ייִדיש־וועלט, געזעלשאַפֿט
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער פּרעזידיום: פֿון רעכט אויף לינקס ד״ר אליהו סלע־סלדינגר, מרדכי דוניץ, ד״ר יאַנקו שעכטער, ד״ר אַהרון קידער
דער פּרעזידיום: פֿון רעכט אויף לינקס ד״ר אליהו סלע־סלדינגר, מרדכי דוניץ, ד״ר יאַנקו שעכטער, ד״ר אַהרון קידער

דער יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדיש־רומענישן דיכטער יעקבֿ גראָפּער, פֿאַרטיילט יעדעס יאָר פּרעמיעס פֿאַר ייִדישע דיכטער, שרײַבער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום, כּדי זיי צו דערמעגלעכן אַרויסצוגעבן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וועלכע צייכענען זיך אויס בײַ זייערע לימודים פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור און דער געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

צווישן די לאַורעאַטן פֿון יאָר 2009 איז הײַיאָר אונדזער פֿרײַנד, מרדכי דוניץ, וועלכער איז באַערט געוואָרן מיטן גראָפּער־פּרײַז פֿאַר זײַן לעבנסווערק לטובֿת דער ייִדישער קולטור און דערציִונג.

מרדכי דוניץ איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1922 אין זשעטל, אין ווײַסרוסישן פּוילן, נישט ווײַט פֿון באַראַנאָוויטש און סלאָנים. דאָרט האָט ער פֿאַרענדיקט אַ העברעיִשע "תּרבות"־שול און גימנאַזיע.

אין דער שחיטה, בעת דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ זשעטל, זענען דערמאָרדעט געוואָרן זײַנע עלטערן, אַ ייִנגערער ברודער און אַן עלטערע שוועסטער, און בלויז מרדכי און זײַן עלטערע שוועסטער פֿאַניע זענען אינטערנירט געוואָרן אין אַן אַרבעטס־לאַגער אין נאָוואָגראָדאָק. דעם 7טן מײַ 1943, בעת אַן אַקציע אין לאַגער, זענען דערמאָרדעט געוואָרן קרובֿ צו צוויי הונדערט ייִדן און אַ וואָך שפּעטער, דעם 14טן מײַ, באַשליסט מרדכי, צוזאַמען מיט עטלעכע חבֿרים, צו אַנטלויפֿן פֿונעם לאַגער.

וועגן זײַן אַנטלויפֿן פֿונעם לאַגער דערציילט מרדכי אַליין:

"איך דערנענטער זיך צו די דראָטן, איך הייב זיי אימפּולסיוו אויף, פֿאַלנדיק אויפֿן בויך און הייב אָן צו קריכן פֿאָרויס. מײַנע פֿאַרבלוטיקטע פֿינגער שנײַדן זיך אַרײַן אין דער קויטיקער ערד און שטופּן מײַן קערפּער פֿאָרויס... מיר זענען געלאָפֿן לענג־אויס די קאַרטאָפֿל־פֿעלדער. מיר האָבן זיך נישט אומגעקוקט אויף צוריק צום לאַגער. כּדי אָנצוקומען צום נאָענטן וועלדל, זענען מיר אַריבערגעלאָפֿן דעם שאָסיי. מיר זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען די פֿרישע, נאָך נישט אין גאַנצן פֿאַרדעקטע גריבער, וווּ עס ליגן די קרובֿ צו צוויי הונדערט קרבנות פֿון דער שחיטה מיט אַ וואָך צוריק".

ענדלעך איז מרדכי, צוזאַמען מיט נאָך 2 חבֿרים, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן מיט אים, דערגאַנגען צו בעלסקיס פּאַרטיזאַנער־גרופּע און נאָך אַ קורצער צײַט איז ער אַוועק אין די ליפּיטשאַנסקער וועלדער, וווּ ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־גרופּע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַנטלאָפֿענע און געראַטעוועטע פֿון די שחיטות אין זײַן היימשטעטל זשעטל.

זײַן שוועסטער פֿאַניע איז פֿאַרבליבן אין לאַגער נאָך פֿיר חדשים, ווען די איבערגעבליבענע ייִדן זענען אַרויסגעקראָכן דורך אַ טונעל, אָבער אין אַ געיעג פֿון די דײַטשן נאָך די אַנטלאָפֿענע, זענען געפֿאַלן אַ דריטל פֿון זיי. אַ טייל איז דאָך געלונגען זיך צו דערשלאָגן צו בעלסקיס פּאַרטיזאַנער־לאַגער, וווּ זיי זענען געווען ביז צו דער באַפֿרײַונג דורך דער רויטער אַרמיי אין יוני 1944.

נאָך דער מלחמה איז מרדכי דוניץ געווען טעטיק אין פּליטים־לאַגער "שלאַכטענזע" אין בערלין, וווּ ער איז טעטיק ווי אַ לערער אין דער העברעיִשער שול און גיט אַרויס די ערשטע ייִדישע צײַטונג נאָך דער מפּלה פֿון די נאַציס, מיטן נאָמען "אין וועג". אין 1947, אין דער צײַט פֿון קאַלטן קריג צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווערט דער לאַגער אין בערלין ליקווידירט און די פּליטים ווערן אַריבערגעפֿירט אין פּליטים־לאַגער "עשוועגע" אין דער אַמעריקאַנער זאָנע, אין ראַיאָן פֿון קאַסעל, מערבֿ־דײַטשלאַנד. דאָרט גרינדעט דוניץ דאָס ייִדישע וואָכנבלאַט "אונדזער האָפֿענונג" און אַרבעט ווי דער הויפּט־רעדאַקטאָר ביז צו זײַן אויסוואַנדערונג קיין אַמעריקע אין 1949.

גלײַכצײַטיק ווערט ער אַ מיטגליד אין פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן. אין ניו־יאָרק באַזוכט ער דעם סעמינאַר פֿאַר ייִדישע לערער און אַרבעט ווי אַ לערער און דירעקטאָר פֿון אַ צאָל ייִדישע שולן אין פֿאַרשיידענע ערטער. גלײַכצײַטיק, שטודירט ער אין אוניווערסיטעט און באַקומט דעם אַקאַדעמישן מאַסטער־טיטל (M.A.).

אין 1978 איז מרדכי דוניץ עולה קיין ישׂראל און איז ממשיך מיט זײַן פּעדאַגאָגישער און זשורנאַליסטישער טעטיקייט. ער ווערט נאָמינירט דורכן דערציִונגס־מיניסטעריום ווי אינספּעקטאָר פֿאַר דער אַבסאָרבציע פֿון נײַ־געקומענע קינדער אין ישׂראלדיקן שול־וועזן, און שפּעטער אויך ווי אינספּעקטאָר פֿון די ייִדיש־לימודים. ווען מרדכי האָט אָנגעהויבן זײַן אַמט, האָט מען געלערנט ייִדיש בלויז אין 3 שולן אין ישׂראל. אָבער אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן, ביז צו זײַן אַרויסגיין אויף פּענסיע, האָט ער מצליח געווען אײַנצופֿירן דעם לימוד פֿון ייִדיש אין 50 שולן איבערן לאַנד מיט 3,000 תּלמידים... ביזן הײַנטיקן טאָג איז ער דער קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאָרווערטס" אין ישׂראל. פֿאַר די לעצטע 28 יאָר איז דוניץ דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים, וווּ עס קומען פֿאָר יעדע וואָך רעפֿעראַטן אויף קולטור־טעמעס און קינסטלערישע אימפּרעזן. פֿאַר זײַנע אויפֿטוען און דערגרייכונגען האָט מרדכי דאָס יאָר באַקומען דעם גראָפּער־פּרײַז.

אין נאָמען פֿון די ליבהאָבער פֿון ייִדיש באַגריסן מיר דעם איבערגעגעבענעם און אומדערמידלעכן מרדכי דוניץ און ווינטשן אים נאָך לאַנגע שעפֿערישע יאָרן.