אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, גענוי אין יאָר 1943, האָבן זיך באַוויזן אין אַמעריקע צוויי דעלעגאַטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז געווען דער באַרימטער דראַמאַטישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס, און דער דיכטער איציק פֿעפֿער. זיי האָבן באַזוכט די שטאָט דעטרויט, וווּ עס האָט זיך געפֿונען די אויטאָמאָביל־אינדוסטריע. אויף דעם קבלת־פּנים, וואָס מען האָט פֿאַר זיי געמאַכט, איז אויך געווען פֿאַרבעטן דער פֿאַרטרעטער פֿון אַ געוויסער יוניאָן. ער איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן פֿאַר די חשובֿע סאָוועטיש־ייִדישע געסט, וועלכע האָבן אויף אים געמאַכט אַ ריזיקן אײַנדרוק.
דאָ האָט זיך שלמה מיכאָעלס גענומען פֿאַראינטערעסירן מיטן יוניאָן־פֿאַרטרעטער, נאָך אַלעמען, אַ פֿאַרטרעטער פֿונעם אַרבעטער־קלאַס. האָט ער אים געפֿרעגט:
"זאָגט מיר איך בעט אײַך, וואָס פֿאַר אַ יוניאָן איז אײַערע?"
האָט יענער אים געענטפֿערט פּראָסט און פּשוט:
"די קאַרפּענטער־יוניאָן."
"און וואָס מיינט בײַ אײַך אַ ‘קאַרפּענטער?’" איז מיכאָעלס צו אים צוגעשטאַנען.
"אַ ‘קאַרפּענטער,’ איז אַן אַרבעטער וואָס מאַכט ‘פֿאָרניטשור’".
"און וואָס אַזוינס איז ‘פֿאָרניטשור?’" פֿרעגט אים ווײַטער מיכאָעלס.
"‘פֿאָרניטשור,’ דאָס איז אַזוי גוט ווי אַ ‘טייבל,’ אַ ‘טשער,’ אַ ‘בוק־קייס,’ און אַזוי ווײַטער."
געזען מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן, האָט מיכאָעלס אָפּגעטראָטן אין אַ זײַט, געקוועטשט מיט די פּלייצעס און באַוווּנדערט דעם יוניאָן־פֿאַרטרעטערס ייִדיש. אַזאַ מין ייִדיש האָט ער קיין מאָל נישט געהערט. האָט ער באַשלאָסן מער נישט מטריח צו זײַן דעם יוניאָן־פֿאַרטרעטער מיט זײַנע פֿראַגעס.
דאָס, מײַנע ליבע פֿרײַנד, איז וואָס מען רופֿט דאָ אין אַמעריקע "דזשויִש." דאָס איז וואָס דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין רופֿט "דזשויִשקע," און דאָס איז אויך דאָס וואָס דער פּאָעט אַהרן צייטלין רופֿט אַ "פּליינער דזשויִש."
מאַכט זיך און אַזאַ דזשויִשקע שכנטע דערציילט מיר אַ מעשׂה:
"ווען איך האָב ‘אַרײַנגעמופֿט’ אין מײַן ‘אַפּאַרטמענט,’ איז נאָך בײַ מיר און בײַ מײַן ‘נעקסט־דאָריקע’ דער ‘רענט’ געווען ‘ריזענאַבל.’ ‘דע לענדלע’ איז נישט געווען אַזוי ‘סעלפֿיש’ ווי די הײַנטצײַטיקע ‘לענדלעס.’ ער האָט די ‘טענענטס’ קיין מאָל נישט ‘געבאַדערט.’"
טראַכט איך בײַ זיך. וואָס טוט מען? קאָרעגירן קען איך זי נישט, ווײַל זי איז שוין אַ פֿאַרפֿאַלענע. שטיי איך און באַוווּנדער אויף ווי ווײַט אונדזער לשון האָט זיך דאָ פֿאַרבלאָנדזשעט. די שכנטע באַקלאָגט זיך אויפֿן "סופּער," און אויף די "גאַבידזש־קאָלעקטעס." זעט אויס אַז זיי וואַרפֿן זיך מיטן מיסט ווי מיט באַלעמעס. איך אײַל זיך, אָבער זי לאָזט נישט אָפּ.
"אין די ‘גוד אָלד טײַמס,’ אַז כ'האָב ‘געקעטשט אַ קאָלד,’ בין איך אַוועק צו מײַן ‘דאָקטע,’ און ער האָט מיר געגעבן אַ ‘פּעסקריפּשן,’ אָדער אַ ‘נירל,’ און האָט מיך באַלד ‘אויפֿגעפֿיקסט.’ אָבער הײַנט זײַנען דאָך די ‘דאָקטעס,’ מיט די ‘לענדלעס, ‘ מיט די ‘לאָיעס,’ אַ ‘באַנטש אָוו בלאַדסאַקעס.’ מ’קען דאָך זיי נישט ‘טראַסטן’ אויף קיין האָר."
אָט דאָס, מײַנע ליבע מענטשן, איז לשון "דזשויש." לאָמיר אָבער כאַפּן אַ בליק אויף צוריק. ווען ייִדיש איז נאָך געווען אַ פֿולבלוטיקער אינסטרומענט אין די מײַלער פֿון אירע רעדערס און אין די הענט פֿון די ליטעראַטן, זשורנאַליסטן און אינטעלעקטואַלן. זיי האָבן זיך געלאָזט וווילגיין און געשאַפֿן אַ ייִדישע ליטעראַטור, ממש אַ תּורה־מענטעלע פֿאַר אונדזער קולטור. אָבער דאָס פֿאָלק האָט זיך גערעדט אַן אייגענעם זינג־זאַנג־אידיאָם, מיט אַן אייגענעם דיאַלעקט. ס'האָט זיך נאָר געווענדט פֿון וואַנען זיי האָבן אָפּגעשטאַמט, צו וועלכער רבנישער דינאַסטיע זיי האָבן געהערט און פֿון וואַנען זיי האָבן געשעפּט זייערע פּרנסות.
פֿאַרן פּשוטן פֿאָלק איז ס'לשון ייִדיש געווען אַ סטראַדיוואַריוס, אויף וועלכן זיי האָבן אויסגעשפּילט די שענסטע ניגונים, ממש שירת־גן־עדן. מ'האָט דערקענט זייער ייִדיש לויטן שטעטל, צי דאָס איז געווען אין פּוילן צי אין ליטע, בעסאַראַביע, צי אין גאַליציע. אַלץ האָט זיך געווענדט אינעם זינג־זאַנג. ווײַזט זיך אַרויס, אַז אויפֿן וועג צו "דזשויִש," האָבן מיר אָנגעוווירן גאַנצע טשעמאָדאַנעס מיטן זינגענדיקן, פֿולבלוטיקן לשון, פֿולע רײַזעטאַשן מיט דיאַלעקטן, אָנגעפּראָפּטע פֿעסער מיט גלײַכווערטלעך, און חלומות, שוין אָפּגערעדט פֿון שנײַדער־לשון און שוסטער־שפּראַך, דאָס גנבֿים־לשון מיט דער שפּראַך פֿונעם בעל־עגלה און קצבֿ. ווער רעדט שוין פֿון די שיינע ייִדן, די כּלי־קודש, דאָס רבנישע ייִדיש, אָנגעזאַפּט מיטן גמרא־ניגון און דאָס לשון פֿון די קינדער, וועלכע האָבן זיך געשפּילט אין די הייף און אויף דער גאַס, אין סטרולקעס און קלעצלעך, אין גאָמלקעס און ניסלעך, און אַלץ, אַלצדינג אויף לשון אַשכּנז.
פֿאַרשוווּנדן איז דאָס לשון פֿון דער סטראַגער־ייִדענע, און די פֿרומע בעל־הביתטע, די אָפּשפּרעכערקע און די טונקערין אין מיקווה, די זאָגערקע אין שיל. דאָס אַלץ איז נישט דערגאַנגען צו אונדזערע וועלטלעכע אַמעריקאַנער ברעגעס. די וועלטלעכע טעקסטביכער פֿאַר קינדער האָבן שוין אויסגעלאָזט די טראַדיציאָנעלע אויסדרוקן וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט שבת און יום־טובֿ, תּפֿילות און תּורה־ווערטלעך. כאָטש צוריק גערעדט, רעדן שוין הײַנט די פֿרומע ייִדן אַ גאַנץ נישקשהדיקן "דזשויִש."
צווישן ייִדיש און דזשויִש איז געלעגן די אמונה, דער גלויבן און איבערגלויבן, פֿאָלקס־גלויבן, שפּרוכן, ברכות און קללות און אויף יעדער זאַך אַ ווערטל. אָט למשל האָט מען אַ וואַרשעווער גנבֿ געקענט דערקענען לויט זײַן הולך. ער האָט זיך געקליידט לויט דער לעצטער מאָדע — זײַן קעשעניע. מען האָט אָבער אים אויך דערקענט לויט זײַן לשון. ער האָט למשל געעפֿנט ס'מויל און ס'האָט זיך גענומען גיסן אַ מין לאַוואַ פֿון זײַן מויל:
"חבֿרה! שטעלט פֿיס, ס'גייט אַ קנעפּל, און אַז ד’עסט נישט האָרכן קריגסטו באַ מיאָ באַלד אַ רײַב אין פֿרעסער, אַ דראַמאַך אין דער מאָרדע, אַ פֿליק אין פּיסק, אַ כמאַל אין מיסטקאַסטן, אַ שאַס אין פּיסקאַטש אָדער אַ פֿלאַם אין מאַזשגאַר (מאַסקע)." שוין אָפּגערעדט פֿון איבערלאָזן אַ פּאָר ברענענדיקע לאַמטערנעס אונטער יענעמס אַקעס (אויגן).
די וואַרשעווער האָבן ליב געהאַט צו עסן וועמפּלעך (tripe) און קיסקעלעך מיט בעבעלעך. אַגבֿ, דאָס וואָרט שפּײַער, רעוואָלווער, הייסט עס, איז געקומען פֿון וואַרשעווער ייִדיש. זיי האָבן צונויפֿגעהאָפֿטן שפּײַען מיט פֿײַער, און פֿון דעם געמאַכט שפּײַער.
און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז מיר ייִדן האָבן געלעבט אַ לעבן וואָס איז געווען פֿול מיט גאָט און להבֿדילס. מיר האָבן געגלייבט אין נישט־גוטע, אין יצר־הרע און יצר־טובֿ, די־וועלט און יענע־וועלט. און דער עיקר אין ביאת־המשיח. אַ סך פֿון די טראַדיציעס, מנהגים און ריטואַלן זײַנען פֿאַרשוווּנדן צוזאַמען מיט די איבערגלויבנס, דיבוקים און גילגולים, צוזאַמען מיטן כּישוף פֿון דער שפּראַך.
איז מאַמע־לשון, הייסט עס, אויסגעוואַקסן, פֿון אַ פּראָסט און פּשוטער מויד וואָס האָט אָפּגעקינדלט גאַנצע דורות, ייִדיש־ריידנדיקע דורות, האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַלטער, שוואַכער ייִדענע. אויסגעגעבן די קינדער אין פֿריידן, פֿאַר אייניקלעך איז שוין נישט פֿאַרבליבן קיין כּוחות. זיי געהערן שוין צו אַן אַנדער דור, און אַן אַנדער צײַט. זיי רופֿן זי "גרענדמאַ," אָדער "נאַנאַ," און עס קלינגט פֿרעמד. זי לײַדט פֿון רעוומאַטיזם און אַרטרײַטיס, די פֿיס טאַנצן שוין נישט ווי אַמאָל, די הענט בייגן זיך שוין נישט ווי אַמאָל, די אויגן זעען און די אויערן הערן, און דאָס וואָס זיי זעען און הערן לייגט זיך עס שווער אויף אירע ביינער און אויף איר געמיט. נאָר איין דאָקטער קען איר העלפֿן. נעמט ער אַרויס זײַן טרײַבל מיט זײַנע שפּאַקולן, און האָרכט זיך אײַן. וואָס הערט ער? ער הערט ווי בײַ דער באָבעשי ייִדיש, קלאַפּט נאָך אַלץ אַ ייִדיש האַרץ. ער קוקט אַרײַן אין אירע יאַסלעס, די אייבערשטע און די אונטערשטע, און שטעלט אַ דיאַגנאָזע. די פּאַציענטקע איז קריטיש, אָבער אירע ציין זײַנען אין זייער אַ גוטן צושטאַנד, אויף אַלע ייִדישע קינדער, און אויב די ציינער מיט דער צונג הייבן נישט אָן צו באַוועגן זיך וואָס אַמשנעלסטן, וועלן די געזונטע ציין אַרויספֿאַלן.
אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס פֿון אַזאַ רחבֿות זײַנען מיר אַזוי שטאַרק פֿאַראָרעמט געוואָרן. און גיי שרײַ חי־וקים, אַז דאָס אייגענע פֿאָלק בויקאָטירט און וויל געניסן אַ פֿולן ביסן פֿון דעם וואָס די וועלט שטעלט זיי צו. ס'איז דעם פֿאָלק נאָך קיין מאָל אַזוי גוט נישט געווען. ליגט מסתּמא די גאַנצע צרה אינעם פֿינאַנציעלן רחבֿות, נישט קולטורעלן. ס'איז אונדז נאָך קיין מאָל נישט געווען אַזוי גוט ווי עס איז אונדז אין דעם אַמעריטשקע־גנבֿ. און ווען איך האָב געפֿרעגט מײַנע סטודענטן.
"זאָגט מיר חבֿרה, איז דאָס ייִדישע פֿאָלק אַ גליקלעך פֿאָלק?"
זײַנען זיי אַלע געבליבן זיצן אָן אַ לשון, מיטן גאַנצן כּל־טובֿ, מיטן גאַנצן רחבֿות, האָט מען גענומען שטאַמלען און זאַיִקען זיך:
"ניין!" האָבן זיי געענטפֿערט, "יעדן איינעם באַזונדער איז גוט ווי די וועלט, אָבער ווי אַ רבים, ווי אַ כּלל־ישׂראל, איז אונדז ביטער."
זײַנען מיר, הייסט עס, אַן אויסטערליש פֿאָלק. ס'איז אונדז גוט און שלעכט אין דער זעלבער צײַט, און ווער ווייסט צי די צוויי פּאָלוסן וועלן זיך אַמאָל טרעפֿן.