מיר הייבן אָן די סעריע פֿון ווידעאָ־רעפּאָרטאַזשן, געמאַכט בעת דער ירושלימער קאָנפֿערענץ (דעצעמבער 7־10, 2009), געווידמעט 100 יאָר זינט דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, 1908.

‫פֿון רעדאַקציע

די נײַעס, אַז ס'איז פֿונעם טויער צום געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ, איצט אַ מוזיי, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דער טרויעריק־באַרימטער אויפֿשריפֿט ARBEIT MACHT FREI, האָט געוויס אַרויסגערופֿן פֿאַרשידענע געפֿילן — פֿון עמאָציאָנעלער אויפֿגעבראַכטקייט ביז פּאַסיווער גלײַכגילטיקייט. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל ווי ווײַט די יאָרן זאָלן נישט געווען אָפּרוקן די אוממענטשלעכע מעשׂים, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם צייכן, צאַפּלט נאָך אַ לעבעדיקער אָנדענק פֿון יענע טעג און נעכט בײַ די רעשטלעך לעבן־געבליבענע,

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
די קינדער פֿון דער "פּריפּעטשיק"־גרופּע אין באָלטימאָר לערנען זיך אויס די ייִדישע נעמען פֿון ביימער

ווען אַ יונג פּאָרפֿאָלק, וואָס געהערט נישט צו די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קרײַזן, באַשליסט צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, איז דער ענין, וווּ מע זאָל וווינען, אַ גאָר וויכטיקער. פֿאַרשטייט זיך, מע מוז אויסקלײַבן אַן אָרט, וווּ די עלטערן קענען ציִען חיונה. פֿון דעסטוועגן, גלוסט זיך אויך צו געפֿינען אַ שטאָט אָדער געגנט, וווּ די קינדער וועלן קאָנען הערן ייִדיש, געדערט מחוץ דער אייגענער משפּחה.

ייִדיש־וועלט, געזעלשאַפֿט
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער פּרעזידיום: פֿון רעכט אויף לינקס ד״ר אליהו סלע־סלדינגר, מרדכי דוניץ, ד״ר יאַנקו שעכטער, ד״ר אַהרון קידער

דער יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדיש־רומענישן דיכטער יעקבֿ גראָפּער, פֿאַרטיילט יעדעס יאָר פּרעמיעס פֿאַר ייִדישע דיכטער, שרײַבער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום, כּדי זיי צו דערמעגלעכן אַרויסצוגעבן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וועלכע צייכענען זיך אויס בײַ זייערע לימודים פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור און דער געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת אַ זיצונג פֿון דער קאָנפֿערענץ אינעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים בײַם רוסלענדישן אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטישע שטודיעס

גאַנץ אָפֿט קומט אויס צו הערן אַ דעה, אַז די גאַנצע סאָוועטישע תּקופֿה פֿון 1917 ביז 1991 איז געווען אַ גײַסטלעכער מדבר, וואָס שײַך די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור. יעדער איינער, וואָס איז כאָטש אַ ביסעלע באַקאַנט מיט דעם ענין ווייסט, אַז אין די 1920ער און די 1930ער יאָרן האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמאָגט אַן אַנטוויקלט נעצווערק פֿון ייִדישע פֿאָרשונג־אינסטיטוציעס און פּעדאַגאָגישע אַנשטאַלטן, וואָס האָבן געגרייט לערער פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שולן.

פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז די טעג האָב איך געלייענט אַזש דרײַ ניו-יאָרקער ייִדישע צײַטונגען. ניט די הײַנטיקע אויסגאַבעס, נאָר פֿון די 1930ער יאָרן. דאָס זײַנען געווען "פֿאָרווערטס", "דער טאָג", און "מאָרגן-פֿרײַהייט". וועגן דעם, וואָס איך האָב אין זיי געזוכט און וואָס איך האָב געפֿונען, וועל איך, אפֿשר, שרײַבן אַנדערש מאָל. איצט וויל איך דערמאָנען אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: "קאָמפּאַרטמענטאַליזאַציע". דאָס האָב איך, דאַכט זיך, פֿאַרייִדישט אַן ענגלישן טערמין. אויף ייִדיש קען מען עס בעסער אָנרופֿן: פֿאַנאַנדערגרענעצונג.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿריערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, צוליב זײַנע נבֿיאיִשע חלומות, און האָט געגעבן פּרעה אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון הונגער. צוליב דעם, האָט פּרעה אים באַשטימט ווי אַ שני־למלך, און יוסף האָט חתונה געהאַט מיט אָסנת — פּוטיפֿאַרס טאָכטער.

דער הונגער האָט אויך אויסגעבראָכן אין ארץ-כּנען, דערפֿאַר האָט יעקבֿ געשיקט אַלע זײַנע קינדער, אַחוץ בנימין,

ייִדיש־וועלט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
נשמה לעוויצקי

די זינגערין נשמה לעוויצקי, הײַנט אַ תּושבֿ אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט במשך פֿון איר קאַריערע ווי אַ ייִדישע זינגערין אָפֿט אַרויסגעוויזן איר וויזועלע פֿעיִקייט. דאָס דעקל פֿון איר דועט־רעקאָרדירונג "מאַקס און מינקאַ" האָט זי נישט נאָר אַליין געצייכנט, נאָר דעם קאַרטאָן, אין וועלכן מע לייגט אַרײַן דאָס קאָמפּאַקטל אַליין געמאַכט מיט דער האַנט. די מאָלערײַ אויפֿן דעקל פֿון דער רעקאָרדירונג "האַרבסט", פֿון דער קאַפּעליע "סאַן־פֿראַנציסקאָ־קלעזמער־עקספּיריענץ" האָט זי אויך געמאָלן.

געשיכטע, רעליגיע
פֿון משה ‫פֿײַערשטיין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ר’ משה פֿײַערשטיין איז געבוירן געוואָרן אין שוועדן און האָט שטודירט אין פֿאַרשידענע אוניווערסיטעטן און ישיבֿות פֿון אַמעריקע און ישׂראל. ער האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿונעם טעמפּל־אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע; ער איז געווען אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מערילענד, קאָרנעל־אוניווערסיטעט, הויכשול פֿאַר ייִדישע שטודיען אין הײַדלבערג און אַנדערע אינסטיטוציעס. ביזן יאָר 2000 האָט ער געדינט ווי אַ טשאַפּלען אין דער אַמעריקאַנער מיליטערישער אַוויאַציע.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראל קעמבל

בײַ אונדז זאָגט מען: אַ טאָג וואָס מען לאַכט נישט, איז אַ פֿאַרלוירענער טאָג. איז אויב איר ווילט טאַקע לאַכן, מוז איך אײַך אָנזאָגן די גוטע בשׂורה. פֿאַרפֿעלט נישט די איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג וואָס רופֿט זיך מיטן מאָדנעם נאָמען "מאַכט אַ ברית איבער מיר." פֿון וואַנען עס האָט זיך גענומען אַזאַ ריזיקער עולם אין קליינעם און באַשיידענעם "בליקער סטריט טעאַטערל," האָב איך בשום־אופֿן נישט געקענט פֿאַרשטיין. יונג און אַלט האָט געשטראָמט כוואַליעסווײַז צו דער טיר. וואָס איז די גדולה, ווילט איר מסתּמא וויסן? איז די מעשׂה אַזאַ: ס׳קומט אַרויס אַ פֿרומער ייִד אויף דער בינע, מיט אַ יאַרמלקע און אַ קאַפּעליוש אויפֿן קאָפּ, זײַנע ציצית הענגען אַראָפּ כּמעט ביז די פּיאַטעס.

מוזיק

כּמעט יעדעס יאָר קומט קיין ניו־יאָרק דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און יעדעס מאָל בלײַבט נאָך זײַן קאָנצערט אַ דערהויבן געפֿיל סײַ ווי נאָך אַ טרעפֿונג מיט אמתער קונסט און סײַ פֿון שטאָלץ, אַז דווקא דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער סימפֿאָנישער אָרקעסטערס איז צווישן די בעסטע אין דער וועלט.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זיין 65סטן יאָרצײַט

מיר האָבן געהערט דעם נאָמען פֿון חיים גילדין פֿונעם ליד וואָס סידאָר בעלאַרסקי האָט געזונגען און אַּרײַנגענומען אין זײַן זאַּמלונג לידער. דאָס איז געווען אַּ ליד צו זײַן שוועסטער ווען ער איז געזעסן אין תּפֿיסה צוויי יאָר פֿאַר זײַן רעוואָלוציאָנערער אַּרבעט אין 1905. די מוזיק אין בעלאַרסקיס בוך האָט געשאַפֿן לעאָן גילדין. די ווערטער זײַנען:

וויינען קען איך ניט
און קען ניט קלאָגן.
געווען בין פֿריילעך
און בין פֿריילעך הײַנט.