כּמעט יעדעס יאָר קומט קיין ניו־יאָרק דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און יעדעס מאָל בלײַבט נאָך זײַן קאָנצערט אַ דערהויבן געפֿיל סײַ ווי נאָך אַ טרעפֿונג מיט אמתער קונסט און סײַ פֿון שטאָלץ, אַז דווקא דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער סימפֿאָנישער אָרקעסטערס איז צווישן די בעסטע אין דער וועלט.
הײַיאָר האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער קומט מיט אַ קאָנצערט־פּראָגראַם קיין ניו־יאָרק גאָר צופֿעליק, פֿון מײַן פֿרײַנד, וואָס אַרבעט אין דעם באַרימטן קאָלעקטיוו. קיין שום מעלדונגען האָב איך נישט געפֿונען; אויף מײַנע פּרוּוון זיך צו דערוויסן, וווּ וועט דער קאָנצערט פֿאָרקומען, האָב איך קיין ענטפֿער נישט באַקומען ניט פֿון קאַרנעגי האָל, ניט פֿון "אייווערי פֿישער האָל" בײַם לינקאָלן־צענטער, וווּ עס פֿלעגט שפּילן דער אָרקעסטער אין די פֿריִערדיקע יאָרן.
די גאַנצע מעשׂה מיטן קאָנצערט האָט אָנגעהויבן אויסזען ווי אַ געהיים־אָפּעראַציע, אָנגעפֿירט פֿון "מוסד". אַ זשורנאַליסט טאָר אָבער נישט פֿאַרלירן קיין האָפֿענונג. ממש אין לעצטן מאָמענט האָב איך באַקומען דורך דער בליץ־פּאָסט אַ מעלדונג, אַז דער אָרקעסטער שפּילט אין אַ קלענערן "עליס טאַלי האָל", און אַז פֿאַר מיר זײַנען איבערגעלאָזט צוויי בילעטן.
נאָך דער בליץ־ידיעה איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז דער אָרקעסטער קומט נישט אַזוי צו ווײַזן זײַן קונסט פֿאַר די ליבהאָבער פֿון סימפֿאָנישער מוזיק, ווי צוליב די פֿילאַנטראָפּן, וואָס אַ דאַנק זייער ברייטהאַרציקייט, קאָן דער נאַציאָנאַלער ישׂראל־אָרקעסטער עקזיסטירן. אויף ענגליש רופֿט מען די אַקציע מיטן שיינעם וואָרט "פֿאָנדרייזינג", אין ייִדיש — מיטן אַלטן "שנאָרערײַ".
ווי עס האָט געפּאַסט פֿאַר אַזאַ קאָנצערט, לכּבֿוד די "אַמעריקאַנער פֿרײַנד פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער", איז די פּראָגראַם באַשטאַנען פֿון ווערק, וואָס זײַנען פּאָפּולער און נעמען זיך לײַכט אויף; אַנדערש געזאָגט, דריקן נישט אויפֿן מוח. דהײַנו: צוויי ווערק פֿון יאָזעף הײַדן — זײַן פֿידל־קאָנצערט (C major) און די סימפֿאָניע נומ' 83 (g minor); צוויי קורצע ווערק פֿון מאַקס ברוך און פּיאָטר טשײַקאָווסקיס אוּווערטור "ראָמעאָ און דזשוליעט".
דיריגירט מיט דער פּראָגראַם האָט פּינחס צוקערמאַן. אַ געבוירענער אין ישׂראל, האָט ער צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסן עולם, ווי אַ פֿידלער, דווקא מיט דעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער. דעמאָלט, בײַ זײַנע צוועלף יאָר, האָט ער דעביוטירט מיט מאָצאַרטס פֿידל־קאָנצערט. אין 1961 איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין אַמעריקע זיך לערנען אין דער באַרימטער דזשוליאַרד־שול, און אין צוויי יאָר אַרום טרעט ער אויף מיט זײַן ערשטן עפֿנטלעכן קאָנצערט אין ניו־יאָרק, אינעם "טאַון־האָל". ווי אַ דיריגענט הייבט צוקערמאַן אָן זײַן קאַריערע אין 1971, און זינט דעמאָלט קומט אים אויס צו דיריגירן מיט די בעסטע סימפֿאָנישע אָרקעסטערס.
אין דער איצטיקער פּראָגראַם האָט צוקערמאַן אַרויסגעוויזן זײַן מײַסטערשאַפֿט סײַ ווי אַ פֿידלער, אויספֿירנדיק אויף זײַן עלעגאַנטן אופֿן הײַדנס קאָנצערט; ווי אויך הײַדנס סימפֿאָניע, וואָס האָט זייער אויסגענומען בײַם פּובליקום, באַזונדערס בײַ יעניקע, וואָס האָבן אין די לאַנגזאַמע טיילן געכאַפּט אַ דרעמל.
זאַפֿטיק און עמאָציאָנעל האָבן געקלונגען די ווערק פֿון מאַקס ברוך, אויסגעפֿירט פֿון דער טשעליסטקע אָמאַנדאַ פֿאָרסײַט. געשאַפֿן האָט זיי דער קאָמפּאָזיטאָר אין 1890. אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דײַטשלאַנד, האָט ברוך אַ סך יאָר אָנגעפֿירט מיטן ליווערפּולער סימפֿאָנישן אָרקעסטער. ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר, פֿלעגט ער אָפֿט אויסנוצן אין זײַנע אָריגינעלע ווערק מעלאָדיעס פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. "Canzone", וואָס מיינט אַ ליריש איטאַליעניש ליד און די "קעלטישע מעלאָדיע" — צוויי מוסטערן פֿון זײַן שאַפֿערישער באַאַרבעטונג פֿון פֿאָלקס־מוזיק — זײַנען, לויטן זשאַנער וואָקאַלישע ווערק, אָבער אָן ווערטער. אויפֿן סמך פֿונעם ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר האָט ברוך געשאַפֿן זײַנע צוויי באַקאַנטע שאַפֿונגען — "ייִדישע מעלאָדיע" און "כּל־נדרי", וואָס איז געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער.
ווי אַ קולמינאַציע פֿון דעם קאָנצערט־אָוונט האָט דער אָרקעסטער געשפּילט די ברייט־פּאָפּולערע סימפֿאָנישע פֿאַנטאַזיע פֿון טשײַקאָווסקיס "ראָמעאָ און דזשוליעט". ס'איז איבעריק צו זאָגן, אַז אין יסוד פֿון דעם ווערק ליגט שעקספּירס באַרימטע טראַגעדיע, וואָס טשײַקאָווסקי האָט מיט די מיטלען פֿון מוזיק, איבערגעגעבן אויף זײַן אייגנאַרטיקן ראָמאַנטיש־סענטימענטאַלן אופֿן. באַגײַסטערט סײַ פֿון דער מוזיק און סײַ פֿון דעם דיריגענטס פֿאַרטײַטשן די פּאַרטיטור, האָבן די מוזיקער אויסגעטאָן, ווי מע זאָגט, זייער נשמה. נאָך אַ גאַנצער נאַכט פֿליִען, נאָך אַ פֿולער רעפּעטיציע אינעם טאָג פֿון קאָנצערט, שוין אפּגערעדט וועגן דעם קאָנצערט גופֿא, קומט זיי טאַקע אַ ברייט־האַרציקער יישר־כּוח.
אַ שאָד, וואָס אַזוי פֿיל שאַפֿערישע און פֿיזישע באַמיִונגען (חוץ די ריזיקע הוצאָות) זײַנען געבראַכט געוואָר נישט פֿאַר אַ ברייטערן עולם — אויך אמתע אַמעריקאַנער פֿרײַנד פֿון דעם אָרקעסטער — נאָר בלויז פֿאַר אַ געוויסער צאָל פֿילאַנטראָפּן, וואָס האָבן צווישן צוויי באַנקעטן, פֿאַרן קאָנצערט און נאָכן קאָנצערט, זיך דערקוויקט מיט אַ געשמאַקן נאַש פֿון עכטער סימפֿאָנישער מוזיק.