אַ קראָם פֿון שפּילעכלעך און מתּנות צום "נאָווי גאָד" אין חיפֿה |
איין מאָל אין אַ פּורים — אויף יום־כּיפּור, גיי איך אין שיל אַרײַן.
ניט אויף דער נאַכט, צו כּל־נדרי, נאָר אין דער פֿרי, ווען מע זאָגט יזכּור. אויך אין דעם טאָג פֿאַסט איך. די עטלעכע שעה, וועלכע כ׳פֿאַרברענג צווישן די דאַוונענדיקע ייִדן, מיינען אַוודאי נישט, אַז כ׳שלאָג זיך על־חטא פֿאַר מײַנע באַגאַנגענע זינד. כ׳בין נישט קיין גרויסער פֿרומאַק און ניט קיין קליינער אַפּיקורס. וואָס זשע דען? — דאָס זאָגן יזכּור נאָך די עלטערן און קרובֿים און דאָס פֿאַסטן איז פֿאַר מיר שוין געוואָרן אַ טראַדיציע. אַ סך ישׂראלים שטעלן ניט פֿלייש און מילכיקס אויף איין טיש, עסן ניט קיין חזיר, רירן זיך ניט צום ברויט אום פּסח; ניט דערפֿאַר וואָס זיי זענען גלויביקע מענטשן — ס׳איז שוין אַזאַ טראַדיציע! ניט ווייניק פֿון די רעליגיעזע מינהגים זײַנען געוואָרן וועלטלעכע טראַדיציעס.
אַ נײַע טראַדיציע האָבן אײַנגעפֿירט די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — זיי יום־טובֿן ראָש־השנה כּמעט אַזוי, ווי מע האָט אַ מאָל, באַגעגנט דעם נײַיאָר, — דעם "נאָווי גאָד", לויטן גריגאָריאַן־קאַלענדאַר. די גאַנצע משפּחה נעמט זיך צענויף בײַ אַ יום־טובֿדיקן טיש, מען עסט און מע טרינקט, מע ווינטשט זיך אַ גליקלעכן נײַעם יאָר, עס פֿעלט נאָר שאַמפּאַניער. ס׳טרעפֿט זיך, אַז אויפֿן ראָש־השנהדיקן טיש שטייט אויך אַ טעלערל מיט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך חזיר־וווּרשט...
אַך, ווען דער רוסישער פּאָעט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם, אַ ייִד לויטן אָפּשטאַם, וואָלט דאָס געזען! אין זײַן פּראָזע־בוך: "שום וורעמעני" (דער רויש פֿון צײַט) האָט מאַנדעלשטאַם געשריבן: "דער קרעפֿטיקער רויטבאַקיקער רוסישער יאָר קײַקלט זיך דורכן קאַלענדאַר מיט געפֿאַרבטע אייער, יאָלקעס, שטאָלענע פֿינלענדישע גליטשערס, מיטן דעקאַבער, מיט דער מאַסליעניצע (קאַרנאַוואַל־וואָך) און דער דאַטשע. און אויך דאָ פּלאָנטערט זיך דער געשפּענסט — דער נײַיאָר אין סעפּטעמבער — ניט קיין פֿריילעכע, מאָדנע יום־טובֿים, וואָס פּײַניקן דעם געהער מיט ווילדע נעמען: ראָש־השנה און יום־כּיפּור". פֿאַר די געקומענע פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז ראָש־השנה געוואָרן מער־ווייניקער אויך אַ פֿריילעכער יום־טובֿ.
מײַנער אַ חבֿר, וואָס איז עולה געווען נאָך אין די 1970ער יאָרן האָט מיר דערציילט, אַז דעמאָלט האָט מען מורא געהאַט אַפֿילו צו דערמאָנען די ווערטער "נאָווי גאָד", שוין אָפּגערעדט פֿון שטעלן אין שטוב אַ יאָלקע. און איצט נאָך די צוואַנציק יאָר פֿון דער גרויסער עליה איז אין ישׂראל אויסגעוואַקסן און האָט זיך אַנטוויקלט אַ גאַנצע נײַיאָר־אינדוסטריע. אין אַלע "רוסישע" ישׂראלדיקע שטעט קאָן מען אין חודש נאָוועמבער שוין קויפֿן יאָלקעס פֿון פּלאַסטיק, שפּילעכלעך, שטראַלנדיקע גירלאַנדעס. אין די טריפֿע מאַגאַזינען שטייען באַפּוצטע יאָלקעס. פֿון אין דער פֿרי ביז דער טיפֿער נאַכט גיט מען איבער אויף די רוסישע ראַדיאָ־ און טעלע־פּראָגראַמען פֿאַרשיידענע רעקלאַמעס וועגן נײַיאָריקע אויספֿאַרקויפֿן. ס׳ווערן אָרגאַניזירט ספּעציעלע טוריסטישע רײַזעס קיין אייראָפּע און רוסלאַנד אויף צו באַגעגענען דאָרט דעם "נאָווי גאָד". מע קאָן אויך אָפּמערקן דעם נײַיאָר אין די אַזוי גערופֿענע "צימערים" פֿון די צפֿון־קיבוצים אין ישׂראל... אַגבֿ, די ישׂראלער, די סאַברעס, הייבן שוין אויך אָן צו פֿײַערן דעם נײַיאָר, אָבער מע רופֿט אים אויף אַ קריסטלעכן אופֿן — "סילוועסטער".
אַ ספּעציעלע ראָלע אין די דאָזיקע נײַיאָר־פֿײַערונגען שפּילט דער 9טער רוסישער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־קאַנאַל. ווי אַ מאָל אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אויך איצט אין רוסלאַנד, ווערט אין די טעג געוויזן אַ ספּעציעלע נײַיאָריקע פּראָגראַם. און ווײַל מיר, די "רוסישע" ייִדן, זײַנען שוין געוווינט, אַז דעם 31סטן דעצעמבער, פֿינף מינוט פֿאַר 12 בײַ נאַכט באַגריסט אונדז דער פֿירער פֿונעם לאַנד (אין פֿאַרשידענע תּקופֿות — ברעזשנעוו, גאָרבאַטשאָוו, פּוטין...) באַגריסט אונדז איצט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתּניהו... — גוטע טראַדיציעס טאָר מען נישט איבעררײַסן! נאָך זײַנע ברייטהאַרציקע וווּנטשן, שפּילט שוין דער מאָגן אָפּ אַ מאַרש און מע כאַפּט זיך צו צו די טראַדיציאָנעלע נײַיאָריקע מאכלים...
דער 9טער טעלעוויזיע־קאַנאַל אָרגאַניזירט אויך דעם קאָנקורס צווישן די עולים, אויף צו באַקומען דעם ערן-טיטל "דער מענטש פֿון יאָר". דעם קאָנקורס פֿירט מען דורך אין די "רוסישע" שטעט: חיפֿה, בתּ־ים, ראשון-לציון, אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע אין אויגוסט, אין סעפּטעמבער און אין דעצעמבער...
די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון רוסלאַנד האָבן ליב לעצטנס אָפּצומערקן אונדזערע יום־טובֿים בלויז אין קרעמל־פּאַלאַץ — אַנדערש זענען זיי שוין ניט געוווינט. נאָר אַפֿילו דאָרט, אין מאָסקווע, פֿאַרשטייט מען, אַז ראָש־השנה קלעפּט זיך ניט מיטן קרעמל־פּאַלאַץ. איז דערפֿאַר קלײַבט מען דאָרט אויס דעם "מענטש פֿון יאָר", ניט ערבֿ ראָש־השנה, ווען דער אייבערשטער טוט זײַן אַרבעט אַליין, נאָר אויף חנוכּה און, פֿאַרשטייט זיך, אינעם קרעמל־פּאַלאַץ.
דער יום־טובֿ "נאָווי גאָד" איז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען די איינציקע סאָוועטישע חגא, ווען מ׳האָט ניט געדאַרפֿט גיין אויף אַ פּאַראַד, טראָגן די בילדער פֿון די פּאַרטיי־פֿירער, שרײַען "הוראַ!" אין דער זעלבער צײַט, האָבן מיר ייִדן, ניט געדאַרפֿט זיך שלאָגן על־חטא, אָפּגעבן דעם בורא אַ יאָרבאַריכט... דער "נאָווי גאָד" איז פּשוט געווען אַ פֿריילעכע חגא, ווען מע האָפֿט, אַז ס׳וועלן פֿאָרקומען נסים. ניט גאָטס נסים, ניט נסים, וואָס זײַנען פּלאַנירט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, צי לויט די באַשטימונגען פֿון אַ פּאַרטיי־צוזאַמענפֿאָר, נאָר — סתּם נסים, וואָס טרעפֿן זיך צווישן מענטשן — דערוואַקסענע און קינדער...
צו דעם דאָזיקן יום־טובֿ האָט מען אַפֿילו ניט געדאַרפֿט שרײַבן ספּעציעלע לידער. וועגן לענינען, וועגן דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, וועגן אַלע רויטע חגאָות... כ׳האָב דורכגעבלעטערט כּמעט אַלע נומערן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און ניט געפֿונען קיין ליד, עס זאָל זײַן געווידמעט דעם "נײַעם יאָר", און וואָס זאָל זײַן אָפּגעדרוקט אויבן אָן אינעם ערשטער נומער פֿונעם נײַעם קאַלענדאַר־יאָר.
די נײַ־יאָריקע יאָלקע, געמאַכט פֿון פֿלעשער אין חיפֿה |
נײַיאָר־באַגריסונגען — יאָ! — איר וועט זיי געפֿינען אין אַלע ערשטע נומערן פֿון דער מאָסקווער אויסגאַבע. וועגן שניי, וועגן פֿרעסט, וועגן שנייעלעך האָט מען געשריבן אַ סך. למשל, דער דיכטער שיקע דריז:
...זיבן פֿײַערדיקע פֿערד
און געלאָזט זיך פֿײַל־און־בויגן
זײַנען אָנגעקומען
פֿון אַ בליץ געשווינדער,
און דעם זיידן אויף אַ שליטן
אויף דעם גרויסן יום־טובֿ
באַלד אויפֿגענומען
צו די קליינע קינדער.
דעם זיידע שנייער צי דעם פֿעטער שנייער, קאָן מען קויפֿן ווי אַ שאָקאָלאַד אין ישׂראל אין אַלע "רוסישע" קראָמען. הײַנט, אויף די ישׂראלדיקע גאַסן, באַגעגנט מען נאָך ניט דעם פֿעטער פֿראָסט אין אַ רויטן כאַלאַט מיט אַ ווײַסער באָרד. נאָר אין די רוסישע רעסטאָראַנען, וווּ מע הוליעט די גאַנצע נאַכט, קומט ער שוין אַרײַן. אַגבֿ, ווען מע טוט אים אָן אַ שוואַרצע קאַפּאָטע און אַ שטרײַמל וואָלט דער זיידע פֿראָסט אויסגעזען ווי אַן עכטער ייִד, וואָס גייט פֿון דער שיל נאָך אַ שבתדיקן קידוש. און אפֿשר וואָלט געקאָנט די ראָלע פֿון אַ פֿעטער שנייער שפּילן בײַ ייִדן ניט מער און ניט ווייניקער, אליהו-הנבֿיא גופֿא? ער קומט דאָך צום פּסחדיקן סדר אויף אויסצוטרינקען אַ כּוס ווײַן, וועט ער אויך קומען צום יום־טובֿדיקן "נײַיאָריקן" טיש, ברענגען פֿאַר די קינדער מתּנות, אויפֿהייבן אַ כּוס שאַמפּאַניער.
לעצטנס, צו דעם נײַיאָריקן יום־טובֿדיקן טיש, שפּרינגען אַרײַן (צי זיי קריכן אַרײַן, פֿליִען אַרײַן) פֿאַרשיידענע חיות און שרצים פֿונעם מיזרח־קאַלענדאַר: דער יאָר פֿון אַ טיגער, דער יאָר פֿון אַ שלאַנג, דער יאָר פֿון אַ מויז... און מע באַמיט זיך אָנצוטאָן אַזוי, עס זאָל זײַן פּאַסיק צו דעם דאָזיקן הײַיאָריקן באַשעפֿעניש... וואָס ווילט איר — נײַע טראַדיציעס!
דאָ, מיין איך, איז צום אָרט צו דערמאָנען דאָס ליד פֿון מײַן פֿרײַנד דובֿ־בער קערלער, וואָס הייסט טאַקע אַזוי "נאָווי גאָד".
...אַ קלייניקייט, צי וואָס?! דאָס יאָר, דאָס נײַע
האָט אײַנגעריסן זיך אין מיטן שטיין און גיין
און אַלץ צעמישט, צעוויכערט אַלץ אויף ס׳נײַ דאָ
די שטילקייט מיט געלעכטער, מיט געוויין...
ס׳איז שוין סוף דעצעמבער. אָט־אָט־אָט קומט ער אָן, דער "נאָווי גאָד" — דער נײַער 2012 יאָר. איז לשנה־טובֿה, טײַערע ייִדן! און אַ גוט קוויטל צו באַקומען, איז תּמיד צו דער צײַט. אָמן!