יעל קאַנאַרעק שטייט צווישן איר פֿינעף־שפּראַכיקער — ענגליש, ייִדיש, אַראַביש, העברעיִש און שפּאַניש ווערק "הור" (פֿון רעכטס), און דעם דרײַ־שפּראַכיקן ווערק "מײַן האַנט אין דײַן האַנט" |
Credit: Adi Mahalel |
אַ שמועס מיט דער ישׂראלדיקער-אַמעריקאַנער קינסטלערין יעל קאַנאַרעק
יעל קאַנאַרעק איז אַ מולטי-דיסציפּלינירנדיקע קינסטלערין, ווי מע רופֿט עס הײַנט. זי איז אַ מאָלערין, אַ סקולפּטאָרין, אַ מחברטע, זי שאַפֿט דיגיטאַלע קונסט, ווידעאָ-קונסט און נאָך און נאָך. צווישן די זאַכן, וועלכע אינטערעסירן זי צום מערסטנס, איז אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט שפּראַך. די ערשטע דרײַ יאָר פֿון איר לעבן האָט זי געוווינט אין אַמעריקע — קען זי ענגליש; דערנאָך האָט מען זי געבראַכט קיין ישׂראל, איז זי אַריבער אויף העברעיִש; מיט 20 יאָר שפּעטער איז זי געקומען צוריק אין אַמעריקע און צום ענגליש. ווייסט זי עפּעס וועגן שפּראַך־ ענדערונגען און זייערע קאָמפּליקאַציעס. אָבער זי דריקט אויס איר אינטערעס צו דער שפּראַך-טעמע, בעיקר, דורך איר קונסט.
יעל קאַנאַרעקס ביאָגראַפֿיע הייבט זיך אָן אין איסט-ווילעדזש אין מאַנהעטן, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ ישׂראלדיקער מאַמען און אַן אַמעריקאַנער ייִדישן טאַטן. אירע עלטערן האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, בשעת דער טאַטע איז געווען אויף איינעם פֿון זײַנע אָפֿטע באַזוכן אין לאַנד. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ציוניסטיש־מאָטיווירטער היים, און די משפּחה האָט שטענדיק פּראָבירט זיך אַריבערצוקלײַבן אין ישׂראל, נאָך פֿון די 30ער יאָרן.
איר מאַמע איז געבוירן געוואָרן אין אוזבעקיסטאַן, וווּהין אירע עלטערן זענען אַנטלאָפֿן בעת דער מלחמה פֿון גראָדנער ראַיאָן; אָבער אויפֿגעוואַקסן איז זי אין בערלין און די משפּחה האָט זיך געהאַלטן פֿאַר דײַטשישע ייִדן. זיי פֿלעגן אַראָפּקוקן אויף דעם טאַטנס משפּחה וואָס האָט געשטאַמט, נעבעך, פֿון גאַליציע.
יעל דערציילט: "כ’פֿלעג הערן ייִדיש, דער עיקר, פֿון די באָבע-זיידע, די ליטוואַקעס, בשעת די באָבע האָט גערעדט מיט אירע שוועסטער און שפּעטער מיט איר צווייטן מאַן. ייִדיש גיט מיר די פֿאַרבינדונג מיט אייראָפּע, ווי אויך מיט העברעיִש און ענגליש; עס דערמעגלעכט מיר צו באַווײַזן דעם אַלף-בית, ווי אַ סיסטעם פֿאַר זיך: ווי ייִדן אין פֿאַרשידענע תּפֿוצות פֿלעגן צופּאַסן זייערע גערעדטע שפּראַכן צו דער דאָזיקער אַראַמעיִשער אַלף-בית־סיסטעם (די ייִדן פֿון די פֿריִערדיקע תּקופֿות פֿלעגן דאָך זיך באַניצן מיטן אַלף-בית פֿון די פֿיניקיִער) און שאַפֿן אין לאַדינאָ, ייִדיש-אַראַביש, אין ייִדיש גופֿא, און נאָך און נאָך."
קאַנאַרעקס וואַקסנדיקער אינטערעס צו ייִדיש האָט זיך אַנטוויקלט אויך ווי אַ טייל פֿון איר גרעסערן פּראָיעקט וועגן "שפּראַך־פּלעצער".
"געדענקענדיק וועגן מײַן אייגענער אימיגראַציע-איבערלעבונג, — דערציילט זי ווײַטער, — האָב איך גענומען טיף צו טראַכטן וועגן די געאָגראַפֿישע ערטער, וועגן זייער באַטײַט און אופֿן ווי מענטשן ׳באַקליידן׳ זיי מיט אַ געוויסן טײַטש. אָט די נטיה איז אַן אַלגעמיין־מענטשלעכע, ניט נאָר אַ ישׂראלדיקע; אָבער קודם־כּל איז עס מײַן אייגענע איבערלעבונג. און צווייטנס, דריקט זי זיך בולטער אויס אין ישׂראל, אָבער מע באַמערקט עס שאַרפֿער, ווען מע געפֿינט זיך אויסער דעם לאַנד. אין ישׂראל זענען פֿאַראַן קאָנפֿליקטן, ס’רובֿ מענטשן ווייסן ניט דעם נאַראַטיוו פֿון דעם אַנדערן."
אויף מײַן פֿראַגע, וואָס האָט זי געוואָלט ווײַזן מיט איר "שפּראַך־פּלעצער" פּראָיעקט, האָט זי געענטפֿערט אַזוי: "איך האָב באַזוכט מײַנע עלטערן אין ישׂראל אין 2002. כ’האָב געקוקט אויף דער מאַמען ווי זי וואַנדערט איבער דער אינטערנעץ. האָב איך גענומען באַמערקן ווי אַלע אירע וועבזײַטלעך און קאָמפּיוטער-פּראָגראַמען שרײַבן זיך אויף העברעיִש. די אינטערנעץ אויף העברעיִש באַפֿרידיקט די באַדערפֿענישן פֿון די עבֿרית-רעדנדיקע. עבֿרית איז דאָך אַ קליינע שפּראַך, טאָ וואָס טוט זיך מיט אַנדערע שפּראַכן: הינדי, כינעזיש, אַראַביש? באַזוכנדיק אַ וועבזײַטל אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך, דערמאָנט אַ ביסל ווי מע וואָלט באַזוכט אַ פֿרעמד אָרט: עס באַווײַזט זיך אַ מין חוש פֿון נאַוויגאַציע. איך האָב פּראָבירט צו מאַכן אַ שפּאַציר איבער די ׳שפּראַך־פּלעצער׳; זיך לאָזן איבער די גרענעצן פֿון דער אינטערנעץ, מיטאַרבעטנדיק מיט מענטשן אין ניו-יאָרק, תּל-אָבֿיבֿ, ראַמאַלאַ און איזמיר, און אַ געוויסע צײַט אויך אין עזה."
לכתּחילה האָט יעל זיך פֿאַרבונדן מיט די שאַפֿער אויף ענגליש-העברעיִש-אַראַביש, אָבער שפּעטער — אויך אויף ייִדיש און שפּאַניש. זי שאַפֿט ווערטער-מאָדעלן, געמאַכט פֿון סיליקאָן, געוויינטלעך, אויף דרײַ, צומאָל פֿינעף שפּראַכן, און פֿאַרבינדט זיי אין געוויסע שיין־געפֿורעמטע געשטאַלטן. למשל, אין איר אַרבעט מיטן נאָמען "כוואַליעלענג", געפֿינט מען דאָס וואָרט "רויט" אויף אָט די פֿינעף שפּראַכן, צוזאַמענגעשטעלט ווי אַ כוואַליעלענג, און די ווערטער אַליין זײַנען באַפֿאַרבט מיט רויט. אין אַן אַנדער אַרבעט שאַפֿט זי פֿונעם וואָרט "הור" ("זונה" — אין העברעיִש) אַ מין ווייכן און כוואַליעדיק־ווײַסן וואַנט-קאָברעץ.
דער מאָלערין איז וויכטיק צו באַטאָנען דעם ענלעכן באַטײַט, וואָס ביידע לשונות — ייִדיש און אַראַביש, ברענגען אַרײַן אין איר לעבנס־איבערלעבונג, און פֿאַר וואָס איז עס איר אַזוי וויכטיק אַרײַנצונעמען די ביידע שפּראַכן אין אירע ווערק. "איך האָב געוואָלט עקזאַמינירן די אינטערעסאַנטע באַציִונגען צווישן אָט די צוויי שפּראַכן. אין ביידע פֿאַלן האָב איך אַן אינטים-היסטאָריש געפֿיל צו אַ שפּראַך וואָס איך פֿאַרשטיי ניט. ביידע רעפּרעזענטירן זיי די שפּראַכן פֿון ׳די אַנדערע׳ — ייִדיש, ווי אַ לשון פֿון די עלטערע-לײַט, פֿון אייראָפּע, פֿון חורבן, להיפּוך צו דער ׳געזונטער סאַברע׳ און די פֿרומע; און אַראַביש, ווי דאָס לשון פֿונעם שׂונא, אַ מוראדיקס און אַ באַדראָענדיקס. ביידע רעפּרעזענטירן דעם פּחד פֿון פֿאַרטיליקונג."
יעל קאַנאַרעקס ווערק ווערן אויסגעשטעלט איבער דער וועלט. זי האָט איר קונסט שוין געוויזן אין אַזעלכע בכּבֿודיקע ערטער, ווי "וויטני", און געוווּנען כּלערליי פּריזן. מער אינפֿאָרמאַציע וועגן אירע ווערק און וועגן דעם, וווּ מע קען זיי זען אָדער זי הערן (יעל לערנט קונסט אין פּראַט־אוניווערסיטעט און אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט), געפֿינט זיך אויף איר וועבזײַטל: http://worldofawe.net