די נײַעס, אַז ס'איז פֿונעם טויער צום געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ, איצט אַ מוזיי, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דער טרויעריק־באַרימטער אויפֿשריפֿט ARBEIT MACHT FREI, האָט געוויס אַרויסגערופֿן פֿאַרשידענע געפֿילן — פֿון עמאָציאָנעלער אויפֿגעבראַכטקייט ביז פּאַסיווער גלײַכגילטיקייט. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל ווי ווײַט די יאָרן זאָלן נישט געווען אָפּרוקן די אוממענטשלעכע מעשׂים, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם צייכן, צאַפּלט נאָך אַ לעבעדיקער אָנדענק פֿון יענע טעג און נעכט בײַ די רעשטלעך לעבן־געבליבענע,
וועלכע זײַנען נישט נאָר אַרײַן, נאָר געהאַט דאָס מזל דורך אַזעלכע גיהנום־טויערן אַרויסגיין אויף דער פֿרײַ.
פֿון דער צווייטער זײַט, זײַנען דאָ הײַנט נישט ווייניק לײַט און אַפֿילו פֿירער פֿון לענדער, וואָס וואָלטן געוואָלט אַרײַנטרײַבן סײַ די ייִדן און סײַ נישט־ייִדן אין נײַע אַזעלכע קאָנצענטראַציע־לאַגערן און אויפֿהענגען איבער זיי שילדן מיט אַזעלכע אַפֿאָריסטיש־צינישע ווערטער, ווי די, וואָס האָבן באַגעגנט די פֿאַראורטיילטע צו פּײַן און טויט טויזנטקעפּיקע קאָלאָנעס לעבעדיקע נפֿשות פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער.
שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז עס געטאָן געוואָרן, כּדי נאָך איין מאָל פֿאַרצאַפּן בלוט בײַ די וואָס זייער זכּרון יאַטערט ביז הײַנט? אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער אייראָפּעיִשער אַנטי־ישׂראלדיקער היסטעריע, קאָן זיך עס לייגן אויפֿן שׂכל. אין מינכן, ווי מיר ווייסן, קומט איצט פֿאָר דער מישפּט קעגן איוואַן דעמיאַניוק, איינער פֿון די מערדער אינעם טויט־לאַגער סאָביבאָר, וואָס האָט זיך געפֿונען אין פּוילן. אין פּוילן גופֿא פֿעלן נישט אויס הײַנט שאַרפֿע וויכּוחים אַרום דער "ייִדישער פֿראַגע", און אייניקע פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך, שעמען זיך נישט אויפֿצוטרעטן מיט אָפֿענע אַנטיסעמיטישע דעקלאַראַציעס. מיט איין וואָרט, די "ייִדן־פֿראַגע" אין אייראָפּע בכלל און אין פּוילן בפֿרט איז כּמעט געלייזט געוואָרן, אָבער דער שטיקנדיקער רויך, וואָס האָט אַמאָל זיך געצויגן טאָג און נאַכט פֿון די טויט־לאַגערן אויפֿן שטח פֿון פּוילן, גיט נאָך הײַנט וועגן זיך צו וויסן.
לעצטנס, איז אָנגעקומען פֿון וואַרשע די ידיעה, אַז דער אוישוויץ־שילד, וואָס וועגט 40 קילאָגראַם, האָט זיך אָפּגעזוכט אין אַ וואַלד, צעזעגט אויף דרײַ טיילן. אין שײַכות מיט דעם ענין, זײַנען פֿאַרהאַלטן געוואָרן 5 פּאַרדעכטיקטע אין דער גנבֿה. דרײַ פֿון זיי, ווי עס ווערט געמאָלדן, האָבן זיך אין דעם פֿאַרברעכן שוין מודה געווען.
אין דער אָפֿיציעלער דערקלערונג ווערט גלײַך באַטאָנט, אַז קיין פֿאַרבינדונגען מיט נעאָ־נאַצישע גרופּעס האָבן די פֿאַרדעכטיקטע נישט געהאַט. אין דער פּוילישער פּרעסע ווערט דערמאָנט אַ מין "שוועדישער שפּור"; כּלומרשט אַ שוועדישער קאָלעקציאָנער, וואָס איז פֿאַראינטערעסירט געווען צו האָבן אין זײַן קאָלעקציע דעם אויפֿשריפֿט פֿונעם אוישוויץ־טויער. דער וואָרטזאָגער פֿון דעם פּאָליציי־דעפּאַרטאַמענט, האָט נישט באַשטעטיקט דעם "שוועדישן שפּור", און אים אויך נישט אפּגעוואָרפֿן. יעדנפֿאַלס, דער פּוילישער מאַכט וואָלט געלוינט מער ס'זאָל זיך שלעפּן אַזאַ געהיימנישפֿולער אויסלענדישער "שפּור"...
צי בכּיוון, צי צופֿעליק, אָבער נאָכן אַראָפּרײַסן דעם שילד מיטן אויפֿשריפֿט, איז אויפֿן טויער געבליבן פֿונעם וואָרט frei דער לעצטער בוכשטאַב "i", וואָס וואָלט געדאַרפֿט, אַפּנים, הייסן, אַז דער לעצטער פּונקט איבער דעם ייִדישן חורבן איז געשטעלט געוואָרן. מיר האָב אָבער אונדזער אייגענעם "פּונקט" — דאָס פּינטעלע ייִד, וואָס קלאַפּט אין אונדזערע הערצער און לאָזט אונדז גאָרנישט פֿאַרגעסן.
מיר גייען ווײַטער
טײַערע לייענער, איר האַלט דעם לעצטן "פֿאָרווערטס"־נומער פֿונעם קאַלענדאַר־יאָר 2009. אין קומענדיקן יאָר 2010, וועט די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע און בײַדע צײַטונגען פֿײַערן דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער גרינדער, דעם ערשטן רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער צײַטונג, שרײַבער און פּאָליטישן טוער, אַבֿרהם (אַב.) קאַהאַן. אין שײַכות מיט דער דאַטע, וועט אונדזער רעדאַקציע דרוקן אין משך פֿון יאָר אַ סך אַרטיקלען, דיסקוסיעס, קריטישע אָפּהאַנדלונגען, פֿאַרבונדן מיטן לעבן, שאַפֿונג און פּאָליטישער טעטיקייט פֿון אַבֿרהם קאַהאַן און זײַן סבֿיבֿה.
מיר ווינטשן אײַך געזונט און פֿרייד, שלום־בית און שלום אין דער גאָרער וועלט.