- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"יד־ושם" שטייט דאָס יאָר אונטערן צייכן "אויפֿזאַמלען די פֿראַגמענטן פֿון זכּרון", און איז איצט אַרויס מיט אַ רוף צו דער באַפֿעלקערונג זיך צו באַטייליקן אין אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענעם פּראָיעקט צו ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסנקייט די רעשטלעך פֿון חורבן און אומקום. דער ציל איז צונויפֿצוזאַמלען אין אַרכיוו פֿון "יד־ושם" בריוו, דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרשיידענע חפֿצים, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון אונדזערע קרובֿים און פֿרײַנד. "יד־ושם" ווענדט זיך צו די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, זייערע קינדער און אייניקלעך זיך צו באַטייליקן אין דעם נאַציאָנאַלן פּראָיעקט צו ראַטעווען און אָפּהיטן די דאָזיקע פֿראַגמענטן פֿון זכּרון פֿאַר די קומענדיקע דורות. יעדער בריוו אָדער פֿאָטאָגראַפֿיע, אָדער דאָקומענט אַנטהאַלט אַ טייל פֿון דער געשיכטע און דעם גורל פֿון אונדזערע נאָענטע. זינט זײַן גרינדונג האָט "יד־ושם" געשטרעבט צו דערגיין צו אַלע רעלעוואַנטע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע אין שײַכות מיטן גורל פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן און די מיליאָנען פֿאַרפֿאָלגט־געוואָרענע אין דער צײַט פֿון חורבן. באַזונדערס איצט, ווען דער דור פֿון די לעבן־געבליבענע ווערט אַלץ קלענער, האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט אַ ספּעציעלע באַדײַטונג: זאַמלען די פֿראַגמענטן און זיי אַרײַנפּאַסן אין זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט. אָסקאַר שינדלער איז דער אַממערסטן באַרימטער פֿון די חסידי־אומות־העולם. ער איז באַקאַנט געוואָרן אין דער עפֿנטלעכקייט נאָך דער מלחמה אַ דאַנק דעם גראַנדיעזן האָליוווּדער פֿילם "שינדלערס רשימה", רעזשיסירט פֿון סטיווען שפּילבערג. שינדלער, וועלכער איז געווען אַ מיטגליד אין דער נאַצי־פּאַרטיי, האָט געראַטעוועט העכער טויזנט ייִדן וועלכע האָבן געאַרבעט אין זײַן פֿאַבריק. די ייִדישע העפֿטלינגע זענען געווען לעגאַלע אַרבעטער מיט דער באַשטעטיקונג פֿון די נאַצישע מאַכט־אָרגאַנען. זייערע נעמען פֿיגורירן אין דער באַוווּסטער רשימה פֿון שינדלער, איינעם פֿון די וויכטיקסטע דאָקומענטן אין דער צײַט פֿון חורבן. אָסקאַר שינדלער האָט נאָך דער מלחמה אויסגעוואַנדערט קיין אַרגענטינע צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי עמילי. אין 1957 איז שינדלער צוריק געקומען קיין דײַטשלאַנד און דאָרט געלעבט ביז זײַן טויט אין 1974. ער האָט אָפֿט באַזוכט ישׂראל און איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט וואַרעמקייט דורך "שינדלערס ייִדן". ער האָט געפֿלאַנצט דעם ערשטן בוים אין דער אַלעע פֿון די חסידי־אומות־העולם אין "יד־ושם". ער איז באַערדיקט געוואָרן אויפֿן הר־ציון אין ירושלים. דעם 3טן יאַנואַר איז אַוועק אין דער אייביקייט אליהו (עלקע) יאָנעס, איינער פֿון די פֿאַרדינסטפֿולע פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַלגעמיינער און ייִדישער קולטור. אליהו יאָנעס איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און ווי אַ קינד איז ער פֿאַריתומט געוואָרן פֿון זײַן מוטער. ער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אָרעמע קרובֿים און צווישן די ווילנער "גאַסן־ייִנגלעך". אַ דאַנק זײַנע פֿעיִקייטן איז ער, מיט דער צײַט, געוואָרן זייער לערער און האָט פֿאַרפֿאַסט זייערע איבערלעבונגען, לידער און דערציילונגען. בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿון פּעדאַגאָגן אין וואַרשע אין יאָר 1936 האָט אליהו יאָנעס געהאַלטן אַן אײַנדרוקספֿולן רעפֿעראַט וועגן דער דערציִונג פֿון די גאַסן־קינדער און איז פֿאַרבעטן געוואָרן אין "ייִוואָ", וווּ ער האָט געהאַט די מעגלעכקיייט צו לערנען און דערגאַנצן זײַן בילדונג. די יערלעכע פֿאַרטיילונג פֿונעם "גראָפּער־פּרײַז" איז אין חודש דעצעבמער, ווי יעדעס יאָר, פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון "בעלגישן הויז" בײַם העברעיִשן אוניוועריסטעט אין ירושלים. דער "גראָפּער־פֿאָנד" איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿון יעקבֿ גראָפּער, איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע דיכטער אין רומעניע, מיטן ציל צו דערמוטיקן ייִדישע דיכטער, שרײַבער, קינסטלער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום און דערמעגלעכן זיי אַרויסצוגעבן און פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר 4 סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וועלכע שטודירן די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור און די געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום. דער פֿאָרזיצער פֿון "יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד", ד"ר יאַנקו שעכטער, האָט אין זײַן וואָרט בעת א פֿײַערלעכער אַקאַדעמיע צום אָנדענק פֿון יעקבֿ גראָפּער אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים באַטאָנט, אַז יעקבֿ גראָפּער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז אַ יתום — ייִדיש געהערט נישט צו קיין שום מדינה און דעריבער דאַרף מען שטיצן און דערמוטיקן ייִדישע שאַפֿערס. די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו אין "יד־ושם" איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג "אַרכיטעקטור פֿון מאָרד" — די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון מיטגלידער פֿון דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס אין ישׂראל, פֿאָרשטייער פֿון 80 מדינות און לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ, מיט דער באַטייליקונג פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, דערציִונגס־מיניסטער סער (סאַאַר), בירגערמײַסטער פֿון ירושלים ברקת (באַרקאַט), פֿאָרזיצער פֿון ראַט בײַ "יד־ושם" הרבֿ לאַו, פֿאָרזיצער פֿון דירעקטאָריום פֿון "יד־ושם" שלו (שאַלעוו) און אַנדערע. דער יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדיש־רומענישן דיכטער יעקבֿ גראָפּער, פֿאַרטיילט יעדעס יאָר פּרעמיעס פֿאַר ייִדישע דיכטער, שרײַבער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום, כּדי זיי צו דערמעגלעכן אַרויסצוגעבן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וועלכע צייכענען זיך אויס בײַ זייערע לימודים פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור און דער געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום. אין חודש אויגוסט איז צוגעטיילט געוואָרן אין "יד־ושם" אין ירושלים די אויסצייכענונג חסיד־אומות־העולם דעם פֿאַרשטאָרבֿענעם פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ פֿון רוסלאַנד, וועלכער האָט געראַטעוועט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו אין דער צײַט פֿון חורבֿן. אין דעם צערעמאָניאַל אין אוהל־יזכּור האָבן זיך באַטייליקט דער געראַטעוועטער הרבֿ לאַו, וועלכער איז דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ און פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט בײַ "יד־ושם", די טעכטער פֿון באַערטן חסיד־אומות־העולם יוליאַ סעלוטינאַ און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, וועלכע האָבן באַקומען דעם מעדאַל און דעם ערן־דאָקומענט אין נאָמען פֿון זייער פֿאָטער. אויף דער איניציאַטיוו פֿון גראָפּער־פֿאָנד האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים אײַנגעאָרדנט אַ פֿײַערלעכן אָוונט צום אָנדענק פֿון ייִדישן דיכטער אין רומעניע יעקבֿ גראָפּער. עס האָבן זיך באַטייליקט פּערזענלעכקייטן אָפּשטאַמיקע פֿון רומעניע, וועלכע האָבן פּערזענלעך געקענט גראָפּערן און האָבן דערציילט וועגן דעם דיכטער און מענטש, און וועגן זײַן שעפֿערישער טעטיקייט: ד"ר יעקבֿ (יאַנקו) שעכטער, פֿאָרזיצער פֿון גראָפּער־פֿאָנד, דער פּראָמינענטער פּסיכאָלאָג, גרינדער פֿון אינסטיטוט צו באַהאַנדלען קינדער מיט לערן־שוועריקייטן און לאַורעאַט פֿון ישׂראל־פּרײַז; דער באַזוך פֿון פּויפּסט בענעדיקטוס דעם 16טן אין ישׂראל פֿון 11טן ביזן 15טן מײַ איז געווען באַגלייט מיט אַ סך קריטיק און פּאָלעמיק אַרום זײַן פּערזענלעכקייט. בענעדיקטוס דער 16טער איז איינער פֿון די אַממערסטן קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך. ער איז קעגן אַבאָרטן, קעגן די האָמאָסעקסועלע און בכלל קעגן דער גלײַך־באַרעכטיקונג פֿון פֿרויען. אָבער נישט די דאָזיקע אָנשויונגען האָבן אַרויסגערופֿן פֿאַרשיידענע דעבאַטן אַרום זײַן באַזוך. דעם 20סטן פֿעברואַר איז אין "יד־ושם", ירושלים, דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "ברונאָ שולץ — וואַנט־מאָלערײַ אונטער צוואַנג". אין דער אויסשטעלונג זענען פֿאַראַן 3 וואַנט־מאָלערײַען, די לעצטע דרײַ שאַפֿונגען פֿון ברונאָ שולץ פֿאַר דעם, ווי ער איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך אַן עס־עס־אָפֿיציר דעם 19טן נאָוועמבער 1942. די דאָזיקע מאָלערײַען ווערן אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַן עולם צום ערשטן מאָל. בײַ דער געלעגנהייט איז אין "יד־ושם" אונטערגעשריבן געוואָרן אַ הסכּם צווישן דעם וויצע־דירעקטאָר און פֿאָרזיצער פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר צענטראַל־אייראָפּע בײַם אויסערן־מיניסטעריום און דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון אוקראַיִנע אין ישׂראל, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון וויצע־פּרעמיער־מיניסטער פֿון אוקראַיִנע. אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט אָפּצומערקן דאָס דערשײַנען פֿונעם ראָמאַן "שבֿע שנים אַחרי" — זיבן יאָר שפּעטער — פֿון דר' אליהו סלע־סאַלדינגער. עס האָבן זיך באַטייליקט מיט באַגריסונגען און אָפּשאַצונגען: דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־געזעלשאַשפֿט מרדכי דוניץ, פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך און פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַנקאַ שמיר און דער מחבר אַליין. אליהו סלע איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל סערעט אין בוקאָווינע. זומער 1941, ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון בוקאָווינע און די רומענער האָבן איבערגענומען די מאַכט, האָט זיך אָנגעהויבן דער חורבן פֿון בוקאָווינער ייִדנטום. מיט 70 יאָר צוריק, אין דער נאַכט צווישן 9טן און 10טן נאָוועמבער 1938 איז אויסגעבראָכן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך דער באַוווּסטער פּאָגראָם קעגן ייִדן מיטן נאָמען די "קרישטאָלנאַכט". אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע שעה זענען טויזנטער בתּי־כּנסת און ייִדישע געשעפֿטן געשעדיקט אָדער פֿאַרניכטעט געוואָרן, און ייִדן זענען דערמאָרדעט אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַרציע־לאַגערן. די געשעעניש איז אָנגערופֿן געוואָרן מיטן נאָמען "קרישטאָלנאַכט" אין אָנבליק פֿון די מאַסן צעבראָכן גלאָז, וואָס די שפּליטערס האָבן באַדעקט די דײַטשע גאַסן. |