ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Verena Dohrn. 
Jüdische Eliten im Russischen Reich. Köln: Böhlau, 2008.
Verena Dohrn. Jüdische Eliten im Russischen Reich. Köln: Böhlau, 2008.

די הײַנטצײַטיקע שיטה אין דער רוסיש־ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע באַטראַכט רוסישע ייִדן ניט ווי אַ פּאַסיווער קרבן פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות, נאָר ווי אַקטיווע "אַקטיאָרן אין דעם אויפֿקום־פּראָצעס פֿון דער מאָדערנער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט", ווי עס דערקערלט די דײַטשישע היסטאָריקערין ווערענאַ דאָרן אין דער הקדמה צו איר נײַעם בוך. איר פֿאָרשונג איז געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם אייגנאַרטיקן פּאָליטישן, געזעלשאַפֿטלעכן פּראָיעקט, דעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע עליט דורך אויסשולן ראַבינערס פֿון אַ נײַעם שניט. דער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ שותּפֿות צווישן די משׂכּילים און דער רוסישער רעגירונג, אָבער צום סוף האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ בוידעם, ווײַל די רוסישע מלוכה האָט געביטן איר קורס.

דאָרן באַטראַכט די השׂכּלה ניט נאָר ווי אַ גײַסטלעך־אינטעלעקטועלע, נאָר דער עיקר ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכע באַוועגונג. דערפֿאַר איז זי מער פֿאַראינטערעסירט אין די אינסטיטוציעס איידער אינעם געדאַנק. די השׂכּלה לעבט ניט נאָר אין די קעפּ און אין די ביכער, נאָר אויך אין די שולן און אַנדערע אַנשטאַלטן. דער וויכטיקסטער אויפֿטו פֿון די רוסישע משׂכּילים זײַנען געווען די צוויי מאָדערנע רבינער־סעמינאַרן, וואָס די צאַרישע רעגירונג האָט געעפֿנט אין ווילנע און זשיטאָמיר, כּדי צוצוגרייטן אַ נײַע גײַסטלעכע פֿירערשאַפֿט פֿון רוסישן ייִדנטום. די רוסישע משׂכּילים זײַנען געווען אַקטיווע מיטהעלפֿער פֿון דער מלוכה אין דעם דאָזיקן עקספּערימענט. אַזאַ מין שותּפֿות איז געווען אַ יוצא־דופֿן׃ אין אַנדערע לענדער האָט זיך די מלוכה ניט אַרײַנגעמישט אַזוי אַקטיוו אין די ייִדישע רעליגיעזע ענינים.

די השׂכּלה איז קיין מאָל ניט געווען אַ סטאַטעטשנע וועלט־אַנשויונג. דאָס איז געווען אַ מין ליבעראַלע "מסורה", וואָס האָט זיך געענדערט אין הסכּם מיטן צײַטגײַסט. דאָרן באַהאַנדלט פּרטימדיק די לעבנסגעשיכטעס פֿון די "ראשונים" און "אחרונים" פֿון דער רוסישער השׂכּלה, וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן אין פֿאַרשידענע שפּראַכן׃ העברעיִש, ייִדיש, רוסיש, דײַטשיש און ענגליש. זי שילדערט אויס אַ רײַכן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון צוויי דורות פֿון דער קולטורעלער סמעטענע פֿונעם רוסישן ייִדנטום, וואָס זײַנען אויסגעשולט געוואָרן אין די צוויי ראַבינער־סעמינאַרן.

דער קאָמפּליצירטער פּראָצעס פֿון מאָדערניזירונג פֿונעם רוסישן ייִדנטום און פֿון זײַן אינטעגראַציע אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט ווערט באַטראַכט דורכן שפּאַקטיוו פֿון בילדונג־פּאָליטיק. די ראַבינער־סעמינאַרן זײַנען געווען אַ מין פּשרה צווישן דער מלוכה און די משׂכּילים. אָבער די צילן פֿון די צדדים זײַנען געווען פֿאַרשידענע׃ די מלוכה האָט באַצוועקט אַ פֿולקומע רוסיפֿיקאַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, בעת די משׂכּילים האָבן בדעה געהאַט אויפֿצוקלערן די ייִדן און אויף אַזאַ אופֿן זיי צוצופּאַסן צו דער מאָדערנער ציוויליזאַציע. אין דער דאָזקער סתּירה האָט זיך אָפּגעשפּיגלט דער קאָנפֿליקט צווישן דעם רוסישן נאַציאָנאַליזם, וואָס איז געוואָרן די אָפֿיציעלע אידעאָלאָגיע פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין די 1870ער יאָרן, און דעם אייראָפּעיִשן ליבעראַליזם, וואָס איז געווען דער פּאָליטישער אידעאַל פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ.

די לערן־פּראָגראַם פֿון די סעמינאַרן און ייִדישע שולן איז באַשטאַנען פֿון צוויי טיילן, דעם רוסישן און דעם ייִדישן. אין די ייִדישע לימודים האָט מען באַטאָנט די פּאָזיטיווע און ראַציאָנאַלע עלעמענטן פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, בפֿרט די פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם רמב״ם. להיפּוך צו די ישיבֿות, האָט מען שטודירט משנה און גמרא נאָר אין ספּעציעל אויסגעקליבענע פֿראַגמענטן. נאָך אַ גרעסערער חידוש זײַנען געווען די העברעיִשע גראַמאַטיק און די ייִדישע געשיכטע. דערבײַ האָט מען ניט געטאָרט קריטיקירן קריסטנטום און די רוסישע רעגירונג פֿאַר זייער נעגאַטיווער באַציִונג צו ייִדן. דער ציל פֿון דער רוסישער בילדונג איז געווען, קודם־כּל, צו דערציִען ייִדן ווי רוסישע פּאַטריאָטן, וואָס איז געוואָרן באַזונדערס אַקטועל נאָך די צוויי דורכגעפֿאַלענע פּוילישע אויפֿשטאַנדן פֿון 1831 און 1863.

די רוסיפֿיקאַציע פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ האָט גורם געווען אַ טיפֿן שפּאַלט צווישן די דורות; אָבער קיין רעאַלע "דערנענטערונג" צווישן ייִדן און דעם רוסישן פֿאָלק איז ניט געווען מעגלעך כּל־זמן די ייִדן האָבן ניט געהאַט גלײַכע בירגערלעכע רעכט מיט דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג. דער סוף פֿון דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער בילדונג איז געקומען אין 1873, וואָס איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אַלגעמיינעם אידעאָלאָגישן קער פֿון דער אימפּעריאַלער פּאָליטיק צו דער נאַציאָנאַליסטישער. נאָך דעם האָט די צאַרישע מלוכה מער ניט געהאַט קיין פּלענער פֿאַר ייִדישער אַקולטוראַציע — פֿאַרקערט, נאָכן יאָר 1881 איז איר פּאָליטיק געוואָרן אויסגעשפּראָכן אַנטי־ייִדיש.

די בילדונג־רעפֿאָרמען האָבן ניט געשאַפֿן קיין ממשותדיקע געזעלשאַפֿטלעכע עליט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, וואָס וואָלט געווען געטרײַ דעם רוסישן מלכות — ווי עס איז געשען אין עסטרײַך און אונגאַרן. אַנשטאָט דעם האָט זיך אויסגעפֿורעמט די רוסיש־ייִדישע אינטעליגענץ, וואָס איז געווען געשטימט גאַנץ קריטיש לגבי דעם צאַרישן רעזשים און האָט זיך גענומען זוכן אַ לייזונג פֿון דער "ייִדישער פֿראַגע" אויף די נײַע וועגן פֿון סאָציאַליזם און נאַציאָנאַליזם. אַזוי אַרום ליגן די וואָרצלען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָליטיק אין דער מפּלה פֿון דער צאַרישער רעגירונג צו דערציִען אַ געטרײַע און פֿאַרלאָזלעכע עליט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה.