‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז פֿון פֿראַנקרײַך ווידער אַרויס די פֿאַראורטיילונג פֿון גענאָציד, 1915—1923, ווען אין טערקײַ זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער. דעם פֿאַקט אַליין פֿון גענאָציד האָט פֿראַנקרײַך אָנערקענט נאָך מיט יאָרן צוריק, אין 2001; דאָס מאָל האָט די אונטערשטע קאַמער פֿונעם פֿראַנצויזישן פּאַרלאַמענט אָפּגעשטימט פֿאַר אָננעמען אַ ספּעציעל געזעץ, וואָס וואָלט דערמעגלעכט צו באַשטראָפֿן די יעניקע, וועלכע לייקענען אָפּ דעם פֿאַקט אַליין פֿון אַרמענישן גענאָציד מצד די טערקן.

די אַרמענישע דיאַספּאָרע אין פֿראַנקרײַך איז אפֿשר די גרעסטע און שטאַרקסטע אין אייראָפּע, בערך 500 טויזנט נפֿשות; פֿאַרשטייט זיך, אַז זייערע שטימען וואָלטן זייער צוניץ געקומען דעם איצטיקן פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי און זײַן רעכט־צענטריסטישער פּאַרטיי "פֿאַרבאַנד פֿאַר פֿאָלקס־באַוועגונג", בעת די פּרעזידענט־ און פּאַרלאַמענט־וואַלן אין יאָר 2012.

פֿאַרשטייט זיך, אַז טערקײַ, וואָס האָט ביז אַהער נישט אָנגענומען די גענאָציד־דעפֿיניציע פֿון דעם פֿינצטערן פֿלעק אויף איר געשיכטע, רעאַגירט זייער עמאָציאָנעל אויף אַזעלכע טריט; אַזוי ווײַט, אַז טערקײַ האָט אָפּגעשטעלט אַלע אירע מיליטערישע, פּאָליטישע און האַנדל־פֿאַרבינדונגען מיט פֿראַנקרײַך און האָט אָפּגערופֿן איר אַמבאַסאַדאָר פֿון פּאַריז.

פֿאַר וואָס פֿראַנקרײַך איז אַזוי ווײַט אַוועק אינעם טערקיש־אַרמענישן סיכסוך איז קלאָר; אמת, דאָס דאָזיקע געזעץ דאַרף נאָך באַטראַכטן און באַשטימען דער פֿראַצויזישער סענאַט. אָבער באַלד נאָך פֿראַנקרײַך האָט אויך ישׂראל אַרויפֿגעשטעלט אויפֿן סדר־היום צו באַהאַנדלען די פֿראַגע פֿון אָנערקענען די מאַסן־מערדערײַ פֿון די אַרמענער אין דער אָסמאַנישער אימפּעריע, ווי אַ פֿאַקט פֿון גענאָציד.

ס’איז שוין נישט צום ערשטן מאָל, וואָס די "אַרמענישע טעמע" ווערט אויפֿגעהויבן אין דער ישׂראלדיקער כּנסת. דאָס לעצטע מאָל איז עס געשען אָנהייב יאָר 2011. דעמאָלט האָט דער באַוווּסטער פֿראַנצויזישער זינגער שאַרל אַזנאַוווּר, אַן עטנישער אַרמענער, בעת ס’איז אים צוגעטיילט געוואָרן דער פּריז פֿונעם ירושלימער אוניווערסיטעט, זיך געוואָנדן צו דער כּנסת זי זאָל אָפֿיציעל אָנערקענען דעם מאַסן־מאָרד איבער די אַרמענער.

די ישׂראל־רעגירונג, וואָס האָט ביז נישט לאַנג צוריק אָנגעהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט טערקײַ, האָט זיך געדרייט, נעבעך, ווי אויף אַ ספּאָדיק — חלילה, נישט וואַרפֿן קיין שאָטן אויף איר חבֿרשאַפֿט מיטן קרעפֿטיקן מוסולמענישן שכן; אָבער ווי זאָגט מען, אַז עס קומט אַרויס פֿון אַ קאַץ, מאַכט עס "מיאַו". די איצטיקע טערקישע רעגירונג בראָש מיט אַרדאָגאַן, ריטשעט ממש, ווען זי הערט דאָס וואָרט "ישׂראל".

באַקומט זיך, אַז מע קען שוין עפֿענען די אויגן אויף טערקײַס בלוטיקע מעשׂים, און אַ קוק טאָן אויף דעם בלוטיקן געשיכטע־קאַפּיטל נישט מיט די אויגן פֿון פּאָליטישער קאָניוקטור, נאָר מיט אַן אַלמענטשלעכן מאָראַליש־אויסגעהאַלטענעם בליק. בפֿרט ווי אַ פֿאָלק, וואָס האָט אַליין געליטן פֿון דער גרעסטער מאַסן־מערדערײַ.

אויף דער זיצונג פֿון דער כּנסת־קאָמיסיע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט פֿראַגן פֿון בילדונג און קולטור, וואָס איז פֿאַרגעקומען דעם 26סטן דעצעמבער, האָט זאבֿ עלקין (ליכּוד) געזאָגט: "ישׂראל האָט נישט קיין מאָראַלישע רעכט צו בלײַבן דאָס לעצטע לאַנד אין דער ציוויליזירטער וועלט, וואָס האָט אָנערקענט דעם אַרמענישן גענאָציד... דערלויבט מיר צו ברענגען דאָ אַ ציטאַט, געזאָגט פֿון אַדאָלף היטלערן — איינער פֿון די בלוטיקסטע דיקטאַטאָרן אין דער מענטשלעכער געשיכטע, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן גענאָציד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — ׳ס’איז גאָר נישט וויכטיק, וואָס עס וועלן וועגן מיר טראַכטן די פֿאָרשטייער פֿון דער שוואַכער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע... סוף־כּל־סוף, ווער דערמאָנט הײַנט וועגן דעם אומברענג פֿון די אַרמענער?׳ — ס’איז גענוג נאָר זיך אַרײַנצוטראַכטן אין אָט די ווערטער, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז ס’איז אונדזער חובֿ צו אָנערקענען דעם גענאָציד פֿונעם אַרמענישן פֿאָלק..."

לאָמיר דאָ נאָר צוגעבן, אַז דעם פֿאַקט פֿון אַרמענישן גענאָציד האָבן שוין אָנערקענט, חוץ פֿראַנקרײַך: קאַנאַדע, רוסלאַנד, לבֿנון, אורוגווײַ, ציפּרעס, אַרגענטינע, גריכנלאַנד, בעלגיע, שוועדן, סלאָוואַקײַ, וואַטיקאַן, דײַטשלאַנד, ליטע, פּוילן און אַ צאָל אַמעריקאַנער שטאַטן...