|
הרבֿ יהודה בלאַנק אין דער שיל |
|
מיט 80 יאָר צוריק, אין 1929, האָט מען געלייגט דעם גרונטשטיין אויפֿצובויען די צען־גאָרנדיקע "ביאַליסטאָקער היים" אויף איסט־בראָדוויי, איין גאַס פֿונעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־בנין. דער פּלאַן אונטערצונעמען דעם פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 1926, נאָך דעם ווי די ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט אין ניו־יאָרק האָבן געזען, אַז אַ גוטע באַהאַנדלונג פֿאַר עלטערע לײַט איז שווער צו געפֿינען.
דער עלטערער דור בלײַבט אָפֿט עלנט און אָן שום משפּחה, פֿאַרלוירן געגאַנגען אין דער גרויסער שטאָט, און זייערע לאַנדסלײַט האָבן זיך אונטערגענומען אויפֿצושטעלן דעם הילף־צענטער. צווישן די פֿירערס איז געווען "מיסטער ביאַליסטאָק", דוד סאָהן, וועלכער איז געווען אַקטיוו אין דער "היים" ביז זײַן טויט אין 1968.
היסטאָריש, האָבן זיך די ביאַליסטאָקער ייִדן אין זייערע נײַע היימען איבער דער וועלט גוט אָרגאַניזירט, מע קען אַפֿילו זאָגן, בעסער ווי אַנדערע. אין 1950 האָבן אַן ערך 50,000 ביאַליסטאָקער געוווינט אין אַמעריקע, און זיי האָבן נישט אויפֿגעהערט דורכצופֿירן וויכטיקע קולטור־אַקטיוויטעטן און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן זיי אַהיימגעשיקט פֿינף מיליאָן דאָלאַר במשך פֿון די יאָרן 1919 — 1932 צו העלפֿן ווידער אויפֿצובויען די שטאָט. שוין אין 1864 האָט עקזיסטירט אין אַמעריקע די ערשטע גרופּע ביאַליסטאָקער לאַנדסמאַנשאַפֿט, דער "ביאַליסטאָקער אונטערשטיצונג־פֿאַראיין", און אין 1897 האָט מען אויפֿגעבויט דעם ערשטן ביאַליסטאָקער "ביקור־חולים" אין ניו־יאָרק.
די נײַע "ביאַליסטאָקער היים און ביקור־חולים" איז געווען אַן אויפֿטו נישט פֿון געציילטע יחידים, נאָר פֿון דער ברייטערער ביאַליסטאָקער לאַנדסמאַנשאַפֿט־קהילה איבערן לאַנד. מע האָט אַראָפּגעריסן עטלעכע צעפֿאַלנדיקע בנינים אויף איסט־בראָדוויי צו מאַכן אָרט, און במשך פֿון צוויי יאָר איז פֿאַרענדיקט געוואָרן דער נײַער בנין; אין מײַ 1931 האָט די ביאַליסטאָקער "היים" זיך געעפֿנט. צום חנוכּת־הבית אין סעפּטעמבער 1931, זענען געקומען טעלעגראַמען פֿונעם דעמאָלטיקן גובערנאַטאָר פֿון ניו־יאָרק, פֿראַנקלין רוזוועלט, דעם ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער דזשיימס וואָקער, און דעם מענעדזשער פֿונעם "פֿאָרווערטס" — ב. וולאַדעק.
|
די "ביאַליסטאָקער היים" אויף איסט־בראָדוויי |
|
די ערשטע פֿופֿציק תּושבֿים פֿון דער "ביאַליסטאָקער היים" האָבן זיך תּיקף אַרײַנגעצויגן. די היים איז אין גיכן געוואָרן אַ צענטער פֿאַר אַלע אַקטיוויטעטן פֿון די ביאַליסטאָקער איבער דער וועלט. דעם זאַל האָט מען געניצט פֿאַר לאַנדסמאַנשאַפֿט־פֿאַרזאַמלונגען, און בײַ די שׂימחות זענען אויפֿגעטראָטן ייִדישע אַקטיאָרן, זינגערס און מוזיקער. די לאַנג־יאָריקע פּובליקאַציע "ביאַליסטאָקער שטימע", וואָס איז צו ערשט דערשינען אין 1921, איז רעדאַקטירט און צעשיקט געוואָרן פֿון דער "היים."
הרבֿ יהודה בלאַנק, דער איצטיקער רבֿ פֿון דער "היים", האָט אונדז געוויזן די הײַנטיקע אינסטיטוציע און דערציילט ווי זי האָט זיך געביטן. ער האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט אין 1998, ווען אַלע תּושבֿים זענען נאָך געווען ייִדן. אינעם יאָר 2000 האָט מען געביטן די קאָנסטיטוציע, כּדי אַרײַנצולאָזן אויך נישט־ייִדן אין דער "היים" — "אַוודאי איז די סבֿיבֿה געווען אַנדערש ווען אַלע זענען געווען ייִדן", אָבער בלאַנק איז שטאָלץ מיט דער וואַרעמער און פֿרײַנדלעכער שטימונג אין דער איצטיקער "היים". ער האָט אויך זיך דערמאָנט, אַז עטלעכע "פֿאָרווערטס"־שרײַבער און רעדאַקטאָרן האָבן געוווינט אין דער היים. הרבֿ בלאַנק איז אַ צערטיפֿיצירטער גײַסטיקער עצה־געבער פֿאַר אַלע רעליגיעס, און העלפֿט אויך מיט פּירסום פֿאַר דער "היים". ער האַלט אָן אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט די ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט און מיט דער פֿאַרוואַלטונג, וואָס באַשטייט פֿון די ביאַליסטאָקער, קינדער פֿון די ביאַליסטאָקער און אַנדערע.
אין דער שיל אין דער "היים" האָט בלאַנק דערציילט, אַז ווען מע זאָגט דאָרטן יזכּור, מאַכט מען אַ ספּעציעלן יזכּור פֿאַר די ביאַליסטאָקער, וואָס זענען אומגעקומען. כאָטש אַליין נישט קיין אָפּשטאַמיקער פֿון דער שטאָט, רעדט ער וועגן די ביאַליסטאָקער ייִדן מיט אַ באַזונדערן דרך־ארץ — "ביאַליסטאָק איז געווען באַקאַנט סײַ פֿאַר אירע וועלטלעכע ייִדן, סײַ פֿאַר אירע פֿרומע ייִדן. מיר זענען געבענטשט, וואָס זיי האָבן אונדז געקענט איבערגעבן זייערע קולטורעלע און גײַסטיקע אוצרות."
די שיל אין דער "היים" האָט זיך געביטן במשך פֿון די יאָרן, אָבער זי איז געבליבן אַ טראַדיציאָנעלע. הונדערטער באַלויכטענע יאָרצײַט־טאָוולען פֿון ביאַליסטאָקער, טייל אומגעקומען אינעם חורבן, רינגלען אַרום די שיל. "די יאָנג־איזרעל אָוו מאַנהעטן"־שיל אויף דער צווייטער זײַט גאַס איסט־בראָדוויי האָט אָנגעהויבן אַ רעמאָנט, דאַוונט יענער מנין בײַ זיי אין דער "היים" דרײַ מאָל אַ טאָג, און דער רבֿ לערנט אַ גמרא־קלאַס. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת דאַווענען די אײַנוווינער פֿון דער "היים" ווי אויך אַנדערע פֿון דער געגנט. אַזוי ווי די ייִדן אינעם מנין זענען אַלטע לײַט, און אָפֿט קראַנקע, שטייט גרייט אַ זויערשטאָף־מאַשין און אַנדערע מעדיצינישע מכשירים. דאָס אָרט צווישן די בענק האָט מען פֿאַרברייטערט, כּדי די מתפּללים זאָלן קענען צוקומען צום עמוד און באַקומען אַן עליה אין אַ רעדל־שטול. "מיר ווילן, אַז יעדער זאָל זיך פֿילן באַקוועם דאָ בײַ אונדז" — האָט ער צוגעגעבן.
|
די פֿענצטער אינעם זאַל פֿון דער "היים" |
|
הרבֿ בלאַנק איז נישט דער איינציקער גײַסטיקער מדריך וואָס באַהאַנדלט די קראַנקע. עס קומען אַרײַן אַ גלח און צוויי שוועסטער פֿרײַטיק און שבת פֿאַר די קאַטוילישע אײַנוווינער. זונטיק קומען זיך צונויף די נישט־קאַטוילישע קריסטן אויף גאָטסדינסט. פֿאַר די אַזיאַטישע אײַנוווינער קומט אַ בודישער מאָנאַך, און מאָנטיק אין דער פֿרי — אַ שפּאַניש־רעדנדיקער גלח. דער רבֿ האָט אויך אײַנגעפֿירט אַ יום־טובֿ לכּבֿוד "מאַרטין לוטער־קינג" טאָג, געוויסע תּושבֿים זאָלן זיך נישט פֿילן אויסגעשלאָסן. אינעם "פּאַלמען־זונטיק" קען מען זען פּאַלמען־בלעטער אין די צימערן פֿון די קריסטן.
פֿון אָנהייב אָן איז די קיך געווען אַ כּשרע, און דאָס יאָר איז דאָס פֿלייש געוואָרן "גלאַט"־כּשר. מיט פֿרייד האָט הרבֿ בלאַנק אונדז געוויזן די קיך און דעם זאַל, וווּ אַ פּרעכטיקע קאָלירטע וויטרינע מיט אַ בילד פֿון אַ מנורה בלישטשעט נאָך. הײַנט איז די "היים" אויך אַ "רעהאַביליטיר־צענטער" מיט די נײַסטע מאַשינען; דאָס הייסט, אַז קראַנקע מענטשן קומען אַהין נישט נאָר צו וווינען, נאָר אויך זיך אויסצוהיילן און אַהיימפֿאָרן. דאָקטוירים, קראַנקן־שוועסטער און פּסיכאָלאָגן אַרבעטן יעדן טאָג.
צום סוף פֿון אונדזער וויזיט האָט הרבֿ בלאַנק געמאַכט אַ סך־הכּל פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער "ביאַליסטאָקער היים" — "כאָטש די היים איז דורכגעגאַנגען ענדערונגען במשך פֿון די יאָרן, איז געבליבן דאָס אָריגינעלע שליחות פֿון די ערשטע ביאַליסטאָקער: צו אַנטוויקלען הילף פֿון דער בעסטער קוואַליטעט און מענטשלעכקייט".