- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויף אַ קורצער צײַט זײַנען די צוויי לענדער־מיליטאַנטן, איראַן און צפֿון־קאָרעע, פֿאַרשטעלט געוואָרן מיט די הויפּט־געשעענישן פֿון די לעצטע חדשים — די אַנטי־טעראָריסטישע אַקציע פֿון ישׂראל קעגן “כאַמאַס" און דאָס קומען אין “ווײַסן הויז" פֿונעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. און אָט זײַנען זיי ווידער אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק, שוין מיט אַ נײַעם כּוח און ווי אַ רעזולטאַט פֿון די אומגעלומפּערטע און אומבאַהאָלפֿענע מעשׂים מצד די אייראָפּעיִ מיט 80 יאָר צוריק, אין 1929, האָט מען געלייגט דעם גרונטשטיין אויפֿצובויען די צען־גאָרנדיקע "ביאַליסטאָקער היים" אויף איסט־בראָדוויי, איין גאַס פֿונעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־בנין. דער פּלאַן אונטערצונעמען דעם פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 1926, נאָך דעם ווי די ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט אין ניו־יאָרק האָבן געזען, אַז אַ גוטע באַהאַנדלונג פֿאַר עלטערע לײַט איז שווער צו געפֿינען. אין מאַלמאָ, אַ שוועדישע שטאָט, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ פּולווערפֿאַס פֿון אַראַבישן און מוסולמענישן פֿונדאַמענטאַליזם, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה די פֿאַרגאַנגענע וואָך אָנגעקלאָגט די פּאָליציי פֿאַר זייער אויפֿפֿיר בעת אַ פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע, פֿאַראַכטאָגן זונטיק. די פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן האָבן געהאַט אַ שטאָט־דערלויבעניש זיך צו פֿאַרזאַמלען אינעם הויפּט־פּלאַץ פֿון דער שטאָט, לעבן דעם אַמאָליקן שטאָטראַט־בנין. אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט אָפּצומערקן דאָס דערשײַנען פֿונעם ראָמאַן "שבֿע שנים אַחרי" — זיבן יאָר שפּעטער — פֿון דר' אליהו סלע־סאַלדינגער. עס האָבן זיך באַטייליקט מיט באַגריסונגען און אָפּשאַצונגען: דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־געזעלשאַשפֿט מרדכי דוניץ, פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך און פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַנקאַ שמיר און דער מחבר אַליין. אליהו סלע איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל סערעט אין בוקאָווינע. זומער 1941, ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון בוקאָווינע און די רומענער האָבן איבערגענומען די מאַכט, האָט זיך אָנגעהויבן דער חורבן פֿון בוקאָווינער ייִדנטום. האָט עמעצער פֿון אײַך פֿאַרשטאַנען, ווער עס האָט געוווּנען און ווער עס האָט פֿאַרשפּילט אין דער רוסיש-אוקראַיִנישער גאַז־מלחמה? הגם ביידע צדדים טענהן, אַז זיי האָבן מנצח געווען, געפֿינט זיך אוקראַיִנע זיכער אין אַ שווערן מצבֿ. אַזוי זאָגן, לכל-הפּחות, די עקספּערטן פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס. די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד צעשיט זיך ממש: די וואַלוטע, הריוונע, ווערט ביליקער; די אינפֿלאַציע וואַקסט; די פּראָדוקציע — פֿאַלט. ווען פּרעה האָט באַשלאָסן נאָכצויאָגן די ייִדן און זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן, האָט דאָס וואַסער אינעם ים־סוף זיך געשפּאָלטן על־פּי־נס. די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען אויף יענער זײַט ים, אינעם מידבר, און זייערע רודפֿים זענען דערטרונקען געוואָרן, ווען דאָס וואַסער האָט זיך צונויפֿגעגאָסן צוריק. אַ טייל ייִדן האָבן געטענהט, אַז אינעם מידבר וועלן זיי בלײַבן הונגעריק און דורשטיק. נאָך דרײַ טעג וואַנדערונגען אָן שפּײַז און וואַסער, האָבן זיי, צום סוף, געפֿונען אַ קוואַל; מיט אַ צײַט צוריק איז אין פּאַריז אַוועק פֿון דער וועלט דער ייִדישער קינסטלער יעקבֿ מאַרקעל — אַ מײַסטער פֿון פּאָרטרעטן, פּייסאַזשן און שטיללעבנס. לאָמיר, לשם הספּד, וועגן אים און זײַן קונסט, זאָגן אַ פּאָר ווערטער. עפּעס האָט דער קינסטלער מאַרקעל נישט געהאַלטן פֿון דער הײַנטצײַטיקייט. אַ מהלך ווײַט איז ער געווען פֿון די אַלע “איזמען" פֿון דער הײַנטצײַטיקער קונסט. די הײַנטצײַטיקע שיטה אין דער רוסיש־ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע באַטראַכט רוסישע ייִדן ניט ווי אַ פּאַסיווער קרבן פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות, נאָר ווי אַקטיווע "אַקטיאָרן אין דעם אויפֿקום־פּראָצעס פֿון דער מאָדערנער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט", ווי עס דערקערלט די דײַטשישע היסטאָריקערין ווערענאַ דאָרן אין דער הקדמה צו איר נײַעם בוך. איר פֿאָרשונג איז געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם אייגנאַרטיקן פּאָליטישן, געזעלשאַפֿטלעכן פּראָיעקט, דעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע עליט דורך אויסשולן ראַבינערס פֿון אַ נײַעם שניט. רבותי, ווען מיר וואָלטן אַלע הײַנט גערעדט אויף דײַטש און אויף ייִדיש איינער צום אַנדערן, וואָלטן זיך זיכער געפֿונען חכמים (אי צווישן אַחינו־בני־ישׂראל און אי צווישן די אומות־העולם) וואָס וואָלטן דאָס אי באַטראַכט ווי באַשערט, אי געהאַלטן פֿאַר ניט מער ווי נאַטירלעך. "נאַטירלעך" און "באַשערט" ווערן אין דער חכמת־הגעשיכטע געטײַטשט אויף צוריק, ניט אויף פֿאָרויס. עס לאָזט זיך אויס, אַז אין שײַכות מיט לייענען, געפֿינט זיך דער הימל דערווײַל גאָר ניט בײַ דער ערד — אַזוי, לכל-הפּחות ווײַזט די לעצטע פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער. צום ערשטן מאָל אין דעם 21סטן יאָרהונדערט זעט מען, אַז ס׳איז גרעסער געוואָרן די צאָל לײַט, וואָס לייענען ליטעראַטור. אמת, מיינט נאָך ניט, אַז דאָס איז אַ בשׂורה-טובֿה פֿאַר די קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן, ווײַל אַ היפּשער טייל מענטשן, בפֿרט יונגע, לייענען ראָמאַנען און דערציילונגען נעמענדיק עס אין אינטערנעץ. אַגבֿ, פּאָעזיע לייענט כּמעט קיינער ניט, דאָס איז געוואָרן, צום באַדויערן, אַ זשאַנער פֿאַר אַ פּיצינקער גרופּע עסטעטן. צו זײַן 40סטן יאָרצײַט אין לעצטן נומער "פּערל" האָבן מיר ציטירט אַ טייל פֿון איציק מאַנגערס עסיי, וווּ ער דערציילט אַן אינצידענט אין שײַכות מיט זײַן באַרימטן ליד "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים". מאַנגער דערציילט ווײַטער וועגן אַ צווייטן עפּיזאָד אין וועלכן דאָס ליד האָט געשפּילט אַ ראָלע: "די דײַטשן האָבן געהאַלטן לאָדזש פֿאַר אַ היימישער שטאָט. זיי האָבן, ווי אין שלום־עליכמס מעשׂה וועגן דײַטשן, אויפֿגעהאָנגען אַ גלאָק בײַ דער באַנסטאַנציע, צוגעקלעפּט אַ ברעטל ‘Litzmannstadt’ און געהערט די וועלט ווי דעם קאָטער. אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, גענוי אין יאָר 1943, האָבן זיך באַוויזן אין אַמעריקע צוויי דעלעגאַטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז געווען דער באַרימטער דראַמאַטישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס, און דער דיכטער איציק פֿעפֿער. זיי האָבן באַזוכט די שטאָט דעטרויט, וווּ עס האָט זיך געפֿונען די אויטאָמאָביל־אינדוסטריע. אויף דעם קבלת־פּנים, וואָס מען האָט פֿאַר זיי געמאַכט, איז אויך געווען פֿאַרבעטן דער פֿאַרטרעטער פֿון אַ געוויסער יוניאָן. |