עס לאָזט זיך אויס, אַז אין שײַכות מיט לייענען, געפֿינט זיך דער הימל דערווײַל גאָר ניט בײַ דער ערד — אַזוי, לכל-הפּחות ווײַזט די לעצטע פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער. צום ערשטן מאָל אין דעם 21סטן יאָרהונדערט זעט מען, אַז ס׳איז גרעסער געוואָרן די צאָל לײַט, וואָס לייענען ליטעראַטור. אמת, מיינט נאָך ניט, אַז דאָס איז אַ בשׂורה-טובֿה פֿאַר די קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן, ווײַל אַ היפּשער טייל מענטשן, בפֿרט יונגע, לייענען ראָמאַנען און דערציילונגען נעמענדיק עס אין אינטערנעץ. אַגבֿ, פּאָעזיע לייענט כּמעט קיינער ניט, דאָס איז געוואָרן, צום באַדויערן, אַ זשאַנער פֿאַר אַ פּיצינקער גרופּע עסטעטן.
מע קען שוין געפֿינען קריטישע קאָמענטאַרן מכּוח אָט דער אָפּטימיסטישער סטאַטיסטיק. מע האַלט אין איין שרײַען גוואַלד: "וווּ איז דער לייענער?" — ניט בלויז אין אַמעריקע, נאָר אויך אין אַנדערע לענדער. דער מצבֿ איז באַזונדערס שווער פֿאַר די צײַטונגען. ניט צופֿעליק קלײַבט מען זיך געבן אַלע 18־יאָריקע פֿראַנצויזן אַ מעגלעכקייט צו אַבאָנירן אַ צײַטונג אויפֿן חשבון פֿון דער מלוכה. מע וויל אַזוי "פֿאַרנאַרן" דעם יונגן דור אין פּראָצעס פֿון לייענען פּעריאָדישע אויסגאַבעס. אין פֿראַנקרײַך איז דאָס זייער אַקטועל, ווײַל דאָרטן געפֿינען זיך די פֿאַרלעגערישע יוניאָנען אין די הענט פֿון קאָמוניסטן, וואָס דערלאָזן ניט צו ראַציאָנאַליזירן די אינדוסטריע.
אָבער אויך אין אַמעריקע, וווּ עס שמעקט ניט אַפֿילו מיט קיין קאָמוניסטן, גייען אונטער די צײַטונגען. למשל, אין די לעצטע וואָכן האָבן זיך פֿאַרמאַכט דרײַ "עטנישע" אויסגאַבעס — די ניו-יאָרקער כינעזישע "מינג פּאַאָ", די ניו-יאָרקער שפּאַנישע "האָי ניו-יאָרק", און די סאַן-פֿראַנציסקער ענגליש-שפּראַכיקע "אייזשן וויק" — פֿאַר די אַזיאַטיש-אַמעריקאַנער לייענער. דאָס איז אַ שלעכטער סימן, ווײַל ביז לעצטנס האָט די עטנישע פּרעסע געלעבט רעלאַטיוו ניט שלעכט, מחמת זי האָט געהאַט אייגענע קרײַזן פֿון לייענער און רעקלאַמע-געבער. צווישן די סיבות פֿונעם קריזיס רופֿט מען אָן אויך די אומזיסטע צײַטונגען, אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, מיט וועלכע עס זײַנען פֿאַרשאָטן געוואָרן אַלע גרויסע שטעט.
בינו-לבינו קען זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די צאָל שרײַבער ווערט גרעסער פֿון דער מאַסע לייענער. בעת ס׳רובֿ פֿאַרלאַגן לעבן איבער שווערע צײַטן, לעבן אַ טאָג די פֿאַרלעגער, וועלכע פּראָדוצירן "סאַמאיזדאַט" — די ביכער, וואָס די מחברים לאָזן אַרויס אויף זייער אייגענעם חשבון, ווײַל זיי האָבן באַשלאָסן, אַז אַזוי וועט עס זײַן גרינגער; צי ווײַל קיין פֿאַרלאַג האָט פּשוט ניט אָנגענומען זייערע ווערק.
אין איינציקע פֿאַלן באַקומט זיך פֿון אַזאַ "סאַמאיזדאַט" אַן אמתע סענסאַציע. אַ שטייגער, דזשים בענדאַט, אַן אַדוואָקאַט פֿון לאָס-אַנדזשעלעס, האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון פּרעזידענטישע אינאָגוראַציעס. עטלעכע אויפֿלאַגעס פֿון זײַן בוך, וואָס מע קען קויפֿן דורך "אַמאַזאָן.קאָם", זײַנען אין די לעצטע עטלעכע יאָר זיך צעגאַנגען אין 2,500 קאָפּיעס. דער מחבר האָט אויף דעם קיין משוגענע געלט ניט פֿאַרדינט, ס׳רובֿ איז אַוועק אין קעשענע פֿון די פֿאַרלעגערס, אָבער דער בריטישער טעלעוויזיע-קאַנאַל "סקײַ-ניוס" האָט זײַן בוך באַמערקט און אײַנגעלאַדנט בענדאַטן צו קאָמענטירן די אינאָגוראַציע דעם 20סטן יאַנואַר.
אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2007 איז אין 2008 ממשותדיק אויסגעוואַקסן די צאָל ביכער-טיטלען, וואָס זײַנען אַרויס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: פֿון בערך 375,000 ביז כּמעט 480,000. מע האַלט, אַז דער אונטערשייד איז, דער עיקר, פֿאַרבונדן מיטן וווּקס פֿון "סאַמאיזדאַט". דורכשניטלעך, פֿאַרקויפֿן זיך 150 קאָפּיעס פֿון אַזעלכע ביכער. גאַנץ אָפֿט קויפֿן עס קרובֿים און פֿרײַנד. אָבער די פּראָדוצירער פֿון אַזאַ פּראָדוקציע פֿאַרדינען מיליאָנען. זיי באַקומען אַ רווח אָדער פֿון די געלטער, וואָס די מחברים צאָלן זיי, אָדער פֿאַר פֿאַרקויפֿן קאָפּיעס פֿון די ביכער, אָדער פֿון ביידע קוואַלן. עס קומט אויך פֿאָר אַ קאָנסאָלידאַציע פֿון אָט די קאָמפּאַניעס — די גרעסערע עסן אויף די קלענערע.
כ׳האָב אַליין פֿאַר אַ יאָרן געקויפֿט אַ בוך פֿון אַ באַקאַנטן, עפּעס (ווי עס איז געשטאַנען געשריבן אויף דער הילע) אַ פֿאַנטאַסטישע געשעעניש אויף אַן אויסגעטראַכטן פּלאַנעט. דערנאָך האָב איך מורא געהאַט, אַז דער מחבר וועט פֿרעגן מײַן מיינונג וועגן דעם באַנד, וואָס איך האָב אַפֿילו ניט געעפֿנט און אים גלײַך אַוועקגעלייגט ערגעץ אין גאַראַזש. צוריק גערעדט, פּונקט אַזוי, כּדי אַרויסווײַזן דרך-ארץ צום מחבר, האָב איך עטלעכע מאָל געקויפֿט און קיין מאָל ניט געלייענט ביכער, וואָס זײַנען אַרויס אין "לײַטישע" פֿאַרלאַגן.
גלײַכצײַטיק, האָב איך געלייענט ניט ווייניק ניצלעכע ביכער, ייִדישע בתוכם, וואָס זײַנען אַרויס אויף די געלטער פֿונעם מחבר. שלום-עליכם האָט אַזוי געדרוקט זײַנע ווערק אין די יאָרן, ווען ער איז געווען פֿאַרמעגלעך. דוד בערגעלסאָן איז באַקאַנט געוואָרן אַ דאַנק, אין תּוך אַרײַן, אַ "סאַמאיזדאַט" — אָן דעם האָט ער ניט געקענט געפֿינען קיין פֿאַרלעגער. אַזוי אַז ס׳איז זייער גוט, וואָס אי די טעכנאָלאָגיע אי די דעמאָקראַטישקייט גיט אַ מעגלעכקייט דרוקן טויזנטער ביכער מחוץ דער סיסטעם פֿון קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן. ס׳רובֿ פֿון די ביכער זײַנען וויכטיק פֿאַר עטלעכע מענטשן, אַ סך פֿון זיי זײַנען, אפֿשר, סתּם הבֿל. איז וואָס? איך וואָלט זייער געוואָלט האָבן זכרונות פֿון מײַנע עלטערן און אַנדערע קרובֿים, וועלכע זײַנען אַוועק פֿון לעבן און ניט איבערגעלאָזט קיין שפּור. יעדער מענטש קען דאָך אָנשרײַבן לכל-הפּחות איין בוך — טאָ זאָל ער צי זי עס טאָן.
אין דער "פֿאָרווערטס"-רעדאַקציע האָט מען מיר איבערגעגעבן אַ ביכל פֿון שפֿרה ברײַטבערג, וואָס וווינט אין סענט-לויִס, מיסורי. פֿריִער האָב איך געלייענט זכרונות פֿון איר מאַן, חיים ברײַטבערג. ביידע ביכער — באַשיידן אַרויסגעגעבן — שטעלן מיט זיך פֿאָר רירנדיקע דאָקומענטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין 20סטן יאָרהונדערט. איך שרײַב וועגן דעם דאָ, ווײַל דעם קאָנווערט מיטן אַדרעס האָט מען אין דער רעדאַקציע ערגעץ פֿאַרלוירן און איך קען ניט אָנשרײַבן אַ דאַנק-בריוו דער פֿרײַנד שפֿרה ברײַטבערג.
אַזוי צי אַזוי, דאַרף מען זאָגן אַ דאַנק יעדן מענטשן, וואָס האָט פּראָדוצירט אַ בוך, אַפֿילו אויב אַ טייל פֿונעם טיראַזש איז אַרײַנגעפֿאַלן אין צופֿעליקע הענט און ליגט ערגעץ אין אַ גאַראַזש צי אויף אַ בוידעם. דאָס איז באַזונדערס וויכטיק פֿאַר ליטעראַטור אויף ייִדיש. לאָמיר זיך ניט נאַרן: "סאַמאיזדאַט" האָט געשטעלט די ייִדישע ליטעראַטור אויף די פֿיס און אָן "סאַמאיזדאַט" וואָלט שוין לאַנג קיין איין ייִדיש-בוך ניט אַרויס.