במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט דער ייִוואָ צונויפֿגענומען, באַאַרבעט און קאַטאַלאָגירט אַ צאָל פֿון זײַנע מוזיקאַלישע זאַמלונגען און געמאַכט זיי צוגענגלעך פֿאַר אינסטיטוציעס און יחידים, וואָס ווענדן זיך וואָך־אײַן וואָך־אויס פֿאַר מאַטעריאַלן, אינפֿאָרמאַציע, פֿאָרשונג אד"גל. עס איז געוואָרן אַ רײַכער אײַנזאַמלונג־פּונקט פֿון מוזיק פֿון קאָמפּאָזיטאָרן און כאָר־דיריגענטן, חזנים, זינגערס, אַקטיאָרן, פֿאָלקלאָריסטן, ווי אויך פֿון אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס. כּסדרדיקע ווענדונגען פֿון אייראָפּע, ווי אויך פֿון די שטאַטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מאַכן דעם מוזיק־אַרכיוו אַ לעבעדיקן טייל פֿון דעם ריזיקן ייִוואָ־אַרכיוו.
עס איז ווינטשונגסווערט צו געבן אַן אַרײַנבליק אין די אוצרות און דעם פֿאַרנעם פֿון אַרכיוו, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך גרעסערע און קלענערע זאַמלונגען; אַ מאָל היסטאָרישע, געשאָנקענע פֿון יחידים און אינסטיטוציעס.
אין דער ערשטער ריי געפֿינט זיך די זאַמלונג פֿון בערך טויזנט פֿאָלקסלידער־טעקסטן, מיט300 נאָטן וואָס די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ווילנער ייִוואָ האָט געזאַמלט אין די יאָרן פֿון1925 ביז 1940. זינט זײַן גרינדונג האָט דער ייִוואָ אַנטוויקלט אַ נעץ פֿון הונדערטער זאַמלערס און קרײַזן, דער עיקר פֿון פּוילן. די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן אינסטרוקציעס ווי און וואָס צו זאַמלען, האָט רעגיסטרירט די הונדערטער שיקונגען, האָט קאָרעספּאָנדירט מיט די זאַמלערס און אָפּגעדרוקט טיילן פֿון דער זאַמלונג.
בעת דער מלחמה איז די זעלטענע זאַמלונג געוואָרן קאָנפֿיסקירט פֿון די דײַטשן און פֿאַרשלעפּט קיין דײַטשלאַנד, און אַ דאַנק דער מיטהילף פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג און די באַמיִונגען פֿון געציילטע יחידים האָט דער ייִוואָ צוריק באַקומען אַ טייל פֿון זײַן פֿאַרמעגן אין; 1947 אַ פֿופֿציק יאָר שפּעטער האָט דער ייִוואָ באַקומען די דערלויבעניש צו קאָפּירן צוגאָב־געפֿונענע מאַטעריאַלן. די זאַמלונג באַשטייט פֿון אַלע מינים באַקאַנטע און ניט־באַקאַנטע פֿאָלקסלידער, ווי: וויגלידער, קינדערלידער, ליבעלידער, אַרבעטער־לידער, רעקרוטן־לידער, באַלאַדעס, פּאַראָדיעס אד״גל, קאָפּירט אויף האַנט־געשריבענע שטיקלעך פּאַפּיר. אַ פֿולער אינדעקס פֿון די לידער איז בײַגעלייגט אין דעם קאַטאַלאָג. עס געפֿינט זיך אויך אינעם דאָזיקן אַרכיוו פֿון דער עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע אַ לידער־זאַמלונג פֿון ד"ר מאַקס גרונוואַלד, איינער פֿון די גרינדערס און רעדאַקטאָרן פֿון פֿאָלקלאָר־שטודיעס, לידער פֿונעם מינסקער אַרכיוו, מיט מאַטעריאַלן אויך פֿון די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿטן פֿון פּעטערבורג און ווילנע, דער לעצטער אויף ש. אַנ־סקיס נאָמען. צווישן די פּאַפּירן פֿון דער פּעטערבורגער געזעלשאַפֿט געפֿינען זיך אַגבֿ פּראָטאָקאָלן וועגן דער אַנ־סקי־עקספּעדיציע פֿון 1912—1914. דער אַרכיוו איז אַ פֿאַרבליבענער אוצר פֿונעם ווילנער ייִוואָ און וואַרט מע זאָל עס אַמאָל באַאַרבעטן און אַרויסגעבן. אַ קליינער טייל דערפֿון איז געדרוקט געוואָרן אין 1938.
אַ צווייטע באַטײַטיקע זאַמלונג פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער איז די זאַמלונג פֿון אַ. ליטווין. אין איר געפֿינען זיך בײַ 300 לידער אין כּתבֿ־יד און געדרוקט. דאָס זײַנען לידער וואָס אַ. ליטווין (ש. הורוויץ), שרײַבער, זשורנאַליסט, פֿאָלקלאָריסט, האָט געזאַמלט בעת זײַנע רײַזעס אין מיזרח־אייראָפּע און פֿאַר דער פֿילאַדעלפֿיער צײַטונג "די צײַט". עס איז אַ רײַכער אַרכיוו פֿון פֿאַרשיידנמיניקע און זעלטענע לידער. אויך די זאַמלונג וואָלט מען באַדאַרפֿט אַמאָל באַאַרבעטן און אַרויסגעבן.
אין דער זאַמלונג פֿון בויגן־מוזיק געפֿינען זיך אַן ערך דרײַ טויזנט איינסן פֿון געדרוקטע טעאַטער־ און פּאָפּולערע לידער, דער עיקר פֿון אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט שלאַגערס פֿון די פֿיר גרויסע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ייִדישן טעאַטער: יוסף רומשינסקי, שלום סעקונדאַ, אַלעקסאַנדער אָלשאַנעצקי און אייב עלשטיין, ווי למשל: "שיין ווי די לבֿנה" (רומשינסקי), "בײַ מיר ביסטו שיין" (סעקונדאַ), "בעלץ" (אָלשאַנעצקי), "ייִדל מיטן פֿידל" (עלשטיין). עס נעמט אויך אַרײַן די ווערק פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿריִערדיקער תּקופֿה פֿון ייִדישן טעאַטער ווי אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, לויִס פֿרידזעל, פּערלמוטער און וואָהל, י. ברוידי, אַ. העלמאַן, ש. שמולעוויטש, צו ליריקס פֿון באָריס טאָמאַשעפֿסקי, אַנשל שאָר, לויִס גילראָד, איזידאָר ליליען א״אַנד.
נאָך אַן ערך 800 בויגן־מוזיק־קאָמפּאָזיציעס געפֿינען זיך אין דער זאַמלונג פֿון קאָמפּאָזיטאָרן און קאָמפּילאַטאָרן, אַרײַנגערעכנט די קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פּעטערבורגער מוזיק־געזעלשאַפֿט, געגרינדעט אין, 1908 ווי משה מילנער, יוסף אַחרון, מיכאַל גנעסין, לאַזאַר סאַמינסקי, אויך פֿון יואַל ענגעל פֿון מאָסקווע א"אַנד. די זאַמלונג האָט איבערגעלאָזט מענדל עלקין, געוועזענער ביבליאָטעקאַר פֿון ייִוואָ, וואָס איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער געזעלשאַפֿט. עס באַשטייט פֿון קאָמפּאָזיציעס וואָס די מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט האָבן געזאַמלט, אַראַנזשירט, אַרויסגעגעבן און געשפּילט אויף קאָנצערטן, ווי אויך קאָמפּאָנירט, אַרײַננעמענדיק אויך אינסטרומענטאַלע מוזיק, וואָס טיילן דערפֿון האָט מען געהערט אויף די לעצט־אײַנגעפֿירטע ייִוואָ־יוגנט־קאָנצערטן. געוויסע ווערק ווי מילנערס "אין חדר", אַחרונס "העברעיִשע מעלאָדיע" א״אַנד קען מען נאָך הערן און הנאה האָבן פֿון זיי הײַנט צו טאָג. צווישן די קאָמפּילאַציעס געפֿינען זיך זעלטענע זאַמלונגען פֿון לאָדזש, ווילנע און וואַרשע.
אַ היפּשע זאַמלונג פֿון אַ טויזנט כּתבֿ־ידן און דרוקן שטעלט מיט זיך פֿאָר די זאַמלונג פֿון ייִדישן מוזיק־פֿאַרבאַנד Jewish) (Music Alliance. אין איר געפֿינען זיך אַ סך סאָלאָ און כאָראַלע קאָמפּאָזיציעס, איבער 50 פֿון יעקבֿ שייפֿער אַליין, פֿון משה ראַוך, מאַקס העלפֿמאַן א"אַנד. צענדליקער באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע קאָמפּאָזיטאָרן זײַנען פֿאַרטראָטן, מיט הונדערטער אין ערגעץ ניט געדרוקטע שאַפֿונגען. עס איז צו באַוווּנדערן די גרויסע שפֿע פֿון קאָמפּאָזיציעס וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין אַמעריקע; די זאַמלונג נעמט אַרײַן אַ סך מוזיק צו ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
דער אַרכיוו פֿאַרמאָגט מוזיק — אין כּתבֿ־יד — צו אַן ערך איין און אַ האַלב טויזנט פּיעסעס און אָפּערעטעס מיט אַ צענדליק נומערן אין יעדער. זיי געפֿינען זיך אין די זאַמלונגען פֿון דעם מוזיי־אַרכיוו פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקי־טעאַטער פֿון ווילנע, און פֿון דער שלום פּערלמוטער (ניו־יאָרק) און דוד הירש (שיקאַגאָ)־אַרכיוון. לעצטנס איז צוגעקומען די מוזיק פֿון הונדערטער אָפּערעטעס און מוזיק־שפּילן פֿון דעם ייִדישן אַרטיסטן־פֿאַראיין Hebrew Actors) (Union. די מוזיק פֿון פּערלמוטער און וואָהל וואָס איז ספּעציעל מעלאָדיש און אויפֿגעלעבט, האָט מען אויפֿגעפֿירט אין דער שפּיל "דאָס גאָלדענע לאַנד" פֿון זלמן מלאָטעק און משה ראָזענפֿעלד מיט יאָרן צוריק, און אַ טייל פֿונעם שלום־פּערלמוטער־אַרכיוו איז אויסגעניצט געוואָרן פֿון מײַקל טילסאָן־טאָמאַס פֿאַר זײַן שפּיל וועגן די טאָמאַשעפֿסקיס.
אַחוץ די דערמאָנטע קאָלעקציעס זײַנען פֿאַראַן קאָלעקציעס פֿון קונסט־, פּאָפּולערער און ליטורגישער מוזיק אין די באַזונדערע אַרכיוון פֿון קאָמפּאָזיטאָרן און כאָר־דיריגענטן. די אַרכיוון פֿון לאַזאַר וויינער, לעאָ ליאָוו, וולאַדימיר חפֿץ, שמואל בוגאַטש, חזן אַבֿרהם מ. בערנשטיין, חזן דוד נאָוואַקאָווסקי, שלמה שמולעוויטש, מרדכי געבירטיג א״אַנד פֿאַרמאָגן אייגענע שאַפֿונגען, ווי אויך אַנדערע זעלטענע שאַפֿונגען וואָס זײַנען אַ וויכטיקער טייל פֿונעם אַרכיוו. עס איז אויך פֿאַראַן אַ ספּעציעלע זאַמלונג פֿון געדרוקטער כאָראַלער מוזיק. דער וויין־אוניווערסיטיט און דער ייִוואָ האָבן אַרויסגעגעבן, אונטער דער רעדאַקציע פֿון חנה מלאָטעק און מאַרק סלאָבין, אַ זאַמלונג פֿון בערך 160 לידער געזאַמלט פֿון רות רובין. עס האָט באַקומען אַן (Honorable Mention) פֿון דער מאָדערנער ביבליאָטעק־אַסאָציאַציע. עס וואַרטן צו ווערן פּראָצעסירט די זאַמלונגען פֿון רות רובין (די גאַנצע זאַמלונג פֿון איבער 2,000 לידער), וואָלף יונין, מאַשאַ בעניאָ־מץ, יהודה מאַלעק, מינאַ בערן, דער אַרבעטער־רינג־כאָר און די כּמעט 80 אַנדערע אַלגעמיינע זאַמלונגען, וועלכע פֿאַרמאָגן אויך מוזיק (ווי הערמאַן יאַבלאָקאָוו א"אַנד); עס וואַרטן צו ווערן באַאַרבעט אויך די גרויסע צאָל קעסטלעך מיט צוגאָב־מוזיק.
* * *
צוויי וואָלונטערן האָבן באַאַרבעט אַ פּאָר זאַמלונגען: הינדע דזשייקאָבס האָט געמאַכט אַ רשימה פֿון דעם זינגער סידאָר בעלאַרסקיס זאַמלונג און נינאַ ראָגאָף האָט פּראָצעסירט די זאַמלונגען פֿון די אַקטיאָרן און זינגערס גוסטאַוו בערגער און פֿאַניע רובינאַ, און דוד און לאה פּאָסט־קערי.
אין ייִוואָ געפֿינט זיך באַזונדער דער קלאַנג־אַרכיוו פֿון טויזנטער פּלאַטעס מיט וועלכן עס פֿירן אָן די מוזיקערס לאָרען סקלאַמבערג און מעט וועב.
צום סוף דאַרף מען דערמאָנען די צענדליקער געדרוקטע זאַמלונגען און ווערק וועגן ייִדישער מוזיק וואָס געפֿינען זיך אין אַרכיוו, מיט וועלכע די אַרכיוויסטקע באַנוגנט זיך. מיט דעם אַרכיוו פֿירט אָן זינט 1984 חנה מלאָטעק, וואָס האָט באַאַרבעט דאָס רובֿ פֿון די דערמאָנטע זאַמלונגען.