טעאַטער
טעאַטער "חבֿרים" (פֿון רעכטס): א. יעסילעווסקאַיאַ, ד. וואַרער, ס. קיפֿאַ, ל. קאָטליאַר, מ. בירקאָ, יו. מאַגליאָוואַני
טעאַטער "חבֿרים" (פֿון רעכטס): א. יעסילעווסקאַיאַ, ד. וואַרער, ס. קיפֿאַ, ל. קאָטליאַר, מ. בירקאָ, יו. מאַגליאָוואַני
Credit: Arkadiy Yagudaev

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָבן צוויי טעאַ­טערס אין ניו־יאָרק, "חבֿרים" און "די פֿאָלקסבינע", געעפֿנט זייער סעזאָן מיט דער זעלבער פּיעסע — "די כּתובה" פֿון אפֿרים קישוֹן. וואָס זשע האָט געבראַכט די צוויי טעאַטערס, פֿאַרשידענע לויט זייער געשיכטע, עסטעטיק, שפּראַך און אַנ­דערע גרעסערע און קלענערע פּרטים, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דעם באַגריף טעאַטראַלע קונסט, אויסצוקלײַבן דווקא די שטיי­גערישע קאָמעדיע, וועלכע איז שוין אַרײַן אין דער רשימה פֿון קלאַסישע ווערק אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור?

מעגלעך, דער איינציקער פּרט, וואָס שטעלט די ביידע טעאַטערס אויף איין פּלאַט­פֿאָרמע, איז זייער אָנגעהעריקייט צו די עטנישע טעאַטערס. דער טעאַטער "חבֿרים", נאָך גאָר אַ "גרינער", געמיינט סײַ זײַן על­טער און סײַ זײַן טרופּע, וואָס באַ­שטייט פֿון אימיגראַנטן, שפּילט אויף רוסיש, אָבער רופֿט זיך "ייִדישער טעאַטער" (גע­מיינט, Jewish).

דער "נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער", וואָס האָט זיך צענדליקער יאָרן פֿון זײַן לאַנגער געשיכטע גערופֿן פּשוט "די פֿאָלקסבינע", פֿאַרגינט זיך לעצטנס אָפֿט אַרויסצוקומען אויף דער בינע נישט מיט ייִדיש, נאָר דווקא מיט ענגליש. זעט אויס, אַז בײַם אידענטיפֿיצירן זייער עטנישן אָפּשטאַם שפּילט אַ גרעסערע ראָלע די סבֿיבֿה און דער צושויער, איידער די שפּראַך און די דראַמאַטורגיע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויף דער דאָזיקער שפּראַך.

די סבֿיבֿה, אָדער דער עולם, וואָס קומט אויף די פֿאָר­שטעלונגען פֿונעם טעאַטער "חבֿרים", רעדט אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן בדרך־כּלל רוסיש. ס‘רובֿ פֿון די מענטשן, וואָס באַזוכן די פֿאָרשטעלונגען פֿון דער "פֿאָקסבינע", קענען טאַקע ייִדיש, אָבער דאָך איז זייער אומגאַנג־שפּראַך — ענגליש. אַזאַ פּיעסע, ווי "כּתובה", וואָס קומט אַרויס פֿון ישׂראל, איז פּונקט צוגעמאָסטן צו אַן עולם פֿון ייִדן, וואָס עקזיסטירן שפּראַכלעך, קולטורעל און טראַדיציאָנעל צווישן (אָדער אַפֿילו אויסער) די נאַציאָנאַלע דלתּ אמות. אַ ייִדישן מענטש, וווּ ער זאָל נישט לעבן, אין ישׂראל אָדער אין די תּפֿוצות, דאַרף מען נישט דערקלערן, וואָס אַ כּתובה מיינט. דערפֿאַר האָט זיך אונטערן נאָמען פֿון דער פּיעסע, אין ביידע אויפֿפֿירונגען באַוויזן אויף רוסיש און ענגליש אַ דערקלערונג: "אַ חתונה־אָפּמאַך".

פֿונדעסטוועגן, זײַנען די אייגנטימלעכע נאַציאָנאַלע שטריכן אין דער פּיעסע בפֿירוש צעשווענקט; זיי וואַרפֿן זיך נישט אין די אויגן, ווי אין די באַקאַנטע ייִדישע (און העברעיִשע) קלאַסישע ווערק, סײַדן די נעמען פֿון די פּער­סאָנאַזשן קלינגען חצי־אַשכּנזיש (באָראָזאָווסקי, בירנבוים) און חצי־ישׂראלדיק, באַזונדערס בײַם ייִנגערן דור (אילה, בוּקי, ראָבערט). צו די "נאַציאָנאַלע סימנים" געהערן אויך די ישׂראלדיקע געאָגראַפֿישע פּונקטן, און אַוודאי דאָס וואָרט און באַגריף "קיבוץ", וואָס קלינגט פּונקט אַזוי אויף אַלע שפּראַכן אין דער וועלט, און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין נאַציאָנאַלן סימבאָל פֿון ישׂראל, אמת, כּמעט שוין אַן אָפּגעלעבטער.

בײַם אויפֿפֿירן די פֿאָרשטעלונגען האָבן ביידע רע­זשיסאָרן (וויקטאָר טאָפּאַלער און מאָטל דידנער) בפֿירוש געפֿילט דעם מאַנגל אין מער בולטע ישׂראלדיקע אַטריבוטן און האָבן זיך באַמיט, יעדער אויף זײַן אייגענעם אופֿן, זיי צוצוגעבן. אין דער רוסישער פֿאָרשטעלונג האָט זיך עס אויסגעדריקט אין טראַנסמיטירן עטלעכע מאָל (אויף דעם ראַדיאָ) דעם וועטער־פּראָגנאָז אויף עבֿרית; און אין דער ייִדישער אויפֿפֿירונג — מיט ווײַזן בילדער פֿון תּל־אָבֿיבֿ און דרייען העברעיִשע לידער פֿאַרן אָנהייב פֿון דער פֿאָרשטעלונג. דער אײַנפֿאַל פֿון מאָטל דידנער האָט אויסגעזען מער איבערצײַגעוודיק און געשאַפֿן אַ געוויסע שטימונג בײַם אַמעריקאַנער צושויער.

טעאַטער "פֿאָלקסבינע" (פֿון רעכטס): מ. לעוויט, א. פֿײַערשטיין, א. שערף, ס. טאָרען, ד. מאַרקוס, אי. קוויטקען
טעאַטער "פֿאָלקסבינע" (פֿון רעכטס): מ. לעוויט, א. פֿײַערשטיין, א. שערף, ס. טאָרען, ד. מאַרקוס, אי. קוויטקען
Credit: Scott Wynn

וויקטאָר טאָפּאַלער, וואָס האָט אַליין אַ שטיק צײַט געלעבט אין ישׂראל, ווייסט טאַקע גוט, אַז דער וועטער־פּראָגנאָז פֿאַרנעמט בײַ די ישׂראלים אַ וויכטיק אָרט אין זייער טאָג־טעגלעכקייט. אַרײַנגעבראַכט אָבער דעם כאַראַקטערישן עלעמענט אין דער אויפֿפֿירונג אין ברוקלין, בפֿרט אויף עבֿרית, האָט ער קיין באַזונדערן קינסטלערישן עפֿעקט זיך נישט דערשלאָגן. אַדרבה, דער עולם האָט אַפֿילו נישט פֿאַרשטאַנען, אַז עס גייט דאָ אַ רייד וועגן וועטער.

די פּיעסע פֿון אפֿרים קישוֹן איז צו באַקאַנט, כ‘זאָל זיך לאָזן דאָ איבערדערציילן די אינטריגע. די פּראָבלעמען, וואָס דער דראַמאַטורג הייבט דאָרט אויף, זײַנען פֿאַרשטענדלעך יעדן איינעם און אַפֿילו אַקטועל אין אַ סך הײַנטיקע משפּחות, נישט נאָר ייִדישע. קישוֹן האָט גוט אײַנגעחזרט איינעם פֿון די הויפּט־כּללים פֿון דראַמאַטורגיע, אַז אויב די ביקס הענגט אויף דער וואַנט אינעם ערשטן אַקט, מוז זי אויסשיסן אינעם לעצטן. דער טאָפּלטער פּאָרטרעט פֿון די צוויי הויפּט־פּערסאָנאַזשן — אלי־מלך און שפֿרה באָראָזאָווסקי, וואָס מיר זעען במשך דער גאַנצער אויפֿפֿירונג "שיסט אויס" צום סוף — דאָרט ליגט באַהאַלטן די שלי־מזלדיקע כּתובה, וואָס אַרום איר צעוויקלט זיך די גאַנצע שפּיל.

ווי אַזוי זשע האָבן די דאָזיקע שפּיל פֿונאַנדערגעדרייט ביידע רעזשיסאָרן און די אַקטיאָרן פֿון די צוויי טעאַטערס? קודם־כּל, דאַרף מען באַטאָנען, אַז גראָד די שפּראַך האָט געהאַט אַ דאָמינירנדיקן באַטײַט אין דער עסטעטיק פֿון דער אויפֿפֿירונג. וויקטאָר טאָפּאַלער איז דערצויגן געוואָרן אין די בעסטע טראַדיציעס פֿון רוסישן טעאַטער, וווּ אַפֿילו אַ קאָמעדיע, ווערט אויפֿגעפֿירט אויף אַן ערנסטן אופֿן. די גרעסטע רוסישע דראַמאַטורגן, אַלעקסאַנדר אָסטראָווסקי און אַנטאָן טשעכאָוו, האָבן זייערע פּיעסעס גערופֿן קאָמעדיעס, הגם געווען זײַנען זיי עכטע דראַמעס. אויך אין אַזאַ "ערנסטן שליסל" באַמיט זיך דער רעזשיסאָר און זײַנע אַקטיאָרן צו אַנטפּלעקן די פֿאַרפּלאָנטערטע סיטואַציע, וואָס מיט יעדן נײַעם קער ווערט זי נאָך מער פֿאַרדרייט און רופֿט אַרויס נײַע עמאָציאָנעלע איבערלעבענישן.

אינעם יסוד פֿון מאָטל דידנערס אויפֿפֿירונג ליגט די ייִדישע ווערסיע פֿון דער פֿאָרשטעלונג, געשטעלט מיט יאָרן לאַנג צוריק אין תּל־אָבֿיבֿ. להיפּוך צו דער רוסישער טראַדיציע, איז דער ייִדישער טעאַטער, כּמעט שטענדיק געווען מער מעלאָדראַמאַטיש. די ייִדישע דראַמע־שרײַבער און די טעאַטער־אונטערנעמער, וואָס זײַנען אַגבֿ געווען אונטער אַ גרויסער השפּעה פֿון דער רוסישער טעאַטער־קונסט, האָבן זיך געהאַלטן בײַם כּלל, אַז פֿאַרן ייִדישן עולם איז בעסער צו וויינען פֿון אַ דראַמע אויף דער בינע, ווי צו לאַכן אין לעבן מיט יאַשטשערקעס. דווקא בײַ ייִדן איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן דאָס ווערטל: "פֿאַרזעצן די וועטשערע, אַבי גיין אין טעאַטער".

אין אַ ייִדישער פֿאָרשטעלונג — צי איז עס אַ דראַמע, צי אַ קאָמעדיע — איז גע­וווּנטשן ס'זאָל זײַן מוזיק, אַ ליד, אַ טענצל. דער ייִדישער טעאַטער אין אַמעריקע (אַוודאי אונטער דער גרויסער השפּעה פֿון די מיו­זיק­לעס אויף בראָדוויי) האָט דעם וווּנטש פֿאַר­וואַנדלט אין אַ תּנאי.

די מוזיק בכלל און די עטלעכע לידער בפֿרט (מוזיק: שמעון כּהן, ווערטער: משה סחר), מאַכן די פֿאָרשטעלונג פֿון דער "פֿאָלקס­בינע" לירישער, היימישער. די שטעכיקע סאַטירע, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר קישוֹנס שאַפֿונג בכלל, אָנגעטאָן אינעם ייִדישן לבֿוש, ווערט ווייכער און קלינגט שוין מער איראָניש. קישוֹן גופֿא, ווען ער האָט געזען זײַן פּיעסע אויפֿגעפֿירט אין ייִדיש, האָט געזאָגט: "דווקא אין ייִדיש זעט די פּיעסע אויס אַזוי, ווי כ'האָב זי געוואָלט אָנשרײַבן". די איראָניע פֿון קישוֹנס איראָנישן קאָמפּלימענט באַשטייט אין דעם, אַז אַ געוויסער אמת שטעקט טאַקע אין דעם זאָג.

צווישן די אַקטיאָרן פֿון ביידע אויפֿפֿירונגען וואָלט זיך באַזונדערס געוואָלט אויסטיילן די שפּיל פֿון לעוו קאָט­ליאַר — אלי־מלך ("חבֿרים") און סוזאַן טאָרען — שפֿרה ("פֿאָלקסבינע"). עס פֿריידט בפֿירוש, וואָס די "פֿאָלקסבינע" נאָך אַ קרײַז פֿון בלאָנדזשען אויף פֿרעמדע שפּראַך־סטעזשקעס, האָט זיך אומגעקערט צום אייגענעם וועג פֿון מאַמע־לשון. לאָמיר האָפֿן, אַז אויף לאַנג.

לסוף, ווילט זיך נאָר צוגעבן, אַז פֿון ביידע פֿאָרשטעלונגען האָט געוווּנען דער ניו־יאָרקער פּובליקום, וואָס האָט איצט די געלעגנהייט צו טאַנצן אויף ביידע "חתונות".