מוזיק

כּמעט יעדעס יאָר קומט קיין ניו־יאָרק דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און יעדעס מאָל בלײַבט נאָך זײַן קאָנצערט אַ דערהויבן געפֿיל סײַ ווי נאָך אַ טרעפֿונג מיט אמתער קונסט און סײַ פֿון שטאָלץ, אַז דווקא דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער סימפֿאָנישער אָרקעסטערס איז צווישן די בעסטע אין דער וועלט.

טעאַטער
טעאַטער "חבֿרים" (פֿון רעכטס): א. יעסילעווסקאַיאַ, ד. וואַרער, ס. קיפֿאַ, ל. קאָטליאַר, מ. בירקאָ, יו. מאַגליאָוואַני

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָבן צוויי טעאַ­טערס אין ניו־יאָרק, "חבֿרים" און "די פֿאָלקסבינע", געעפֿנט זייער סעזאָן מיט דער זעלבער פּיעסע — "די כּתובה" פֿון אפֿרים קישוֹן. וואָס זשע האָט געבראַכט די צוויי טעאַטערס, פֿאַרשידענע לויט זייער געשיכטע, עסטעטיק, שפּראַך און אַנ­דערע גרעסערע און קלענערע פּרטים, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דעם באַגריף טעאַטראַלע קונסט,