נשמה לעוויצקי |
Photo: Shannon Harrison |
די זינגערין נשמה לעוויצקי, הײַנט אַ תּושבֿ אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט במשך פֿון איר קאַריערע ווי אַ ייִדישע זינגערין אָפֿט אַרויסגעוויזן איר וויזועלע פֿעיִקייט. דאָס דעקל פֿון איר דועט־רעקאָרדירונג "מאַקס און מינקאַ" האָט זי נישט נאָר אַליין געצייכנט, נאָר דעם קאַרטאָן, אין וועלכן מע לייגט אַרײַן דאָס קאָמפּאַקטל אַליין געמאַכט מיט דער האַנט. די מאָלערײַ אויפֿן דעקל פֿון דער רעקאָרדירונג "האַרבסט", פֿון דער קאַפּעליע "סאַן־פֿראַנציסקאָ־קלעזמער־עקספּיריענץ" האָט זי אויך געמאָלן. איר נײַסטע גראַפֿישע אונטערנעמונג אין שײַכות מיט ייִדישער מוזיק, זענען צוויי בילדערשטרײַפֿן ("קאָמיקס")־ביכלעך, וואָס זי האָט אַרויסגעלאָזט אין דעצעמבער 2007 און אין מײַ 2009.
"איך האָב אָנגעהויבן צו זינגען אויף ייִדיש ווען איך בין געווען אין מײַנע 20ער יאָרן. איך האָב זיך געהאַט אַרײַנגעצויגן אין אַ קאָמונע אין סאַן־פֿראַנציסקאָ און עמעצער האָט דאָרטן איבערגעלאָזט אַן אַקאָרדיאָן. ווען איך האָב אים געהאַלטן האָב איך אַזוי גוט אויסגעזען, אַז איך האָב באַשלאָסן — נו, אויב אַזוי, דאַרף איך זיך לערנען ווי אויף אים צו שפּילן".
בײַ אַ שׂימחה האָט עמעצער איר געגעבן אַ געזאַנג־בוך פֿון ייִדישע לידער און פֿון דעמאָלט אָן האָט זי זיך פֿאַרטיפֿט אינעם ייִדישן ליד. דרײַ יאָר האָט זי געוווינט און געשפּילט אין ניו־יאָרק, וווּ זי האָט, צווישן אירע אַנדערע אויפֿטוען, וווּנדערלעך אַראַנזשירט די גרעסטע צאָל לידער אויף ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס קאָמפּאַקט־דיסק פֿון אָריגינעלע קינדערלידער, "פֿלי מײַן פֿלישלאַנג". ווען דער בעסאַראַבער פֿאָלקזינגער אַרקאַדי גענדלער איז געקומען קיין סאַן־פֿראַנציסקאָ, האָט זי אים באַגלייט אין סטודיע, און די וויכטיקע רעקאָרדירונג איז אַרויס אויף אַ קאָמפּאַקט־דיסק. אין 2006 האָט זי זיך באַטייליקט אין דער ווײַמאַרער ייִדישער זומער־פּראָגראַם געצילט אויפֿן נײַעם דור שרײַבערס פֿון ייִדישע לידער.
נאָך דעם ווי לעוויצקי האָט איבערגעלייענט די זאַמלונג פֿונעם פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן — "די אונטערוועלט אין אירע לידער", אינעם באַנד "אַרכיוו פֿאַר ייִדישער שפּראַך־וויסנשאַפֿט, ליטעראַטור־פֿאָרשונג און עטנאָלאָגיע" (וואַרשע, 1926—1933), האָט זי באַשלאָסן אויסצוניצן די מאַטעריאַלן פֿאַר איר ערשטן בילדערשטרײַף־ביכל — וועגן טאַנגאָ. באַזונדערס איז זי גערירט געוואָרן פֿון די לידער וועגן דעם בידנעם לעבן פֿון די גאַסן־פֿרויען און דער ווײַבער שקלאַפֿערײַ אין אַרגענטינע.
לעוויצקי האָט אונדז דערציילט, אַז "איך בין פֿאַראינטערעסירט אין דער אונטערווערלט, ווײַל אין אַ געוויסן זינען, פֿיר איך אויך אַן אייגן אונטערוועלט־לעבן, ווײַט פֿונעם געוויינטלעכן גאַנג אין דער געזעלשאַפֿט. ייִדישע זינגער מײַדן אויס די לידער, און זינגען ראָמאַנטישע, גליקלעלכע געשיכטעס. אָבער לויט מיר, שפּיגלען אָפּ דווקא די אונטערוועלט־לידער דעם אמת וועגן דער אָרעמער ייִדישער פֿרוי. פֿאַר וואָס זענען די פֿרויען געפֿאָרן קיין דרום־אַמעריקע? זיכער אַ באַשלוס פֿון ייִאוש, אָבער וואָס איז דען געווען די ברירה פֿאַר זיי? אַרבעטן ווי אַ שקלאַף אין שטוב אָדער בלײַבן אַן אַלטע מויד." אינעם ליד "די מאָדע פֿון בראַזילן", וואָס לעוויצקי האָט איבערגעזעצט אויף ענגליש אין איר טאַנגאָ־ביכל, לייענט מען אַזוינע ווערטער:
די מאָדע פֿון בראַזילן
דאָס ציט זיך אַכציק מילן [מײַלן]
דאָס איז דאָך פֿאַר מײַן שייגעץ קליינע שפּײַזן.
איך גיב זיך אַ דערמאַן
פֿון מײַן ייִדישן רופּיאַן ["אַלפֿאַנס" אין אַרגענטינע]
שוין גענוג פֿאַר אים אַ שקלאַף געוועזן.
אינעם צווייטן בילדערשטרײַף־ביכל "ייִדישע לידער־אילוסטרירטע" האָט לעוויצקי געפֿונען איר מאַטעריאַל אין פֿאַרשיידענע מקורים, אָבער, דער עיקר, פֿון די רעקאָרדירונגען פֿון אַנ־סקיס עקספּעדיציעס, וואָס די קיִעווער ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק האָט אַרויסגעלאָזט במשך פֿון די לעצטע צען יאָר. אירס אַ צייכענונג פֿון אַנ־סקין זעט מען אויף דער לעצטער זײַט. אין בילדערשטרײַף־פֿאָרעם האָט זי פֿאַרשריבן דעם ווײַטערדיקן קינדער־גראַם:
איינס, צוויי, דרײַ, פֿיר
בײַ דעם מלך אין דער טיר,
בײַ דעם גאָלדשמיד אין די שויבן,
שטעלן זיך אַ פּאָר טויבן, אין די רויטע הויבן.
וואָסער ווייטיק האָבן זיי?
ביזן מיטיק שלאָפֿן זיי,
אין מאַרק לויפֿן זיי,
פּאָסט־פּאַפּיר קויפֿן זיי
בריוולעך שרײַבן זיי,
אין חלשות בלײַבן זיי.
אויך פֿון די ווערנאַדסקי־קאָמפּאַקטלעך אילוסטרירט זי אַ שטעכיק פֿאָלקסליד, וואָס דער פֿאָרשער, משה בערעגאָווסקי, האָט פֿאַרשריבן פֿון דער אַקטריסע לאָלאַ ראָם אין 1929:
מאַך מיר נישט קיין קאָמפּלימענטלעך,
זאָגט מיר נישט, אַז איר האָט מיך ליב
איר זאָלט אַלע ברענען ווי די לעמפּלעך
און דו מײַן ליבסטער אויך אין דער מיט.
לעוויצקיס צייכענונגען שאַפֿן נאַראַטיווע ראַמען פֿאַר די לידער ווי, למשל, זלמן שנאירס "מאַרגאַריטקעס". געוויסע פּרטים אינעם ליד, וואָס דער מחבר האָט אַרויסגעלאָזט, בפֿרט וועגן דער באַציִונג צווישן דעם מיידל און ייִנגל, ווערן "אויפֿגעדעקט" דורך אירע אילוסטראַציעס; דאָס הייסט, אַז אירע ביכלעך זענען נישט פּאַסיק פֿאַר קינדער.
צוויי בילדערשטרײַפֿן (קאָמיקס)־ביכלעך |
נאָך אַ ליד פֿון דער ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק־קאָמפּאַקטלעך איז אַ טרינקליד:
איך זיץ מיר אין שענקל. איך זיץ מיר און זאָרג.
וויפֿל דער שענקער וועט שענקען, וועל איך נעמען אויף באָרג.
איך מעג טרינקען בראָנפֿן, איך מעג טרינקען ווײַן.
איך מעג טרינקען אַלעס, אַבֿי שיכּור צו זײַן.
דאָס ליד הייבט זיך אָן קאָמיש, אָבער די מעשׂה ווערט ווייניקער קאָמיש, ווען דער שיכּור קומט צו זײַן ווײַב און זאָגט איר:
דײַן עסק איז נישט אין ערגעץ
דײַן עסק איז בײַם טאָפּ
נעם איך מיר אַ בענקל
און איך גיב עס איר אין קאָפּ.
אַזאַ ליד מיט רציחה קעגן דער פֿרוי וועלן הײַנטיקע זינגערס זיכער נישט פֿאָרשטעלן. איז גוט וואָס לעוויצקי האָט דאָס אַרײַנגענומען צו ווײַזן כאָטש, אַז אַמאָל האָט מען געזונגען אַזוינע "קאָמישע" לידער וועגן שלאָגן דאָס ווײַב. (עס פֿאַלט מיר נאָר אײַן דאָס ליד "וואָס האָט ליב אַ ווײַבעלע", ווי אַן ענלעך ליד, וואָס איז אַמאָל געווען גאָר פּאָפּולער, אָבער די הײַנטיקע קלעזמאָרים שפּילן בלויז די לעבעדיקע מעלאָדיע, און זינגען נישט די ווערטער).
דאָס צווייטע ביכל שפּיגלט אָפּ די פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון די אַלטע קיִעווער רעקאָרדירונגען. דאָס באַקאַנטע ליד — "דער באַרדיטשעווער רבֿס קדיש" פֿון לוי־יצחק באַרדיטשעווער, וואָס יואל ענגעל האָט פֿאַרשריבן בעת דער עקספּעדיציע אין 1912, אילוסטרירט זי מיט כּלערליי מלאכימלעך. גראַפֿיש האָט לעוויצקי געשאַפֿן אינטערסאַנטע קונסט נישט נאָר מיט בילדער, נאָר אויך מיט פֿאַרשיידענע שריפֿטן פֿון די אותיות; אַלץ געשאַפֿן מיט דער האַנט, אָן אַ קאָמפּיוטער. דאָס ביכל שליסט זיך מיט אַ נוסח פֿונעם רעוואָלוציאָנערן ליד "אין אַלע גאַסן" (אויך באַקאַנט ווי "היי, היי דאַלוי פּאָליציי"), וואָס מיישקע אַלפּערט האָט רעקאָרדירט אויף זײַן אַנ־סקי־לידער־רעקאָרדירונג.
מע דאַרף לויבן אויך דאָס, וואָס נשמה לעוויצקי ניצט טאַקע די פֿאָרעם פֿון קאַריקאַטור, אָבער באַליידיקט קיינעם נישט מיט אירע געשטאַלטן. זי האָט מיך בפֿירוש געבעטן, איך זאָל דערמאָנען, אינעם גײַסט פֿון דער קאָמונע, וווּ זי וווינט הײַנט, אַז די ביכלעך קאָסטן נישט קיין געלט; מע זאָל בלויז, אויב מעגלעך, צושיקן אַ פּאָר מאַרקעס צו דעקן די פּאָסט־הוצאות.
צו באַשטעלן די ביכלעך, שרײַבט: yiddish@freep.org