט אין לעבן צי ס׳וועט זײַן אַ גרויסע חתונה, אָבער דאָס זיווג־לעבן איז אײַך יאָ וויכטיק און עס קומט אײַך!
טײַערע חזנטע
מײַן זון וויל אַ יאָלקע, אַ ניטל־בוים, אין הויז, פּונקט ווי עס האָבן זײַנע צוויי נאָענטע חבֿרים. איך קאָן נישט מאַכן קיין שלום מיטן געדאַנק פֿון אַ יאָלקע בײַ זיך אין שטוב, אָבער עס טוט מיר וויי צו זען מײַן קינד אויסגעשלאָסן פֿונעם אַרום, בלויז צוליב דעם וואָס ער איז אַ ייִד. וואָס וועט זײַן, אויב מיר קויפֿן אַ בוים און באַפּוצן עס ווי אַ חנוכּה־בוים — מיט בלאָע און ווײַסע שטערנדלעך. האַלט איר, אַז דאָס וואָלט געווען אַ גוטער קאָמפּראָמיס אָדער אַ שלעכטע "אַרויסדרייעניש"?
חנוכּה־מאַמע
טײַערע חנוכּה־מאַמע,
איך האַלט, אַז אַ חנוכּה־בוים וואָלט נישט געווען קיין געלונגענער קאָמפּראָמיס. ס׳איז דאָך נישטאָ אַזאַ זאַך ווי אַ "חנוכּה־בוים". עס וואָלט דעריבער פּשוט אויסגעזען ווי אַ ניטל־בוים, אָנגעטאָן אין "ייִדישע קליידער". איך וואָלט געמוטיקט אײַער זונדל הנאה צו האָבן און שפּילן אַרום די ניטל־ביימער פֿון זײַנע חבֿרים, זיי צו העלפֿן פֿײַערן זייער חגא. ער וואָלט אָבער אויך באַדאַרפֿט פֿאַרבעטן זײַנע חבֿרים אַהיים צו פֿײַערן, כאָטש איין נאַכט חנוכּה, מיט אים. ער קען אָנצינדן דאָס חנוכּה־לעמפּל מיט זיי, שפּילן אין דריידל, עסן לאַטקעס. זאָל ער זיך פֿילן אַנדערש פֿון זיי און זײַן שטאָלץ מיט דעם. דאָס איז אַגבֿ אַ לעקציע, וואָס ער דאַרף געדענקען אויף יאָרן, ווען נאָר עס קומט אים אַנטקעגן אַזאַ מצבֿ, ווען ער דאַרף קעמפֿן פֿאַר זיך אַליין.
טײַערע חזנטע,
מײַן שוויגער איז עובֿר־בטל. אַמאָל איז זי געווען אַ גוטינקע, אָבער איצט, אויף דער עלטער, איז זי געוואָרן ממש אַ מרשעת. זי שרײַט אויף מיר און זאָגט מיר ווי איך טויג נישט, ווי מיאוס איך בין, ווי איך באַהאַנדל זי שלעכט. פֿרעג איך, צי דאָס אַנטפּלעקט אירע אמתע געפֿילן וועגן מיר, די אַלע יאָרן?
שנור
טײַערע שנור,
איך בין זיכער, אַז ס׳איז שווער צו זײַן העפֿלעך צו אײַער שוויגער בעת זי שרײַט אויף אײַך. מע קען נישט אָננעמען אויף זיכער, אַז דאָס זענען אירע אמתע געפֿילן וועגן אײַך. אפֿשר ווייסט זי אַפֿילו נישט ווער איר זענט, אָדער פֿאַרמישט אײַך מיט אַנדערע, אָדער איז פֿרוסטרירט מיטן לעבן. האַלט אין זינען די גוטע זכרונות.
חופּה און האָבן קינדער.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024