ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע"
דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע"

אויפֿגעקומענע פֿון אַש.
מאָסקווע׃ "קאָגאַן און באַראַנאָווסקי",
2011

די דאָזיקע פּובליקאַציע ברענגט צוריק צום לעבן אַ ווערטפֿול בוך, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט בלויז אין אַ געציילטער צאָל עקזעמפּליאַרן. דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע" איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1934 אינעם צענטראַלן סאָוועטישן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג "גיכל" און איז געווען גאַנץ "כּשר" פֿונעם דעמאָלטיקן סאָוועטישן אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט.

"קאַטשאַנאָווקע" געהערט צו דעם זשאַנער פֿון ליטעראַטור פֿאַר יונגע לייענער, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעהויבן צו פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אין דער סאָוועטישער קולטור. אַ היפּשע צאָל פֿון די מחברים אינעם דאָזיקן זשאַנער זײַנען געווען ייִדן, אַזעלכע ווי רוּווים פֿרײַערמאַן, דובֿ־בער לעווין, אַלכּסנדרע ברושטיין. זייערע העלדן, ייִדישע און ניט־ייִדישע, האָבן געדינט ווי מוסטער־פֿיגורן פֿאַר דעם נײַעם סאָוועטישן דור קינדער. זיי האָבן געהאָלפֿן זייערע עלטערן, זיך גוט געלערנט אין שול, אָבער, דער עיקר, זיי זײַנען געווען באַוווּסטזיניקע קעמפֿער פֿאַר סאָציאַליסטישע אידעאַלן און געטרײַע רעוואָלוציאָנערן.

די מחברין פֿון "קאַטשאַנאָווקע", וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אונטער איר פּען־נאָמען יעווגעניאַ נעמיראָוואַ, איז געבוירן געוואָרן אין 1899 אין באַרדיטשעוו און האָט געהייסן שיינדל סיניאַווער. די ערשטע ליטעראַרישע פּובליקאַציע אירע איז אַרויס אין 1913 אין דער באַרדיטשעווער צײַטונג "דער אַרבעטער". דאָס איז געווען אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון געטעס באַרימטער באַלאַדע "ערלקעניג", וואָס איז געווען זייער באַליבט בײַ דער אויפֿגעקלערטער ייִדישער יוגנט.

רוסיש האָט שיינדל אויסגעלערנט שפּעטער אין אַ באַרדיטשעווער גימנאַזיע, און דערנאָך אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט אין מאָסקווע. "קאַטשאַנאָווקע" איז געווען איר ערשט בוך אויף רוסיש, אָבער די גאַנצע האַנדלונג קומט דאָ פֿאָר אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. דאָס בוך איז אַרויס, אַ דאַנק דער רעקאָמענדאַציע פֿון מאַקסים גאָרקי און האָט באַקומען התלהבֿותדיקע קריטישע אָפּרופֿן.

אין 1935 איז נעמיראָוואַ געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין, ווי אַ שרײַבערין פֿאַר קינדער. די האַנדלונג פֿון איר צווייטן בוך, "דעם חבֿרס גורל" (1938), קומט שוין פֿאָר אין דער סאָוועטישער תּקופֿה, אָבער די העלדן בלײַבן ייִדישע. זי האָט אַקטיוו געאַרבעט אין דער סאָוועטישער פּרעסע; בעת דער מלחמה האָט זי געשריבן אַ ראָמאַן, וואָס איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרענדיקט.

נעמיראָוואַס ליטעראַרישע קאַריערע האָט זיך איבערגעריסן בעת די רדיפֿות פֿון די סוף 1940ער יאָרן. זי איז געווען נאָענט באַקאַנט מיט די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, און מע האָט זי עטלעכע מאָל אַרויסגערופֿן אויף אַ פֿאַרהער אין שײַכות מיטן ענין פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין 1950 איז זי אויסגעשלאָסן געוואָרן פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין און אירע ביכער האָט מען קאָנפֿיסקירט פֿון די ביבליאָטעקן. איר קלוגער מאַן האָט זי אָפּגעפֿירט צו די קרובֿים אין אַ שטעטל לעבן באַרדיטשעוו, וווּ זי האָט זיך אויסבאַהאַלטן ביז 1955. אָבער שרײַבן האָט זי מער ניט געקענט. געשטאָרבן איז זי אין מאָסקווע אין 1983.

אַז מע עפֿנט די ערשטע זײַטן פֿון "קאַטשאַנאָווקע", וואַרפֿט זיך אין די אויגן די השפּעה פֿון איסאַק באַבעלס פּראָזע. צו יענער צײַט איז באַבעל געווען דער סאַמע באַרימטער סאָוועטישער ייִדישער שרײַבער, און זײַנע ליטעראַרישע אײַנפֿאַלן האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף דעם ייִנגערן ליטעראַרישן דור. ווי עס דערמאָנט זיך נעמיראָוואַס טאָכטער, האָט באַבעל ליב געהאַט איר מאַמעס שרײַבן און אַפֿילו זיך געוויצלט, אַז "זשענעטשקע נעמט בײַ מיר אַוועק דאָס ברויט".

נעמיראָוואַ שילדערט קאַטשאַנאָווקע ווי אַ מין באַרדיטשעווער מאָלדאַוואַנקע, אַן אָרעמע געגנט באַוווינט מיט ייִדישע איזוואָשטשיקעס. איר רוסיש איז זאַפֿטיק און פֿאַרביק, אָנגעפּיקעוועט מיט ייִדישע ווערטלעך און עטנאָגראַפֿישע פּרטים. מיט אַ סך ליבע און אויפֿמערקזאַמקייט שילדערט די מחברין די ייִדישע מינהגים און דעם לעבנס־שטייגער, אָבער זי פֿאַרגעסט אויך ניט אין די וויכטיקע עלעמענטן פֿונעם סאָוועטישן סטיל. דלות ברענגט צוזאַמען די ייִדן, רוסן און אוקראַיִנער, און אין איינעם קעמפֿן זיי קעגן דעם צאַרישן רעזשים.

אָבער דאָס בילד פֿון דער אַמאָליקער באַרדיטשעווער פֿאָרשטאָט איז ווײַט ניט אַזוי סטערעאָטיפּיש, ווי אין אַנדערע סאָוועטישע ווערק פֿון יענער צײַט. אַזוי למשל, שאַפֿט נעמיראָוואַ אַן אינטערעסאַנטן פּאָרטרעט פֿונעם רוסישן פּאָליציאַנט, וואָס קומט אַרויס ווי אַ לעבעדיקע פּערזענלעכקייט און ניט אַ סטערעאָטיפּישער רשע. דאָס לעבן לויפֿט זײַן וועג, און די קליינע העלדין עפֿנט פֿאַר זיך פּאַמעלעך די וועלט אַרום זיך, צוערשט, דעם הויף, דערנאָך די גאַס און ווײַטער די גאַנצע שטאָט.

דער סוף פֿון איר קינדהייט מיט קליינע צרות און שׂימחות קומט מיטן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה׃ "די מלחמה האָט צעבראָכן דאָס לעבן פֿון קאַטשאַנאָווקע, ווי מע ברעכט איבער אַ ביליקן פֿאַרטריקנטן בייגל." דער צווייטער טייל פֿונעם בוך דערציילט וועגן דער ירידה פֿונעם אַלטן שטייגער, וואָס פֿירט, מיט דער אײַזערנער מאַרקסיסטישער געזעצמעסיקייט, צו דער רעוואָלוציע.

די רעוואָלוציע ווערט פֿאַרגליכן מיט משיחס צײַטן׃ "די פֿרײַהייט האָט צעטראָגן נײַע בשׂורות, נײַע ווערטער און נײַע לידער איבער אונדזער שטאָט". די רעוואָלוציע האָט פֿאַרבונדן די פֿאַרוואָרפֿענע קאַטשאַנאָווקע מיט דער גרויסער שטאָט, און די ייִדישע שטאָט באַרדיטשעוו מיט דער ברייטער וועלט. זי האָט אויך געעפֿנט נײַע וועגן און נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר דער ייִדישער יוגנט.

ניט געקוקט אויף די שרעקלעכע אַכזריות פֿונעם בירגערקריג, פֿאַרלירט די העלדין ניט איר היסטאָרישן אָפּטימיזם. איר גורל ווערט אָפֿטמאָל פֿאַרגלײַכט אינעם בוך צו אַ שפּענדל, וואָס ווערט געטראָגן פֿון אַ מבול. דאָס שפּענדל דרייט זיך אַהין און צוריק, אָבער סוף־כּל־סוף, ווערט עס אַרויסגעטראָגן אינעם גרויסן ים פֿונעם נײַעם לעבן. און די אַלטע היים מיט אירע תּושבֿים ווערט אָפּגעוואַשן פֿון דער ערד.

"קאַטשאַנאָווקע" געהערט צו דער שיטה אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור פֿון די 1930ער יאָרן, וואָס איז געווען אויסן צו פֿאַרפֿיקסירן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן מיט אַלע פּרטים. דער גרעסטער און סאַמע באַקאַנטער מוסטער פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור איז "משפּחה מאַשבער" פֿון דער נסתּר. אויף רוסיש האָט וועגן דעם געשריבן אויך באָריס יאַמפּאָלסקי אין זײַן נאָוועלע "יאַרמאַרק" (1942). געוויינטלעך, האָט אַזאַ מין ווערק אַן אויטאָביאָגראַפֿישן יסוד, און דאָס איז בולט אויך אין "קאַטשאַנאָווקע". דאָס איז אַ טאָפּלטער דענקמאָל פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן׃ סײַ פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטייגער פֿונעם אַלטן באַרדיטשעוו, סײַ פֿונעם אָפּטימיזם פֿונעם ערשטן דור סאָוועטישע ייִדן.