חנה (אַדריאַן) קופּער ז״ל |
Courtesy of www.adriennecooper.com |
שוין עטלעכע חדשים, אַז די שטימונג אין ניו־יאָרק אין דער קלעזמערישער ייִדישער מוזיק־סבֿיבֿה איז אַ געדריקטע צוליב דעם, וואָס חנה קופּער איז געלעגן קראַנק. ווען זי איז געשטאָרבן לעצטן זונטיק אין אָוונט, דעם 25סטן דעצעמבער, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם אַלטן ווערטל "ניטל איז אַ בייזע לייד", וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף די ייִדישע צרות וועלכע קומען פֿאָר אינעם טאָג פֿון דער חגא. פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט איז די צרה, דער קלאַפּ, געווען אַ גאָר שטאַרקער.
חנה קופּער איז געבוירן געוואָרן אין אָקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, אין 1946. זי האָט שטודירט אינעם "העברעיִשן אוניווערסיטעט" און אין שיקאַגער אוניווערסיטעט, און איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1975. דאָ האָט זי שטודירט דאָס ייִדישע קונסטליד מיטן לעגענדאַרן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, און אָנגעהויבן אויפֿצוטרעטן ווי אַ זינגערין אין אַלע ניו־יאָרקער ייִדישע קרײַזן. אין איר לעבן האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף פֿאַרשיידענע וועגן, אָבער דער עיקר, ווי אַ זינגערין. געזאַנג איז געווען "אַ משפּחה־פֿעלער" בײַ איר: איר באָבע האָט שוין רעקאָרדירט ייִדישע פּלאַטעס און איר זיידע האָט געדינט ווי אַ בעל־תּפֿילה. איר מאַמע, באָני קופּער, וועלכע וווינט אין קאַליפֿאָרניע, האָט געהאַט אַ לאַנגע קאַריערע ווי אַ טעאַטער־זינגערין פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער. אויף דער לעצטער רעקאָרדירונג "Enchanted" (פֿאַרכּישופֿט), וואָס חנה האָט אַרויסגעלאָזט אין 2010, האָט זי אַרײַנגענומען אַלטע היים־רעקאָרדירונגען פֿון די פֿריִערדיקע דורות אין איר משפּחה, כּדי אַרויסצוהייבן די דאָזיקע מוזיקאַלישע קייט וואָס איז געווען פֿאַר איר אַזוי וויכטיק, און מיט וועלכער זי האָט שטאָלצירט. נאָך אַ רינג אין דער קייט איז איר טאָכטער, שׂרה־מינע גאָרדאָן, וועלכע זינגט ייִדישע לידער אין אַ ראָק־און־ראָל סטיל אין דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין".
נײַע מוזיקאַלישע געדאַנקען האָבן כּסדר געשפּראָצט פֿון איר קאָפּ; אויף אַזוי פֿיל, אַז מע קען זיי פּשוט אַלע נישט אָנרופֿן. "די געטאָ טאַנגאָ"־פּראָגראַם און רעקאָרדירונג מיטן פּיאַניסט זלמן מלאָטעק האָט אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ באַקאַנט געמאַכט דעם עולם מיט דער מוזיקאַלישער שאַפֿערישקייט פֿון די ייִדן בעתן חורבן. אויף דער פֿריִער דערמאָנטער רעקאָרדירונג "פֿאַרכּישופֿט" האָט זי אַנגאַנזשירט די בעסטע הײַנטיקע יונגע קלעזמאָרים, און מע האָט אַראַנזשירט סײַ די אַלטע, סײַ די נײַע לידער אויף אַ פֿרישן אופֿן. ווען זי האָט געזונגען די לידער פֿון דער בינע, האָט זי מיט התפּעלות אָנגעוויזן אויף די מוזיקער און געזאָגט צום עולם — "גיט נאָר אַ קוק — יונגע מוזיקער און נײַע ייִדישע מוזיק". זי האָט אַלע מאָל געהאַט אין זינען צו ברענגען עפּעס נײַעס אויף ייִדיש, אַפֿילו ווען דער עולם, ווי געוויינטלעך, האָט דווקא געוואָלט הערן בלויז די זעלבע אַלטע לידער.
ווען חנה קופּער האָט געזונגען, האָט זי אין יעדן אויפֿטריט אויסגעדריקט אַן ערנסטן צוגאַנג צום ליד, וואָס מע האָט זעלטן געזען אין דער וועלט פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. די ערנסטקייט און ליבע צו ייִדיש און צו ייִדישע לידער האָט זי איבערגעגעבן צו דורות סטודענטן. ווי די מוזיק־לערערין אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, האָט זי געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די נײַע ייִדישע זינגערס פֿון דער וועלט. דערנאָך, ווי אַ מיט־גרינדערין מיט הענעך סאַפּאָזשניק, פֿון "קלעזקעמפּ" אין 1985, האָט זי יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט דאָרט אַ מײַסטער־קלאַס, צוזאַמען מיט זלמן מלאָטעק, פֿאַר אַוואַנסירטע זינגערס. ווען די קלעזמער־באַוועגונג האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, האָט זי געלערנט אין ענלעכע מײַסטער־קלאַסן אין פֿאַרשיידענע לענדער מיט מלאָטעקן, און דערנאָך מיט איר פּאַרטנערין, די פּיאַניסטין מאַרילין לערנער.
צוזאַמען מיט דזשעני ראָמיין און פֿרענק לאָנדאָן האָט זי קאָמפּאָנירט לידער פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג "גליקל פֿון האַמעל" און מע קען די לידער הערן אויפֿן קאָמפּאַקטל "פֿאַרכּישופֿט". זיי דערמאָנען אין די אַוואַנגאַרדישע קאַבאַרעט־לידער פֿון בערטהאָלד ברעכט און קורט ווײַל מיט זייערע נישט־געוויינטלעכע ריטעמס און פּאָליטישקייט. די פּאָליטיק און קאַמף פֿאַר יושר איז דאָך געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון איר וועלט. זי האָט געאַרבעט אינעם בילדונג־אָפּטייל בײַם "אַרבעטער־רינג", סײַ ווײַל זי האָט געקענט העלפֿן ייִדיש, סײַ צו בויען "אַ שענערע און בעסערע וועלט". די אָרגאַניזאַציע האָט, במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר, געשטעלט דעם טראָפּ אַלץ מער און מער אויף דער פּראָגרעסיווער פּאָליטיק, און מע קען זיך משער זײַן, אַז קופּער האָט געפֿירט דעם וועג אין דער ריכטונג.
ווי געזאָגט, האָט חנה קופּער געשאַפֿן אַ סך אינטערעסאַנטע און וויכטיקע מוזיקאַלישע פּראָיעקטן און פּראָגראַמען און ס'איז כּדאַי צו דערמאָנען עטלעכע פֿון זיי. מיט די זינגערינס טערעזע טובֿה און דזשאָען באָרץ איז זי אויפֿגעטראָטן ווי איינע פֿון "די דרײַ דיוואַס", אַ קאָמישע זעלבסט־פּאַראָדישע פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿן הנאה סײַ די ליבהאָבערס־מבֿינים פֿון ייִדישע לידער, סײַ דעם מער פּאָפּולערן עולם. מיטן זינגער לאָרין סקלאַמבערג און טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן איז זי אויפֿגעטראָטן אין "עסן", אַ מוזיקאַלישע פּראָגראַם, בעת וועלכער מע האָט טאַקע געקאָכט אויף דער בינע און זיך געטיילט מיטן עסן.
ווי אַ מדריך אין דער קלעזמער־וועלט, וועט זי אונדז זייער אויספֿעלן. מיט איר פּאָזיטיוון קוק אויפֿן מאָרגן פֿון ייִדיש, פֿון ייִדישער מוזיק, האָט זי באַגײַסטערט נישט הונדערטער, נאָר טויזנטער צו זינגען אויף ייִדיש, צו שאַפֿן ווײַטער און צו שאַפֿן עפּעס נײַעס.
אויפֿן קאָמפּאַקטל פֿון די נײַסטע לידער פֿון מײַן מאַמען, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן — "אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט" — האָט זי אויסגעקליבן צו זינגען דאָס ליד "ווײַל איך בין אַ צווײַג", און עס אַראַנזשירט מיט פֿרענק לאָנדאָן. דאָס ליד דריקט אויס דעם חשק ממשיך צו זײַן אונדזער ייִדישע קולטור, און קופּער האָט עס טיף געפֿילט. שפּעטער האָב איך געהערט, ווי זי זינגט דאָס ליד פֿאַר אַן עולם, און זי האָט געזונגען דעם רעפֿרען צום סוף, מיט טרערן אין די אויגן —
נאָר איך בין אַ צווײַג, פֿון אַן אַלטן בוים,
און כ'וויל עס זאָל גרינען און צוויטען מײַן קרוין.
איר צווײַג איז צו פֿרי אָפּגעבראָכן געוואָרן, אָבער דער בוים וואַקסט ווײַטער און איר קול וועט אונדז באַגלייטן אויף לאַנגע יאָרן.