פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

במשך די יאָרן פֿון די "פּערל" האָבן מיר ציטירט די ווערק פֿון אַ צאָל וויכטיקע ייִדישע דיכטערינס, ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַננאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן, רבֿקה באַסמאַן, רייזל זשיכלינסקי, אַ״אַנד. הײַנט ווילן מיר ציטירן עטלעכע מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון נאָך אַן אייגנאַרטיקער דיכטערין, ציליע דראַפּקין, וועמענס פּאָעזיע די קריטיקערס האָבן געלויבט און אויסגעטיילט.

ציליע לעווין־דראַפּקין איז געבוירן געוואָרן אין 1887 אין באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד, און איז געשטאָרבן אין 1956 אין ניו־יאָרק. זי האָט זיך געלערנט אין אַ רוסישער שול און גימנאַזיע, און האָט דערנאָך געלערנט אין וואַרשע און קיִעוו. אין 1908 האָט זי חתונה געהאַט מיט שמעיה דראַפּקין און אין 1912 איז זי געקומען מיט איר זון קיין אַמעריקע, וווּ איר מאַן האָט פֿריִער אימיגרירט.

אין רוסלאַנד האָט זי געשריבן רוסישע לידער. אָבער ווען זי איז געקומען קיין אַמעריקע האָט זי איבערגעזעצט אירע רוסישע לידער און האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין ייִדיש, וואָס מע האָט געדרוקט אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן.

ציליע דראַפּקין האָט געשריבן טיף־עמאָציאָנעלע און פּערזענלעכע לידער; איינע פֿון די ווייניקע פֿרויען־דיכטערינס וואָס האָט געשריבן וועגן ליבע און לײַדנשאַפֿט. די לידער וועגן ליבע און פּאַסיע פֿאַרנעמען אַ היפּש אָרט אין איר אײַנזאַמלונג. זיי זײַנען פּרעכטיקע ליבע־אויסגוסן פֿון פֿרײַע און ניט־געפּענטעטע עמאָציעס, וואָס מע טרעפֿט ניט אָפֿט אין דער ייִדישער פּאָעזיע. זי האָט אויך געשריבן לידער וועגן דער נאַטור, אַרײַנבלאָזנדיק אין דער נאַטור מענטשלעכע אייגנשאַפֿטן און געפֿילן. אירע לידער צו אירע קינדער און איר משפּחה זײַנען צאַרטע און וואַרעמע שמועסן וועגן איר ליבשאַפֿט צו זיי. אירע רעפֿלעקסן צו די ערטער וווּ זי האָט בײַגעוווינט — דעם האָדסאָן־טײַך, סאָליוואַן־קאַונטי — זײַנען אויך אוניקאַלע, מיט פֿאַרביקע מעטאַפֿאָרן און אימאַזשן.

איר איינציק בוך "אין הייסן ווינט" עפֿנט זיך מיט אַ פֿרײַ און זאָרגלאָז ליד "אַ זומער־סאָנאַטע", וווּ דאָס גראָז האָט "געקושט" אירע פֿיס:

איך האָב זיך געבאָדן אין פֿרישע, קלאָרע וואַסערן,
איך האָב געזען דורך אַ ליכטיק־גרינעם שטראָם מײַנע ווײַסע, ווײַסע פֿיס.
איך בין אַ באָרוועסע דורך אַ געדיכטן וואַלד אַהיים געגאַנגען,
ס׳האָט שווער דער וואַלד געאָטעמט און באַרוישט מיך זיס.

איך בין אַרויסגעקומען אויף אַ פֿעלד אַ ברייטן,
ס׳האָט לאַשטשענדיק געלעקט דער ווינט מיר מײַנע פֿיס,
ס׳האָט זיי געקושט דאָס גראָז, און אַפֿילו פֿון אַ גרויסער פֿליג
איז לײַדנשאַפֿטלעך צאַרט געווען דער ביס.

איך בין אַהיים געקומען פֿול עקסטאַז און ליבע,
האַסטיק האָט געקלאַפּט מײַן האַרץ. איך האָב געאָטעמט הייס,
און וווּנדערלעך איז אַלץ געווען פֿאַר מײַנע אויגן,
ווי ס׳וואָלט אַ גליק מיט מיר געשען אַ גרויס.

און ווען די נאַכט איז אָנגעקומען שטיל און הייס,
האָט עפּעס שאַרף אין מיר מײַן האַרץ גענאָגט, געצויגן,
ווי ס׳וואָלט געקושט מיך עמעץ אין דער נאַכט,
ווי ס׳וואָלטן שלאַנגען מיך געזויגן.

דער ערשטער טייל פֿון איר ליד "אין הייסן ווינט" איז געווידמעט "אינדערפֿרי":

עס וויגט דער הייסער ווינט
די פֿרישע, פֿרישע בלעטער,
ווי עס וויגט אַ יונגע מוטער
איר ערשט קינד.

עס רוישט דער הייסער ווינט
אין די פֿרישע, פֿרישע בלעטער,
ווי עס זינגט אַ יונגע מוטער:
ליו־לינקע, מײַן קינד.

זי שילדערט איר מוטער, וואָס איז געבליבן אַ יונגע אַלמנה מיט פֿאַרבאָרגענער בענקשאַפֿט:

מײַן מאַמע,
אַ צוויי־און־צוואַנציק־יאָריקע,
אַן אַלמנה מיט צוויי קליינינקע קינדער געבליבן,
צניעותדיק האָט זי באַשלאָסן צו קיינעם אַ ווײַב מער ניט ווערן.
שטיל האָבן זיך אירע טעג און יאָרן געצויגן,
ווי פֿון אַ קאַרגן וואַקסענעם ליכט באַלויכטן.
מײַן מאַמע איז צו קיינעם אַ ווײַב ניט געוואָרן,
נאָר אַלע פֿילטעגיקע,
פֿיליאָריקע, פֿילנעכטיקע זיפֿצן
פֿון איר יונגן און ליבענדן וועזן,
פֿון איר בענקנדיק בלוט,
האָב איך מיט מײַן קינדערשן האַרצן פֿאַרנומען,
טיף אין זיך אײַנגעזאַפּט.
און מײַן מאַמעס פֿאַרבאָרגענע הייסע בענקשאַפֿט
האָט זיך, ווי פֿון אַן אונטערערדישן קוואַל,
פֿרײַ אין מיר אַרײַנגעגאָסן.
איצט שפּריצט פֿון מיר אָפֿן
מײַן מאַמעס הייסער, הייליקער,
טיף־פֿאַרבאַהאַלטענער באַגער.

רוישנדיק און וויזועל און קלאַנגיק איז איר ליד "זינגט די באַן אַ ליד" אין זיבן טיילן, פֿון וועלכע מיר ברענגען די ערשטע דרײַ:

1

פּאָרלעך פֿאַרליבטע מיט סיגאַר, סיגאַרעטן,
פּינאָטס, אײַז־קרים און קאַווע;
פֿון מענטשן אַ טונקעלע לאַווע;
אַראָפּגעלאָזטע וויניעטן.
ריח פֿון יונגן לײַב און שווייס,
אויגן בליצן פֿאַרשײַט און הייס.
עס דונערט מיט געלעכטער.
קאָרטן ווערן צעלייגט אויף שויסן,
באַרירונג פֿון פֿיס און קניִען,
זיס איז פֿון צוג דאָס שטויסן,
אויגן, הערצער, ווערטער גליִען.

2

הו־האַ־האַ־הוראַ און פֿײַף —
ס׳איז די שעה געוואָרן רײַף.
אָ, די מיטנאַכט־שעה פֿון וואַכן,
ווען דו הערסט די שדים לאַכן,
ווען דו הערסט די שדים זינגען...
אַ האַרמאָניקע אַהער!
אָ, מײַן גרויזאַמער באַגער!
דו, מײַן שוואַרצער, ווילדער שוואַן,
שפּרייטסט די פֿליגלעך אויפֿן באַן.

3

ניט־געשטויגן, ניט־געפֿלויגן
איז אַ צוג פֿאַרבײַגעלאָפֿן,
ווי דורך נאַכט די שרעק,
געווען — און אַוועק.

יעדעס ליד פֿון ציליע דראַפּקין איז בליציק, אינאָוואַטאָריש, פֿאַרמאָגט בילדערישקייט, און איז ווירקזאַם. געוויסע פֿון אירע לירישע לידער האָט מען געשטעלט צו מוזיק. בכלל זײַנען אירע לידער מוזיקאַליש, דורכגעדרונגען מיט פּאַסיע און טיפֿער עמאָציע.