געשיכטע
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מע פּראַוועט חנוכּה אינעם "די־פּי"־לאַגער  פֿויערשטענפֿעלדברוק, דײַטשלאַנד 1945
מע פּראַוועט חנוכּה אינעם "די־פּי"־לאַגער פֿויערשטענפֿעלדברוק, דײַטשלאַנד 1945
Courtesy of Yad Vashem

אַ שאַרפֿער זאָג: "צו להכעיס גאָט", אָבער אַזוי האָבן זיך די ייִדן אויסגעדריקט נאָך דער מלחמה אין די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. "צו להכעיס גאָט" וועלן מיר אויפֿשטיין תּחית־המתים, און צו להכעיס דער גאַנצער וועלט זײַנען מיר דאָ. און נישט נאָר דאָ, נאָר מיר זײַנען דאָ מיט פֿרישן לעבן, מיט פֿרישע כּוחות צו בויען, אויפֿצושטעלן משפּחות, ברענגען נײַע דורות ייִדן אויף דער וועלט, אײַנפֿונדעווען אַ שעפֿעריש און קולטורעל לעבן, מיט צײַטונגען און ביכער־פֿאַרלאַגן, מיט קאָנצערטן, לעקציעס און רעפֿעראַטן, מיט נײַע אידעאַלן; צו להכעיס גאָט.

וואָס איז מיר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן צו שרײַבן וועגן די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, וווּ די ייִדישע פּליטים, געראַטעוועטע פֿון די געטאָס און גאַזקאַמערן, פֿון די באַהעלטענישן און סטאַלינס שקלאַפֿן־לאַגערן? איז אַזוי די מעשׂה. ערשטנס, דאָס וואָס אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן פֿון דער שארית־הפּליטה זײַנען אָפּגעזעסן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע אין דײַטשלאַנד פֿון 1946 ביז אַן ערך 1950 אין צענדליקער לאַגערן. איז ווען עס איז געקומען צום רעכטן גערעכטן, האָט מען געמאַכט אַ שווײַג. נישט נאָר האָט מען נישט אָנערקענט דעם גרויסן אויפֿטו פֿון די פּליטים, די געראַטעוועטע, וואָס האָבן אַפֿילו אַרויסגעגעבן דעם תּלמוד מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי (איינער פֿון די עקזעמפּלאַרן געפֿינט זיך טאַקע אין ייִוואָ). ווי קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַז די זעלבע רעשטלעך פֿון אַן אומגעבראַכט פֿאָלק זאָלן זײַן בכּוח צו פּובליקירן אַ צעבליטע פּרעסע פֿון אַ טוץ ייִדישע צײַטונגען, ביכער, יזכּור־ביכער, ווי מ׳וואָלט ממש אַרײַנגעאָטעמט אין דעם רעשטל ייִדן אַ נײַע נשמה, אַ נשמה־יתירה. קיינער האָט אַפֿילו נישט געגעבן קיין פּיפּס וועגן דעם גרויסן אויפֿטו פֿון אַן אייביק פֿאָלק.

ערשטנס, איז עטאַבלירט געוואָרן אין 1948 מדינת־ישׂראל, האָט מען דאָך נישט געקענט טאַנצן אויף ביידע חתונות מיט איין אונטערנעמונג. דער פֿאַקט וואָס די ייִדן אין די־פּי־לאַגערן האָבן זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר אַ ייִדישער מדינה, דער פֿאַקט וואָס די יונגע די־פּיניקעס האָבן זיך גלײַך געלאָזט אויף אומלעגאַלער עליה אויסצוקעמפֿן אַן אייגן לאַנד. דערפֿאַר וואָס אונדזער אומגליק איז געווען אַזוי גרויס און אונדזער גליק אַזוי מעכטיק, האָט מען גאָר פֿאַרזען די גרויסע אויפֿטוען פֿון די ייִדן אין די די־פּי־לאַגערן.

און לאָמיר זיך נישט נאַרן. די זעקס מיליאָן קדושים האָבן מיטגעהאָלפֿן אויפֿצושטעלן אונדזער מדינה, געהאָלפֿן איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל צו צעטרייסלען אויף אַ נאָווינע דאָס געוויסן פֿון דער וועלט. אפֿשר נישט די גאַנצע וועלט וואָס ליגט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג אײַנגעטונקען אין פֿינצטערן אַנטיסעמיטיזם, האָבן סײַ די טויטע און סײַ די לעבעדיקע אין די די־פּי־לאַגערן אויפֿגערודערט די וועלט.

זעט אויס אַז מען דאַרף יעדן פֿרישן דור אויפֿמונטערן פֿון אַ לעטאַרגישן שלאָף וואָס מען רופֿט עס עם־הארצות, אומוויסנקייט, וואָס פֿאַרטושט זיך די מוחות מיט די "אײַ־פֿאָונס" און "אײַ־פּאַדס", די "פֿייס־בוקס", מיט דעם גאַנצן קלאַפּער-געצײַג פֿון מעכאַנישע מאַכערײַקעס, וואָס פֿאַרדולטשען און פֿאַרטושען, אַנשטאָט זיך צו דערוויסן ווער זיי זײַנען און פֿון וואַנען און פֿון וועמען זיי שטאַמען, און מיט וואָס טוען מיר זיך אונטערשיידן פֿון די אומות־העולם, און פֿאַר וואָס פֿאַרמאָגן מיר אַזוי פֿיל "נאָבעל־לאַורעאַטן", און מיט וואָס גייען מיר צום ייִדישן טיש, ווען אונדזער ייִדישער טיש איז צום באַדויערן געוואָרן ליידיק אין דער אַמעריקע.

פֿרעגט זיך די פֿראַגע. דאַרפֿן מיר טאַקע זײַן אַרומגערינגלט מיט רדיפֿות און פּאָגראָמען, מיט אַנטיסעמיטישע אויסבראָכן און חורבנות אויף צו דערפֿילן דאָס פּינטעלע ייִד? ווײַל ווי עס זעט אויס, לעבן מיר דערווײַל, אויף דערווײַל, אין לוקסוס און אין שוווילטאָג. לאָמיר נעמען ניו־יאָרק גופֿא, למשל, וואָס מיט מער ווי יאָרהונדערטער צוריק האָבן מיר דאָ געציילט איבער פֿינף מיליאָן ייִדיש פֿאָלק, און אין די לעצטע יאָרן ציילן מיר ווייניקער אַנשטאָט מער. צו להכעיס גאָט וואָלטן מיר דאָך באַדאַרפֿט מערן זיך כּפֿל־כּפֿלים.

איז גיט אַ קוק. אין די פֿינף יאָר פֿון די די־פּי־לאַגערן וואָס האָבן עקזיסטירט, האָבן מיר אויפֿגעטאָן אַ וועלט. אונדזער געבורט־סטאַטוס איז געוואַקסן ווי אויף הייוון. אונדזערע אונטערנעמונגען, סײַ סוחרישע און סײַ קולטורעלע, סײַ אידעאָלאָגישע און סײַ אַהבֿת־ישׂראלדיקע. מיר האָבן זיך אָרגאַניזירט אין אַן אייניק פֿאָלק, מיט מאַמע־לשון וואָס האָט אונדז פֿאַראייניקט.

ערשט ר׳ ישׂראל האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר כּל־ישׂראל. מען האָט אויף דער בלוטיקער ערד אויפֿגעשטעלט חדרים פֿאַר קינדער, געפּראַוועט יום־טובֿים און שבתים, אויסגעגעבן יונגע יתומים, ווען אַלע האָבן זיך צוגעשטעלט צו זײַן מחותּנים. אמת, די אָרעמקייט האָט אויך געפּראַוועט יום־טובֿ, האָט מען זיך אַן עצה געגעבן. אַז מ׳האָט געדאַרפֿט אויסגעבן אַ כּלה און נישט געהאַט אויף קיין חתונה־קליידל, האָבן מיידלעך זיך גענייט פֿון גאַזע ווײַסע בלוזקעלעך, און זיך פֿאָטאָגראַפֿירט זיצנדיק בלויז אויף דעם אייבערשטן חלק, מיט אַ בוקעט בלומען און גירלאַנדעס אין די האָר.

מיר קינדער האָבן מיט אַ מאָל דערזען ייִדישע פֿילמען וואָס דער "דזשוינט" האָט אונדז צוגעשטעלט. עס זײַנען אויפֿגעקומען ייִדישע ביבליאָטעקן, און אַ וואַנטצײַטונג מיט די לעצטע וועלטנײַעסן. עס זײַנען געקומען אַרטיסטן אויף אַ טורניי און געשפּילט ייִִדיש טעאַטער, מוזיקאַלישע אויפֿטריטן.

פֿון פּאַלעסטינע האָבן זיך באַוויזן פּאָליטיקער וואָס האָבן אַגיטירט אָנצושליסן זיך אין אומלעגאַלער עליה. פֿון אַמעריקע איז געקומען עלינאָר רוזוועלט צו טרייסטן די געראַטעוועטע. די אַמעריקאַנער מיליטערישע פּאָליציי האָט כּסדר באַזוכט און באַשיצט, געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך אַז אַלץ זאָל קלאַפּן. פֿאַר די קינדער האָבן זיי אויסגעטיילט שאָקאָלאַד.

פֿאַראַן געווען ייִדן וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד צו געניסן פֿון דער אַלגעמיינער דערציִונג און געוואָרן דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן. געווען אויך צווישן זיי ייִדן וואָס האָבן געהאַנדלט מיט לינקע געשעפֿטן און רײַך געוואָרן.

איך האָב זיך, אַגבֿ, דערוווּסט, אַז אַ טייל פֿון יענע לינקע סוחרימלעך האָבן טאַקע אָפּגעקויפֿט די אויסגעליידיקטע באָדנס פֿון די ייִדישע די־פּי־לאַגערן, און דאָרט שפּעטער אויפֿגעשטעלט קאָנדאָמיניומס... מיט איין וואָרט, מיר האָבן זיך געשטעלט אויף די פֿיס און נישט נאָר פֿאַרטיידיקט מדינת־ישׂראל די ערשטע טעג פֿון דער פּראָקלאַמאַציע, ווען מ׳האָט אײַנגעטיילט פּאַלעסטינע אין צוויי מדינות, נעמלעך מדינת־ישׂראל און פּאַלעסטינע, ווען צו אונדזער צער האָבן די אַראַבער מאָמענטאַל אַטאַקירט דאָס אויסגעוואָרצלטע פֿאָלק און גענומען אויסראָטן דאָס רעשטל געראַטעוועטע ייִדן.

ווער איז אונדז געקומען צו הילף? קיינער נישט אַחוץ דעם ניצול־געוואָרענעם פֿאָלק פֿון די גאַזקאַמערן און באַהעלטענישן. מיר וועלן עס מסתּמא צושרײַבן צו יענע נסים־ונפֿלאָות עלעהיי יציאת־מצרים, ווען גאָט איז געווען מיט אונדז און אונדז פּראָוואָזשאַיעט (באַגלייט) צום לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות, איז לאָמיר זיך נישט נאַרן. די צײַט פֿון נסים איז שוין לאַנג פֿאַרבײַ. די נסים האָבן זיך אויסגעוועפּט ווען די רוימער האָבן אָפּגעווישט דעם צווייטן בית־המיקדש אין ירושלים, ווען גאָט איז אונדז נישט בײַגעשטאַנען אין צײַט פֿון די קרייצצוגן און מגפֿות, אין צײַט פֿון די רדיפֿות און פּאָגראָמען, אין צײַט פֿונעם חורבן.

אָבער מיר ייִדן זײַנען אַ האַרטנעקיק פֿאָלק. צו להכעיס גאָט וועלן מיר יאָ אויפֿשטיין תּחית־המתים און ווידער אַ מאָל נעמען זײַן דער עם־הספֿר, ווידער אַ מאָל אָבנאָוויען (באַנײַען) אונדזערע פֿעיִקייטן צו לעבן און בלײַבן ייִדן.

וויינען מיר ווען ס׳איז אונדז שלעכט, און מיר וויינען ווען ס׳איז אונדז גוט. כּל־זמן דאָס לעבן האָט זיך געלייגט שווער אויף אונדזערע פּלייצעס ווי אַ פֿאָלק, האָבן מיר געקעמפֿט מיט אַלע כּוחות צו פֿאַרבלײַבן אַ פֿאָלק. כּל־זמן דאָס לעבן דאָ אין לאַנד לייגט זיך ווי אַ קעצעלע אויף אונדזער שויס, פֿאַרגעסן מיר ווער מיר זײַנען, פֿון וואַנען און פֿון וועמען מיר שטאַמען, מיט וואָסער לשון האָט זיך אונדזער צונג געצאַצקעט, געזונגען, געפּילדערט און געפּלוידערט, אַוועלכע פּען האָט אונדז באַזונגען, גערימט און געלויבט. עס זעט אויס אַז מיר קענען בלײַבן אַ געניט און געלאַסן פֿאָלק נאָר אין צײַטן פֿון רדיפֿות, און אַפֿילו די רדיפֿות שטילן זיך אײַן אויף אַ ווײַל, ווערן מיר אָן דאָס גלײַכגעוויכט ווי אַ פֿאָלק און נעמען זיך אויסמישן מיט די פֿעלקער אַרום זיך.

דאָס פֿײַערן די רחבֿותדיקע בר־ און בת־מיצוות, די גראַנדיעזע חתונות, די לוקסוריעזע בריתן, דאָס אַלץ קען מען נישט צושרײַבן צום אויסשטעכן יענעם די אויגן און נישט צום "צו להכעיס גאָט". דאָס שעם איך זיך אָנצורופֿן אַ ייִדישע שׂימחה ווײַל ס׳איז נישט מער ווי אַ ייִדישער פֿלעק אין דער משפּחה, אַ בושה סײַ פֿאַר גאָט און סײַ פֿאַר לײַט.

איז לאָמיך זען, וויפֿל האָבן מיר אַדורכגעמאַכט אין אונדזער גאַנג צווישן די פֿעלקער. זעט אויס אַז דער זכּרון דינט נישט אונדזערע הײַנטיקע ייִדן, סײַ פֿרומע און סײַ פֿרײַע. מען מוז אָבער אויסקלײַבן די העלדישקייט וואָס אונדזערע ייִדן האָבן באַוויזן, דער עיקר די ייִדן אין די די־פּי־לאַגערן, וואָס האָבן באַוויזן וווּנדער ווי אַ פֿאָלק.

אײַ דאָס וואָס דער חורבן און מדינת־ישׂראל האָט דאָס אַלץ פֿאַרווישט, ווי ס׳וואָלט בכלל נישט עקזיסטירט, איז איינער פֿון די גרעסטע פֿעלערן וואָס אונדזער פֿאָלק איז באַגאַנגען און באַגייט ביזן הײַנטיקן טאָג.