- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו זײַן 40סטן יאָרצײַט אין לעצטן נומער "פּערל" האָבן מיר ציטירט אַ טייל פֿון איציק מאַנגערס עסיי, וווּ ער דערציילט אַן אינצידענט אין שײַכות מיט זײַן באַרימטן ליד "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים". מאַנגער דערציילט ווײַטער וועגן אַ צווייטן עפּיזאָד אין וועלכן דאָס ליד האָט געשפּילט אַ ראָלע: "די דײַטשן האָבן געהאַלטן לאָדזש פֿאַר אַ היימישער שטאָט. זיי האָבן, ווי אין שלום־עליכמס מעשׂה וועגן דײַטשן, אויפֿגעהאָנגען אַ גלאָק בײַ דער באַנסטאַנציע, צוגעקלעפּט אַ ברעטל ‘Litzmannstadt’ און געהערט די וועלט ווי דעם קאָטער. איציק מאַנגערס ליד "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים" איז אפֿשר דאָס פּאָפּולערסטע ליד זײַנס. אין אַ געוויסער צײַט האָט מען געקענט הערן דאָס ליד פֿון מערסטע זינגערס, אַרײַנגערעכנט בען באָנוס, נחמה ליפֿשיץ, עמיל האָראָוועץ א"אַנד. סײַ די ווערטער, סײַ דער ניגון זײַנען רירנדיק, רופֿן אַרויס אַ געפֿיל פֿון וואַרעמקייט און נשמהדיקייט. צווישן די לידער פֿון דער דיכטערין פּעסיע הערשפֿעלד־פּאָמעראַנץ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט ליד וועגן דער העלדין חנה סענעש. זי איז געווען דאָס יונגע מיידל, וואָס איז אומגעקומען בעת דער מלחמה ווען מען האָט זי געכאַפּט, נאָך דעם ווען מען האָט זי אַראָפּגעפּאַראַשוטירט אין יוגאָסלאַוויע, כּדי צו ראַטעווען געפֿאַנגענע אונגאַרישע ייִדן און צו אָרגאַניזירן אַ ווידערשטאַנד. מע האָט זי געפּײַניקט און געטויט. דאָס ליד האָט צוויי טיילן; די ערשטע טייל דערציילט וועגן חנה סענעשעס גבֿורה: שמשון פֿערשט איז געבוירן געוואָרן אין 1866 אין אַ דאָרף לעבן נאָוואָסעליץ, בוקאָווינע, און איז געשטאָרבן אין בוקאַרעשט אין 1968. ער האָט געשריבן פּשוטע, פֿאָלקסטימלעכע לידער, פּאַראָדיעס, לידער באַזירט אויף פּאָפּולערע מעלאָדיעס. זײַנע סוזשעטן זײַנען געווען וועגן אַרבעטער, וועגן נויט, וועגן זײַן לעבן, וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה און אַנדערע. מיר ברענגען "אַ קראַנץ סוכּות און שׂימחת־תּורה" לידער לכּבֿוד די יום־טובֿים אינעם נײַעם יאָר. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן אויסגעדריקט די פֿרייד און מחשבֿה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בײַם פּראַווען די יום־טובֿים. זאָל די פֿרייד באַגלייטן די אַלע גוטע וווּנטשן, וואָס מיר האָבן געגעבן פֿאַר געזונט, גליק, שלום און אַ סטאַביליזירונג אין לאַנד. צו זײַן 55סטער יאָרצײַט צו זײַן 30סטער יאָרצײַט מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געווען אַ ייִדישער דיכטער — דערפֿאַר האָט ער ווי אַ סך אַנדערע ניט אויסגעמיטן דעם אַרעסט און פֿאַרשיקונג, טראָץ דעם וואָס ער האָט באַקומען אַן אָרדן פֿאַר זײַן העלדישקייט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז געוואָרן פֿאַרשיקט אין מיטל־אַזיע; שפּעטער איז ער באַפֿרײַט געוואָרן. מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע. ער האָט באַקומען אַ ייִדיש־סאָוועטישע שול־בילדונג. צו זײַן 45סטער יאָרצײַט משה באַסין איז געווען מער באַקאַנט ווי דער קאָמפּילאַטאָר פֿון אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישער דיכטונג איידער ווי אַ פּאָעט. זײַנע צוויי אַנטאָלאָגיעס זײַנען געווען און פֿאַרבליבן וויכטיקע מקורות פֿון ווייניק באַקאַנטע ווערק, און זײַנען צו נוץ געקומען מער ווי איין מאָל דעם איצטיקן רעדאַקטאָר פֿון די "פּערל". די אַנטאָלאָגיעס זײַנען: "500 יאָר ייִדישע פּאָעזיע" (מיט הערות פֿון ב. באָראָכאָוו), 1917, צווייטע אויפֿלאַגע, 1922) און "אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע", 1940. ווי יעדן יאָר, ווען עס פֿאַלט אויס די דאַטע פֿון דעם 12טן אויגוסט, ברענגען מיר מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון די אומגעבראַכטע דיכטער, וואָס זײַנען געבליבן קדושים פֿון ייִדישן פֿאָלק. אויף דעם 12טן אויגוסט הײַיאָר האָט דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" באָריס סאַנדלער געדרוקט רירנדיקע זכרונות פֿון די קינדער פֿון שלמה מיכאָעלס, בנימין זוסקין און דוד בערגעלסאָן, און ער האָט בײַ נאַכט אויף דער הזכּרה אינסצעניזירט, צוזאַמען מיט אויסצוגן פֿון זעלטענע פּלאַטעס פֿון מיכאָעלס און זוסקין צוו“אַנד. בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָרסאַקאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח. צום 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם "פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער" אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840—1908) איז כּמעט אַלעמען באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער אין יאַס, רומעניע, אין 1876. ער איז אויך געווען אַ ייִדישער פֿאָלקסדיכטער, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכלעך פֿון לידער (אַ צען יאָר פֿריִער) אַחוץ וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ שלל לידער פֿאַר זײַנע שפּילן און אָפּערעטעס, ווי "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען", "דער פּאַסטעכל", "געקומען איז די צײַט", "דאָס מילעכל", "צו דײַן געבורטסטאָג", און אַנדערע. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אין זײַן בוך "געזאַנגען אין שײַער" באַוויינט דער דיכטער אַריה שמרי דאָס אַוועקגיין פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דאָס וויינען פֿון די לידער גופֿא. ער טרעט, אין דער דעמערונג, אויף די סימבאָלן פֿונעם פֿאָלקסליד: די ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, דאָס ציגעלע, די גאָלדענע פּאַווע און די ברידער וואָס זײַנען געשטאָרבן: |