|
זעלבסטפּאָרטרעט, 1960 |
|
מיט אַ צײַט צוריק איז אין פּאַריז אַוועק פֿון דער וועלט דער ייִדישער קינסטלער יעקבֿ מאַרקעל — אַ מײַסטער פֿון פּאָרטרעטן, פּייסאַזשן און שטיללעבנס. לאָמיר, לשם הספּד, וועגן אים און זײַן קונסט, זאָגן אַ פּאָר ווערטער.
עפּעס האָט דער קינסטלער מאַרקעל נישט געהאַלטן פֿון דער הײַנטצײַטיקייט. אַ מהלך ווײַט איז ער געווען פֿון די אַלע “איזמען" פֿון דער הײַנטצײַטיקער קונסט.
לויט אים איז דער מענטש אײַנגעוויגט אין מיראַזשן, און ער זינקט אין דער בלאָטע פֿון אַ באַנאַלן שטייגער־לעבן... ובֿכן פֿלעגט ער גיין זײַן אַלייניקן וועג. שוין לאַנג, ווי דער קינסטלער האָט זיך געגט מיט אַלע “איזמען".
אין זײַנע יונגע יאָרן, פֿאַרן מבול, איז אים געשטאַנען פֿאַר די אויגן דאָס בילד וואָס ברענגט דער נבֿיא — “אין אָוונט וועט ווערן ליכטיק". נו, דעמאָלט פֿלעגט ער זינגען אַ הללויה צו די מאָרגנס פֿון ליכט, וואָס וועלן קומען, און בילדער פֿלעגט ער מאָלן אין אַ קאָנסטרוקטיוו־אַבסטראַקטן נוסח — עלעהיי ער וואָלט געבויט שלעסער פֿאַרן מענטש פֿון דעם באַחרית־הימים.
אין אַ שמועס אַ מאָל האָט מיר מאַרקעל געזאָגט, אַז קונסט האָט ער געלערנט אין די אַקאַדעמיעס פֿון קראָקע און פּאַריז. דעם “אוניווערסיטעט" האָט ער געמאַכט אין אוישוויץ... אין אוישוויץ האָט ער געלערנט די מסכתּא־לעבן... ער האָט דאָרט געזען, אַז גענוי, ווי בײַם לעגענדאַרן איקאַר, האָבן זיך בײַ דעם בחיר־היצירה אָפּגעטאָן די פֿליגל, און ער איז פֿון די הימלען אַראָפּגעפֿאַלן אין אָפּגרונט!.. אין אוישוויץ־גיהנום איז ער געוואָרן אַן אַפּיקורת אין באַגריף — מענטש.
|
פּייסאַזש. שאַמפּאַן־געגנט |
|
ווען אַ געראַטעוועטער על־פּי־נס, האָט זיך מאַרקעל צוריקגעקערט קיין פּאַריז, האָט ער זיך אויף דעם אַלעם נישט אומגעקוקט. ער האָט זיך אַוועקגעלאָזט מיטן וועג פֿון דער פֿיגוראַטיווער מאָלערײַ, און דווקא אין קלאַסיש־רעאַליסטישן באַנעם. ער האָט געמאָלט פּייסאַזשן, פּאָרטרעטן און שטיללעבנס פֿון די סאַמע שפֿלדיקע אָביעקטן.
קינדווײַז, אין זײַן חסידישן היים, האָט מען אין אים אַרײַנגעברענגט, אַז “אין יעדער גשמיות איז פֿאַראַן הייליקע ניצוצות". אים איז דאָס אַ סבֿרא געגאַנגען אין קאָפּ אַרײַן, ווײַל זײַט ער האָט זיך גענומען צו פֿיגוראַטיוון מאָלערײַ האָט ער נישט אויפֿגעהערט צו זוכן די “הייליקע ניצוצות" אין די סאַמע באַנאַל־פּשוטע זאַכן, ווי אַ שטייגער — אין טשײַניק אויף דער אָרעמער פּרימוס־מאַשינקע, אין דאָרפֿישן ברויט מיטן מעסער, אין דעם ערדענעם קריג מיטן וואַסער, אין פּרימיטיוון מכשיר צו שטויסן קאַווע, און ענלעכע פּראָסטע קעגנשאַנדן פֿון אָרעמען — אָבער געזונטן לעבן פֿון פֿאָלקסמענטש. מיט די־אָ קעגנשטאַנדן פֿלעגט ער, אַ לעבן־לאַנג, פֿירן אַ “דיאַלאָג" — זיי זענען בײַ אים געווען די “העלדן" פֿון זײַנע שטיללעבנס.
קורץ, ער איז געוואָרן אַ חסיד פֿון אַלטן פֿראַנצויזישן מײַסטער שאַרדען (1699—1779), וואָס האָט געטענהט, אַז “באַנוצן טאַקע, באַנוצט מען זיך מיט פֿאַרב און אַ פּענדזל, מאָלן אָבער — מאָלט מען מיט געפֿיל". ובֿכן, האָט זײַן געפֿיל אַזוי געקערעוועט דעם פּענדזל זײַנעם, אַז פֿון זײַן קאָמפּאָזיציע טויטע אָביעקטן זאָל אַרויסרעדן אַ שטיל צאַפּלדיק לעבן.
|
אַ יונגע פֿרוי |
|
פֿאַרן קינסטלער מאַרקעל, וועלכער האָט באַטראַכט דעם מײַסטער שאַרדען פֿאַר זײַן מורה־דרך — פֿאַר אים איז מאָלערײַ נישט געווען אַ קלינג־קלאַנג פֿון פֿאַרבן, און אַוודאי נישט קיין געיעג נאָך פֿאָרמאַליזם. ער האָט געוואָלט, אַז זײַן יצירה זאָל אָטעמען מיט האַרץ פֿון לעבן. מאַרקעל האָט נישט געהאַלטן פֿון דעם ווירטואָזן פֿאַרבנגערויש. אַ פּשוטער גאָר האָט, לויט אים, געקאָנט ווירקן מער עמאָציאָנעל, ווי דער קלאַנג פֿון רעשנדיקע קאָלירן. פֿלעגט ער מיט אַ געצוימטער קאָנטראַפּונקטועלער פֿאַרביקייט, אָנגעשפּאַרט אויף קאַרגע פֿאַרבן־גאַמעס, באַשאַפֿן אַ יום־טובֿדיקע שטימונג.
אינטערעסאַנט — אין דער מאָלערײַ בנוסח מאַרקעל הערט מען עפּעס אַ שטילן קלאַנג פֿון מרידה — אַ פּראָטעסט קעגן זינלאָזן הו־האַ פֿון אונדזער צײַט! מאַרקעלס שטיללעבנס, באַזירט אויף פּשוטע טאָג־טעגלעכע אָביעקטן שטעלן אײַן אַ דיאַלאָג מיטן מענטש: זיי פּרוּוון אים אַוועקרײַסן פֿון די גרויסשטאָטישע מיראַזשן — זיי פּרוּוון אים דערנענטערן צו אַ לעבן פֿון פּשטות און ערלעכער מי. מאַרקעלס אַ ווערק איז מגלה אַ הומאַנעם אָנשטרענג צו טראַנספֿאָרמירן דעם מענטשן. פֿון זײַן יצירה שטראָמט אַ שטימע, וואָס איז צאַרט, ווי “דער אָטעם פֿון שטילקייט". דאָס איז די שטימע פֿון אַ שעפֿער מיט אַ נשמה — אַ שטימע פֿון ליבע און האָפֿענונג.
* * *
דער מײַסטער פֿון שטילן מימיק־טעאַטער, דער ייִד מאַרסעל מאַרסאָ האָט געזאָגט, אַז “אויך דער אָטעם פֿון שטילקייט קאָן זינגען אַ ניגון פֿון אַ מענטשן־טראַנספֿאָרמאַציע!"