אין די פֿאָריקע צוויי פּרשיות האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען וועגן יוספֿס פֿאַרקויפֿט ווערן קיין מצרים און וועגן זײַן נבֿיאישן כּוח פּותר צו זײַן חלומות, צוליב וועלכן ער האָט עולה־לגדולה געווען, און האָט זיך פּלוצעם אויפֿגעהויבן פֿונעם סכּנותדיקן מצבֿ פֿון אַ שקלאַף און אַן אַרעסטאַנט ביז דער גאָר־הויכער מדרגה פֿון שני־למלך, דער צווייט־וויכטיקסטער מענטש אין מצרים — פֿאַקטיש, דער הערשער איבערן גאַנצן לאַנד.
אין דער פֿריִערדיקער סדרה ווערט דערציילט, ווי יוסף האָט געגעבן פּרעהן אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון אַ זיבן־יעריקן הונגער; מע האָט געזאַמלט די תּבֿואה פֿון פֿריִער, במשך פֿון די זיבן געראָטענע יאָרן.
דער הונגער איז אויסגעבראָכן אינעם גאַנצן ראַיאָן, אַרײַנגערעכנט ארץ-כּנען. יעקבֿ האָט געשיקט אַלע זײַנע זין, אַחוץ דעם ייִנגסטן — בנימינען — קיין מצרים, כּדי אײַנצוקויפֿן דאָרטן תּבֿואה. יוסף, וואָס די ברידער האָבן אים נישט דערקענט, ווײַל ער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן באַאַמטן, האָט באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנאַזש און האָט פֿאַרהאַלטן שמעונען, פֿאָדערנדיק צו ברענגען קיין מצרים אויך יעקבֿס צוועלפֿטן זון, בנימין.
יהודה האָט צוגעזאָגט דעם טאַטן צו מאַכן זיכער, אַז בנימין וועט זיך אומקערן אַהיים בשלום, און יעקבֿ האָט מסכּים געווען צו לאָזן זײַן ייִנגסטן זון פֿאָרן קיין מצרים מיט די אַנדערע ברידער. דאָס מאָל האָט יוסף וואַרעם באַגריסט די געסט, אָבער געהייסן זײַנע באַדינער אַרײַנצולייגן זײַן זילבערנעם בעכער אין בנימינס זאַק, אַז בנימין האָט עס כּלומרשט צוגעגנבֿעט, כּדי אים צו באַשולדיקן און אַרעסטירן.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יהודה האָט געבעטן בײַ יוספֿן צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף אַנשטאָט בנימינען, כּדי זייער טאַטע זאָל נישט שטאַרבן פֿאַר עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן, און דערקלערט, אַז ער איז זייער לאַנג־פֿאַרלוירענער ברודער. יעקבֿ האָט זיך דערפֿרייט מיט דער בשׂורה, אַז זײַן באַליבטער זון לעבט נאָך, און דערצו געוואָרן אַ גרויסער מענטש אין מצרים. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון הונגער, איז ער געקומען קיין מצרים צוזאַמען מיט דער גאַנצער משפּחה — בסך־הכּל 70 נפֿשות.
די פּרשה הייסט "ויגש" — און ער האָט זיך דערנענטערט. על־פּי־פּשט, איז יהודה צוגעקומען צו יוספֿן, בעטנדיק צו אַרעסטירן אים אַנשטאָט בנימינען. רש״י זאָגט, אַז יהודה האָט גערעדט מיט יוספֿן שאַרף און געוואָרנט, אַז ער וועט באַקומען אַן עונש פֿאַרן פֿאַרכאַפּן אַ מענטש. לויט אַן אַנדער ווערסיע אין רש״יס קאָמענטאַר, איז ער געווען גרייט צו דערהרגענען יוספֿן און פּרעה אַליין, אויב ס׳איז נייטיק, כּדי צו באַפֿרײַען בנימינען. בקיצור, ער איז צוגעקומען צו זײַן ברודער, מיינענדיק, אַז ס׳איז סתּם אַ מיצרישער באַאַמטער, מיט אַן אַנטשלאָסענער און אַפֿילו מיליטאַנטישער שטימונג.
לויט די חסידישע מפֿרשים, איז דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה אָנגעלאָדן מיט טיפֿע רמזים וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן די מענטשן, און צווישן דעם מענטש און באַשעפֿער. ווען יהודה איז פֿיזיש צוגעקומען צו יוספֿן, האָט ער דערפֿילט, אַז ער קומט נענטער צו דעם אייבערשטן אַליין, ווײַל די גשמיותדיקע השפּעה פֿונעם גאַנצן לאַנד האָט זיך געווענדט אין יוספֿן, וועלכער האָט זי צעטיילט, זײַענדיק אַ שני־למלך.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען פֿאַראייניקן אַלע דערמאָנטע אָפּטײַטשן פֿונעם וואָרט "ויגש". ווי מיר האָבן שוין אַ סך מאָל באַהאַנדלט, זענען די נעמען פֿון די פּרשיות מרמז אויף פֿאַרשיידענע אַלגעמיינע, אוניווערסאַלע פּרינציפּן פֿון וועזן אָדער סאָציאַלע באַציִונגען. די הײַנטיקע פּרשה דערציילט וועגן דעם, ווי אַזוי צעטיילטע און צעקריגטע מענטשן קאָנען זיך גײַסטיק דערנענטערן איינער צום צווייטן, און ווערן ווידער פֿרײַנד.
אַ וויכטיקער אַספּעקט אין די מענטשלעכע באַציִונגען איז דאָס מיטלייד — די פֿעיִקייט צו פֿאַרשטיין און דערפֿילן דעם צער און עגמת־נפֿש פֿון אַן אַנדער מענטש. הגם אַ צווייטן קאָן זײַן אַ גוואַלדיקער בעל־חסד, בלײַבט אַ געוויסע דיסטאַנץ צווישן אים און אַן אַנדער מענטש, כּל־זמן די באַציִונג צווישן זיי פֿירט זיך בלויז אויף אַ קאַלטן שׂכלדיקן אופֿן, אָן דעם מיטגעפֿיל.
די גײַסטיקע דיסטאַנץ צווישן מענטשן ווענדט זיך אָפֿט אין זייערע לעבן־באַדינגונגען. למשל, ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין, אויף אַן אמתן, אַ היימלאָזן מענטש, אויב מע האָט קיינמאָל נישט געהאַט אַן ענלעכע ביטערע דערפֿאַרונג אין לעבן.
יוספֿס פּאַסירונגען אין מצרים האָבן זיך אָנגעהויבן פֿון פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ שקלאַף, וואָס ס׳האָט געבראַכט יעקבֿן אַ סך עגמת־נפֿש. יהודה, וועלכער האָט אויסגעפֿירט אַ פֿירנדיקע ראָלע צווישן יעקבֿס ברידער, האָט געקאָנט, מסתּמא, פֿאַרשטיין יוספֿס הויכע פּאָזיציע פֿונעם מיצרישן שני־למלך; כּדי צו פֿאַרשטיין זײַן ברודער בעסער, כּדי שלום צו מאַכט מיט אים, האָט ער אָבער געמוזט פֿאַרזוכן דעם ביטערן טעם פֿון וואַנדערונג, שקלאַפֿערײַ און אַרעסט נאָך אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג.
פּונקט אַזאַ דערפֿאַרונג האָט יוסף — בכּיוון צי אומבאַוווּסטזיניק — פֿאַרשאַפֿן זײַן ברודער, ווען ער האָט אַרײַנגעלייגט אַ זילבערנעם בעכער אין בנימינס זאַק און פֿאַרכאַפּט אים, טענהנדיק, אַז ער האָט עס, כּלומרשט, צוגעגנבֿעט. יהודה האָט ערנסט, מיטן גאַנצן האַרצן, פֿאָרגעלייגט צו ווערן אַ שקלאַף. אין דעם מאָמענט, האָט ער געטראַכט, אַז דער מיצרישער באַאַמטער — זײַן נאָך נישט־דערקענטער ברודער — וועט אים, מעגלעך, טאַקע אַרעסטירן און פֿאַרשקלאַפֿן.
פֿאַרשטייט זיך, קאָן מען נישט, און מע טאָר נישט, געבן אַ מענטש אַזאַ דערפֿאַרונג בגוואַלד. צום בײַשפּיל, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי געהעריק דעם צער פֿון היימלאָזן און פֿאַלש־באַשולדיקטן מענטש, מוז מען אַמאָל איבערלעבן עפּעס אַ געשעעניש, וואָס מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט זײַן לעבן־שטייגער. דאָס מיינט נישט אָבער, חלילה, אַז מע מעג אַרויסוואַרפֿן עמעצן פֿון דער היים און דערצו אַרעסטירן אים צוליב אַן אויסגעטראַכטער סיבה, כּדי יענער זאָל דערפֿילן די ביטערקייט פֿון אַזאַ מצבֿ. דאָס געפֿיל פֿון מיטלייד מוז קומען נאַטירלעך, פֿונעם האַרצן; מע קאָן עס נישט "אַרײַנפֿלאַנצן" אין אַ מענטש מיט גוואַלד־מיטלען.
יהודה אַליין איז נישט אַרעסטירט געוואָרן דורך יוספֿן. פֿונדעסטוועגן, האָט ער פֿרײַוויליק מסכּים געווען צו גיין אין געפֿענקעניש אַנשטאָט זײַן ייִנגערן ברודער. אַוודאי, האָט ער זיך געפֿילט ביטער און עגמת־נפֿשדיק — אַזוי ווי יוסף, ווען די ברידער האָבן אים פֿאַרקויפֿט. דווקא צוליב דעם, האָט ער אָבער פֿאַרשטאַנען יוספֿס געפֿילן און זיך גײַסטיק דערנענטערט צו זײַן ברודער.
ווען יהודה האָט דערפֿילט יוספֿס לייד, האָט ער זיך ממילא אויך דערנענטערט צו דעם אייבערשטן אַליין, ווײַל דאָס ג־טלעכע ליכט אַנטפּלעקט זיך אין דער וועלט, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מקובלים, דער עיקר, דורך דער ברידערלעכער ליבשאַפֿט און אַחדות צווישן מענטשן. דער באַשעפֿער איז דער אַחדותדיקער עצם פֿון אַלץ, וואָס אַנטפּלעקט זיך אין אונדזערע נשמות דורכן סאָציאַלן אַחדות. פּאַראַדאָקסיש, האָט יהודהס שווערע און נעגאַטיווע דערפֿאַרונג מיט יוספֿן געבראַכט אים נענטער צו זײַן ברודער און — ממילא — צו דער ליכטיקער ג־טלעכער אַנטפּלעקונג.