װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
אָסיפּ דימאָוו
אָסיפּ דימאָוו

אינעם קאַנאָן פֿון דער פֿאַרגעסענער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרנעמט אָסיפּ דימאָוו (1878—1959) אַ בכּבֿודיק אָרט. דער עיקר, איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ דראַמאַטורג, אָבער ער האָט אויך געשריבן דערציילונגען, עסייען, אַרטיקלען אויף רוסיש און ייִדיש, געאַרבעט אין קינאָ, געצייכנט קאַריקאַטורן, און אויף דער עלטער איז ער אַפֿילו געוואָרן אַ סקולפּטאָר. זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע "וואָס איך געדענק" איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן זײַן יוגנט אין ביאַליסטאָק און זײַן ליטעראַרישער קאַריערע אין פּעטערבורג.

און דאָך, איז דימאָווס נאָמען כּמעט ווי אין גאַנצן נעלם געוואָרן פֿונעם ייִדישן קולטורעל־היסטאָרישן האָריזאָנט. זײַן נאָמען ווערט אַפֿילו ניט דערמאָנט אין דער נײַער היסטאָרישער שטודיע וועגן ייִדישן ביאַליסטאָק און זײַנע תּפֿוצות אין אַנדערע לענדער. דערפֿאַר איז עס אַזוי ווערטפֿול און וויכטיק צו באַקומען אָט די נײַע אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿון דימאָווס מעמואַריסטישער ירושה, וואָס איז אַרויס אינעם צענטער פֿאַר סלאַווישע שפּראַכן און ליטעראַטורן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער רעדאַקטאָר פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע, פּראָפֿעסאָר וולאַדימיר חזן, האָט דורכגעמאַכט אַ ריזיקע פֿאָרשערישע אַרבעט. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן דימאָווס זכרונות "וואָס איך געדענק" אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿון משה לעמסטער, דעם באַקאַנטן ייִדישן דיכטער פֿון ישׂראל. לכתּחילה זײַנען די דאָזיקע זכרונות פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין המשכים אין "פֿאָרווערטס" אין 1942, און דערנאָך זײַנען זיי אַרויס אין צוויי בענד אין ניו־יאָרק אין 1943—1944. דער צווייטער באַנד איז כּולל דימאָווס קלענערע כּתבֿים, אָנגעשריבן, דער עיקר, פֿאַר פֿאַרשידענע רוסישע פּעריאָדישע פּובליקאַציעס.

אין זײַן הקדמה, וואָס פֿאַרנעמט מער ווי איין הונדערט זײַטן, שילדערט חזן דימאָווס לעבנסוועג פֿון ביאַליסטאָק ביז פּעטערבורג און ווײַטער קיין ניו־יאָרק, וווּ דימאָוו האָט פֿאַרבראַכט די צווייטע העלפֿט פֿון זײַן לעבן. פּראָפֿעסאָר חזן איז איינער פֿון די בעסטע מומחים אין דער רוסישער ליטעראַטור אין עמיגראַציע, דערפֿאַר איז ער, קודם־כּל, פֿאַראינטערעסירט אין דימאָווס שעפֿערישקייט אויף רוסיש.

אָסיפּ דימאָוו איז געקומען קיין פּעטערבורג אין 1897 אינעם עלטער פֿון נײַנצן יאָר, ווי אַ סטודענט פֿונעם וואַלד־אינסטיטוט. קיין ספּעציעלן אינטערעס אין וואַלדצוכט האָט ער ניט געהאַט, אָבער די פּראָצענט־נאָרמע פֿאַר ייִדן איז אינעם דאָזיקן לערן־אַנשטאַלט געווען העכער ווי אין אַנדערע (פֿון אַכט הונדערט ייִדישע קאַנדידאַטן האָט מען גענומען זעקס סטודענטן, דימאָוון בתוכם). דימאָווס אינטערעס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף ליטעראַטור און טעאַטער; און ער האָט זיך אין גיכן קונה־שם געווען מיט זײַנע קריטישע אַרטיקלען אין ליבעראַלע רוסישע צײַטונגען.

שפּעטער האָט דימאָוו באַשריבן די דאָזיקע אַרבעט ווי אַ "קללה", אָבער, אַ דאַנק איר, איז ער געוואָרן אַן "אייגענער" אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון דער רוסישער הויפּטשטאָט. דימאָוו איז געווען אַ שאַרפֿזיניקער און באַגײַסטערטער רעדנער, און מע האָט אים אָפֿט פֿאַרבעטן מיט רעפֿעראַטן וועגן מאָדערנער קונסט. ער האָט אויך געהאַט אַן אַקטיאָרישן טאַלאַנט נאָכצומאַכן באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן און צייכענען קאַריקאַטורן אויף זיי. דער ייִדישער לייענער קאָן קריגן אַן אײַנדרוק פֿון דימאָווס געזעלשאַפֿטלעכער פּערזענלעכקייט פֿון שלום אַשס ראָמאַן "מערי". דימאָוו פֿיגורירט דאָרט אונטער דעם נאָמען "כאָמאָוו". אַש האָט געצייכענט די דאָזיקע עפּיזאָדישע פֿיגור בלויז מיט איין שטריך. מע זעט אים אין אַ רײַכן ליטעראַרישן סאַלאָן, ווי "פֿאַרגלאָצנדיק די אויגן" און "נאָכמאַכנדיק דאָס קוויטשענדיקע קולעכל" פֿון אַן אַנדערן פּערסאָנאַזש.

דימאָווס טעאַטראַלער אָנהייב האָט קיין דערפֿאָלג ניט געהאַט. די אויפֿפֿירונג פֿון זײַן ערשטער פּיעסע "דאָס קול פֿון בלוט" אין פּעטערבורג אין 1903 איז געווען אַ מפּלה. די הצלחה איז געקומען צו אים מיט דער פּיעסע "ניו׃ אַ טראַגעדיע פֿון טאָג-טעגלעכקייט". די רוסישע פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1909 אין מאָסקווע און פּעטערבורג, אָבער מיט אַ יאָר פֿריִער איז די דאָזיקע פּיעסע אויפֿגעפֿירט געוואָרן דורך מאַקס רײַנהאַרדט אין זײַן בערלינער "קאַמערשפּילע"–טעאַטער. דאָס איז געווען אַן "איבערראַשנדיקער דערפֿאָלג".

אַזוי אַרום איז דימאָוו געוואָרן דער סאַמע פּאָפּולערער רוסישער דראַמאַטורג אין דײַטשלאַנד. זײַנע ליטעראַרישע ווערק האָט מען געדרוקט אין די בעסטע דײַטשישע זשורנאַלן, און ער איז געוואָרן גוט באַקאַנט אין דער טעאַטראַלער סבֿיבֿה. אין ווין איז דימאָוו געוואָרן אַ גוטער פֿרײַנד מיט אַרטור שניצלער און שטעפֿאַן צווײַג.

נאָך די פּאָגראָמען נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, און בפֿרט נאָך דעם בלוטיקן ביאַליסטאָקער פּאָגראָם פֿון 1906, האָט זיך דימאָוו געווענדט צו ייִדישע טעמעס. זײַן רוסישע פּיעסע "שמע ישׂראל" אין דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון פּסח קאַפּלאַן איז אין 1909 געשפּילט געוואָרן דורך דער ביאַליסטאָקער העברעיִשער טרופּע "הבימה העבֿרית", וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער יסוד פֿאַר דעם "הבימה"־טעאַטער.

סצעמע פֿון דער פּיעסע "בראָנקס־עקספּרעס", וואָס מען האָט געשפּילט אויף ייִדיש און ענגליש אויף בראָדוויי.<br>
סצעמע פֿון דער פּיעסע "בראָנקס־עקספּרעס", וואָס מען האָט געשפּילט אויף ייִדיש און ענגליש אויף בראָדוויי.
די דעקאָראַציעס — באָריס אַראָנסאָן.">

אָבער ניט געקוקט אויף זײַן דערפֿאָלג אין רוסלאַנד און אייראָפּע, איז דימאָוו ניט געווען באַקאַנט אין אַמעריקע. פֿאַרן אַמעריקאַנער פּובליקום האָט אים "אַנטדעקט" דער באַרימטער ייִדישער אַקטיאָר באָריס טאָמאַשעווסקי, וועלכער האָט באַזוכט רוסלאַנד אין 1913. ווען טאָמאַשעווסקי האָט געזען דימאָווס "דער אייביקער וואַנדערער", האָט ער דערשפּירט אין דער פּיעסע עפּעס אַזוינס, "וואָס איז געווען זייער וויכטיק פֿאַר דימאָוון", שרײַבט חזן. די פּיעסע האָט אויסגעדריקט "דאָס געפֿיל פֿונעם 'אייביקן וועג’, פּאַזע וועלכן עס גייט דאָס ייִדישע פֿאָלק". אָבער אויפֿגענומען די פֿאָרשטעלונג האָט מען אין רוסלאַנד גאַנץ קאַלט.

דימאָוו איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע אין האַרבסט 1913, אין סאַמע שפּיץ פֿון זײַן אייראָפּעיִשן דערפֿאָלג. מסתּמא, האָט ער געהאַט אין זינען צו זײַן דאָרט ניט מער ווי אַ יאָר אָדער צוויי און דערנאָך זיך אומקערן צוריק קיין אייראָפּע, אָבער צוליב דער ערטשער וועלט־מלחמה איז ער פֿאַרבליבן אין אַמעריקע אויף שטענדיק. חזן באַמערקט, אַז "דימאָוו איז געקומען קיין אַמעריקע אין דער סאַמע גינסטיקער צײַט", ווען ניו־יאָרק אַליין האָט פֿאַרמאָגט דרײַצן ייִדישע טעאַטערס.

להיפּוך צו אַנדערע ייִדישע דראַמאַטורגן, וואָס זײַנען געווען באַרימט אין דער "אַלטער היים", אָבער האָבן ניט געקאָנט זיך צופּאַסן צו די אַמעריקאַנער באַדינגונען, איז דימאָוו גלײַך געוואָרן מצליח. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אימפּרעסיאָניזם און לירישקייט אין זײַנע דראַמעס, און האָט באַהערשט אַ נײַעם, דינאַמישן און טעכנישן סטיל, וואָס איז געווען ריטמיש און "מאַשינעריש". די דאָזיקע נײַע סימנים קומען בולט אַרויס אין דימאָווס סאַמע באַקאַנטער אַמעריקאַנער פּיעסע "בראָנקס־עקספּרעס", וואָס מען האָט געשפּילט אויף ייִדיש און ענגליש אויף בראָדוויי. די דעקאָראַציעס צו דעם דאָזיקן ספּעקטאַקל האָט אויסגעפֿירט באָריס אַראָנסאָן, די הויפּט־ראָלע האָט געשפּילט רודאָלף שילדקרויט.

בסך־הכּל האָט דימאָוו אָנגעשריבן עטלעכע צענדליק פּיעסעס אויף ייִדישע און אַלגעמיינע טעמעס, הגם ניט אַלע זײַנען זיי אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין טעאַטער. אין ניו־יאָרק האָט דימאָוו אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש, די שפּראַך, וואָס ער האָט ניט געקענט גוט. די האַנדלונג פֿון זײַן ערשטן ייִדישן בוך, די זאַמלונג דערציילונגען "מיידלעך־מוטערס און שטאָט–משוגעים", קומט פֿאָר נאָך אין דער אַלטער היים, אָבער אַדרעסירט איז דאָס בוך שוין דעם אַמעריקאַנער לייענער. דימאָוו באַרירט דאָ די "הייסע" סאָציאַלע פֿראַגע פֿון פֿרויען־עמאַנציפּאַציע, וואָס איז אַקטועל געוואָרן צו יענער צײַט.

אין ניו־יאָרק האָט ער אַקטיוו מיטגעאַרבעט אין די אַמעריקאַנער ייִדישע און רוסישע צײַטונגען, אַזעלכע ווי "דער טאָג", "פֿאָרווערטס", "דאָס נײַע רוסישע וואָרט". ביזן סוף 1920ער יאָרן האָט ער געשריבן אויך פֿאַר די צײַטונגען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מען האָט אים נאָך גאַהאַלטן פֿאַר אַ "כּשרן" עמיגראַנט. לונאַטשאַרסקי, דער ערשטער און דער סאַמע ליבעראַלער סאָוועטישער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר קולטור, האָט אַפֿילו אַ פּרוּוו געטאָן אײַנרעדן דימאָוון זיך אומצוקערן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין 1926 האָט דימאָוו באַקומען די אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט און אין אַ יאָר אַרום איז ער אַוועק קיין אייראָפּע. מאַקס רײַנהאַרדט האָט אים אײַנגעלאַדן אויפֿצופֿירן "בראָנקס־עקספּרעס" אין בערלין, און דימאָוו האָט בדעה געהאַט צו פֿאַרברענגען אין דײַטשלאַנד אַ לענגערע צײַט; אפֿשר אַפֿילו פֿאַרבלײַבן אויף שטענדיק. אין דײַטשלאַנד האָט ער אַנטדעקט אַ נײַ פֿעלד פֿאַר זײַן שעפֿערישקייט׃ קינאָ. ער האָט אָנגעשריבן אַ פּאָר טוץ סצענאַרן פֿאַר דײַטשישע, אַמעריקאַנער און ייִדישע פֿילמען. דער סאַמע באַקאַנטער ייִדישער פֿילם זײַנער איז "מירעלע אפֿרת" (1939) לויט דער פּיעסע פֿון יעקבֿ גאָרדין.

חזן דערקלערט דימאָווס דערפֿאָלג אין פֿאַרשידענע זשאַנערס, אין פֿאַרשידענע לענדער און אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן דורך זײַן "ברייטערן פּאָטענציאַל פֿון מעגלעכע קינסטלערישע טראַנספֿאָרמאַציעס׃ פֿון אַ פּראָזאַיִקער צו אַ דראַמאַטורג, פֿון אַ זשורנאַליסט צו אַ פּאָעט, פֿון אַ ליריקער צו אַ סאַטיריקער, פֿונעם רוסישן רוחניות צו דעם מערבֿדיקן דינאַמיזם." דערבײַ איז דימאָוו תּמיד פֿאַרבליבן געטרײַ דער ייִדישער טעמע, וואָס איז געווען "צענטראַל אין זײַן פֿילוועלטיקייט".

דימאָוו האָט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע אין 1937 פֿון לאָנדאָן, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט די לעצטע יאָרן פֿון זײַן אייראָפּעיִשן פּעריאָד. נאָך אַ קאָמפּליצירטער אָפּעראַציע אין 1944 האָט ער פֿאַרלוירן דעם זכּרון, אָבער עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו ווערן ווידער רעלאַטיוו געזונט אין אַ פּאָר יאָר אַרום. וועגן זײַן חלאַת האָט ער אָנגעשריבן אַ מעמואַר אויף ענגליש, וואָס בלײַבט עד־היום ניט פֿאַרעפֿנטלעכט. די טעמע פֿון זכּרון איז געוואָרן צענטראַל פֿאַר דימאָווס שפּעטערער שאַפֿונג.

אינעם ניט־פֿאַרענדיקטן כּתבֿ־יד זײַנעם "דער זכּרון און דער געשלעכט" האָט דימאָוו פֿון ס’נײַ באַהאַנדלט די פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען, וואָס זײַנען געווען וויכטיק פֿאַר זײַן שאַפֿונג פֿון דער פֿריִערער תּקופֿה. ווי עס דערמאָנען דימאָווס באַקאַנטע, וועלכע האָבן געהערט ווי ער לייענט פֿראַגמענטן פֿונעם דאָזיקן ווערק אויף ליטעראַרישע אָוונטן אין ניו־יאָרק, האָט דער מחבר געהאַט בדעה צונויפֿצושמעלצן בעלעטריסטיק מיט ליטעראַריש־קריטישע חקירות. אין די סאַמע לעצטע יאָרן פֿון זײַ לעבן איז דימאָוו געוואָרן אַ סקולפּטאָר. צו זײַן אַכציקסטן יובֿל האָט ער אויסגעקלעפּט זײַן אויטאָפּאָרטרעט; ער האָט אויך געמאַכט אַ באַרעליעף־פּאָרטרעט פֿון שלום אַש. געשטאָרבן איז אָסיפּ דימאָוו אין 1959 אינעם עלטער פֿון 81 יאָר.

די רוסישע אויסגאַבע פֿון זײַנע ווערק רעאַליזירט, ביז אַ געוויסער מדרגה, זײַן אייגענעם פּלאַן צונויפֿצוזאַמלען אַלע זײַנע מעמואַריסטישע מאַטעריאַלן אין איין בוך. דער ערשטער באַנד, "וואָס איך געדענק", דעקט די ערשטע יאָרן פֿון דימאָווס לעבן ביז דער רעוואָלוציע 1905. אָנגעשריבן עס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרן ייִדישן עולם אין ניו־יאָרק, איז דאָס אַ ליטעראַרישע מצבֿה כּלפּי דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. צו יענער צײַט איז דימאָוו פֿאַרבליבן אַן אַקטיווער טוער אין דער רוסישער קולטור אין עמיגראַציע, אָבער די דאָזיקע טעמע בלײַבט אָפֿטמאָל מחוץ דעם גערעם פֿון זײַן ייִדישן בוך. די אויסגעצייכנטע פּרטימדיקע הערות, געמאַכט פֿון פּראָפֿעסאָר חזן נאָך אַ לאַנגיאָריקער פֿאָרשערישער אַרבעט, עפֿענען אָט דעם רוסישן קולטורעל־היסטאָרישן קאָנטעקס, וואָס בלײַבט אינעם הינטערגרונט פֿון דימאָווס טעקסט.

צום שלוס פֿון זײַן הקדמה ציט פּראָפֿעסאָר חזן אונטער דעם סך־הכּל פֿון דימאָווס מעמואַריסטישער ירושה׃ "דימאָווס דערציילונגען וועגן דעם, וואָס ער האָט געזען און איבערגעלעבט, זײַנען אַ מין מאָמענטאַלע סקיצעס, פֿליסיקע רעפּליקעס אויף דעם אָדער יענעם תּירוץ." דימאָוו האָט אָנגערופֿן זײַנע מאָטיוון "פּסיכאָלאָגישע שטימונגען"׃ "עס האָט זיך דערמאָנט און פֿאַרוואָלט צו דערציילן". די דאָזיקע ווערטער דימאָווס האָט חזן גענומען פֿאַרן טיטל פֿון זײַן מוסטערהאַפֿטיקער אויסגאַבע.

אָסיפּ דימאָוו איז געווען סײַ אַן אוניקאַלער עדות פֿון זײַן תּקופֿה און סײַ אַן אַקטיווער טוער אין עטלעכע קולטורן. די נײַע אויסגאַבע פֿון זײַנע ווערק וועט העלפֿן צו דערפֿרישן זײַן אָנדענק בײַ די פֿאָרשער פֿון מאָדערנער רוסיש־ייִדישער קולטור. צום באַדויערן, איז דער גורל פֿון דימאָווס רײַכער ירושה ניט קיין גליקלעכער. הײַנטיקע ייִדישע היסטאָריקער און ליטעראַטן האָבן ליב איבערצוחזרן די קלישע וועגן אַ טיפֿן היסאָטירשן זכּרון פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס וואַקסט פֿון דער מיצווה "זכור!". אָבער פֿאַקטיש האָבן די הײַנטיקע ייִדן זייער אַ קורצן היסטאָרישן זכּרון; און דער גורל פֿון אָסיפּ דימאָוו איז אַ בולטער בײַשפּיל דערפֿון.