‫פֿון רעדאַקציע

דער פּרעזידענט בוש אײַלט זיך צו פֿאַרסך־הכּלן זײַן טעטיקייט און איבערצולאָזן נאָך זיך אַ שם פֿון אַ פֿרײַהייט־טרעגער און שלום־מאַכער; און אויב אינעם ערשטן טערמין פֿון זײַן פּרעזידענטשאַפֿט האָט ער גאַלאָפּירט אויפֿן פֿערדל פֿון קאַמף קעגן וועלט־טעראָר, וואָס האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין זײַן צווייטער קאַדענץ אויף נאָך פֿיר יאָר, האָט אים דאָס דאָזיקע "פֿערדל" צום סוף פֿון זײַן ממשלה אין "ווײַסן הויז" פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינער פֿון די אויסגעפּרוּווטע אופֿנים פֿון פּאָליטיקער צוצוציִען צו זיך די עפֿנטלעכע פֿאַראינטערעסירונג איז — דורך אײַנרוימען עמעצן שטילערהייט אין אויער אַ וואָרט, אַ געזאָג, אויף אַן אופֿן, אַז אַלע זאָלן אים דערהערן. אַזוי האָט אַמאָל ביבי נתניהו געהאָט אַרײַנגעשושקעט אין אויער פֿון דעם אַלטיטשקן, דעמאָלט איבער הונדערט־יאָריקן רבֿ פֿון די מקובלים, הרבֿ כּדורי, אַז די "לינקע" זענען נישט קיין פּאַטריאָטן, זיי זענען שׂונאי־ישׂראל — און זײַן שטילער פֿליסטער האָט דאַן אַרויסגערופֿן אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אין גאַנצן לאַנד.

טשיקאַװעס
אַן אַלטע טיבעטישע מאַפּע פֿון שאַמבאַלאַ

אין די נײַעס וועגן דעם איצטיקן קאָנ­פֿליקט אין טיבעט פֿיגורירט נישט זעלטן דאָס וואָרט "שאַנגרי־לאַ" — דער נאָמען פֿונעם אוטאָפּישן לאַנד אין דזשיימס היל­טאָנס ראָמאַן "פֿאַרלוירענער האָריזאָנט". אַ סך אייראָפּעער שטעלן זיך פֿאָר טיבעט, ווי אויך דעם בודיסטישן ווײַטן מיזרח בכלל, ווי אַן עקזאָטישע אידיליע פֿון שלום, אַריכות-ימים, נאַטירלעך לעבן צווישן דער אומ­באַרירטער ווילדער נאַטור.

טעאַטער
טעאַטער "חבֿרים" (פֿון רעכטס): א. יעסילעווסקאַיאַ, ד. וואַרער, ס. קיפֿאַ, ל. קאָטליאַר, מ. בירקאָ, יו. מאַגליאָוואַני

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָבן צוויי טעאַ­טערס אין ניו־יאָרק, "חבֿרים" און "די פֿאָלקסבינע", געעפֿנט זייער סעזאָן מיט דער זעלבער פּיעסע — "די כּתובה" פֿון אפֿרים קישוֹן. וואָס זשע האָט געבראַכט די צוויי טעאַטערס, פֿאַרשידענע לויט זייער געשיכטע, עסטעטיק, שפּראַך און אַנ­דערע גרעסערע און קלענערע פּרטים, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דעם באַגריף טעאַטראַלע קונסט,

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווינטערוועלט!

לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". די הײַנטיקע פּרשה הייבט אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, ווען זי האָט אַ זון. דאָס וואָרט "תזריע" קאָן איבערגעזעצט ווערן ווי "זי וועט זיך מאַכן טראָגעדיק" אָדער, בוכשטעבלעך, "זי וועט פֿאַר­פֿלאַנצן דעם זוימען". אַזאַ אומגעוויינטלעכן אויסדרוק ווײַזט אָן דעם גײַסטיקן באַדײַט פֿונעם פּסוק. דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די וועלט ווי אַ געמיש פֿון קעגנזײַטיקע כּוחות — "חסד" און "גבֿורה".

װעלט פֿון ייִדיש

נאָכן שליסן זיך פֿונעם וויכטיקסטן ליטעראַרישן זשורנאַל "די גאָלדענע קייט", מיט אַן ערך 10 יאָר צוריק, האָט די ייִדיש־וועלט איבערגעלעבט אַ שאָק. זי איז אָבער צו ביסלעך געקומען צוריק צו די כּוחות. עס זענען דערשינען נײַע אָדער איבערגעמאַכטע זשורנאַלן, מיט וויזועלע און תּוכיקע אינטערעסאַנטע בײַטן, צווישן זיי: "אויפֿן שוועל", "צוקונפֿט", און אויף העברעיִש, אָבער וועגן ייִדיש, "דווקא". די וואָך האָבן מיר באַקומען דעם ערשטן נומער (פֿרילינג, 2008) פֿון אַ נײַעם, ריין ליטעראַרישן זשור­נאַל, "גילגולים: נײַע שאַפֿונגען" אונטער דער רעדאַקציע פֿון זשיל ראָזיע, פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָ­טעק";

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Hans Sahl. Memoiren eines Moralisten. Das Exil im Exil. München: Luchterhand Literaturverlag, 2008

די נײַע אויפֿלאַגע פֿון די זכרונות פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער האַנס זאַל (1902—1993) איז אַ באַווײַז פֿונעם אינטערעס צו פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער דײַטשישער גלות־קולטור. ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל — אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין 1933, גע­לעבט אין דלות און הונגער אין פּראָג, ציריך, פּאַריז, און קוים זיך געראַטעוועט אויף דער לעצטער אַמעריקאַנער שיף פֿון מאַרסעל אין 1941, לאַנגע יאָרן זיך מפֿרנס געווען מיט איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף דײַטש — איז זאַל געשטאָרבן בשלום אין טיבינגען, דײַטשלאַנד, אינעם עלטער פֿון 90 יאָר. די לעצטע יאָרן זײַנע, ווען זאַל איז שוין געוואָרן בלינד, האָט ער זיך אָפּ­געגעבן מיטן שרײַבן זײַנע זכרונות.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ווילנער "ייִדישע לײַ־ און שפּאָר־קאַסע", וואָס איז שפּעטער געוואָרן "די ייִדישע קאָאָפּעראַטיווע פֿאָלקסבאַנק"

טעאָרעטיש איז עס אַזוי: אַ ייִד טאָר ניט געבן קיין אַנדערן ייִדן געלט אויף פּראָ­צענט. וועגן דעם שטייט געשריבן ניט איין מאָל אין די הייליקע ספֿרים. טאָ פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער "פּראָ­צענט­ניק" צי דער "וואָכערער"? אַ סך מיאוסע געשטאַלטן באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעל­כע זאַכן אין ייִדישער ליטעראַטור. למשל, מרדכי ספּעקטאָר האָט אין יאַנואַר 1886 פֿאַר­עפֿנטלעכט אין "יודישעס פֿאָלקס-בלאַט" אַ פֿעליעטאָן, וואָס הייסט "דער פּראָצענטניק", מיט אַזאַ עפּיגראַף: "וואָס וואַקסט אָן רעגן און גיך ווי קראָפּעווע? — פּראָצענט! (אַ ייִדיש ווערטל)".

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ זײַט פֿון "המשך און בײַט" — לעוו בערינסקיס אַ ליד

פֿון צוויי קליינע לענדער אין צפֿון־אייראָפּע, האָבן מיר גאָר לעצטנס און גאָר אומגעריכט באַקומען אַ שיינע און אַפֿילו אַן איבערראַשנדיקע ייִדיש־מתּנה. די מחברטע פֿונעם בוך וועגן וועלכן ס'רעדט זיך דאָ, פּראָפֿ' אַסטריד שטאַרק־אַדלער, איז אַן עלזאַסערין און דער פֿאַרלאַג אירער איז אַ שוועדישער. ביידע לענדער האָבן אַן אַלטן ייִחוס־עצמו לגבי ייִדיש. די עלזאַסער געגנט איז דאָס געבוירן־אָרט פֿון אַלט־ייִדיש מיט טויזנט און עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, און האָט נאָך אַפֿילו ביז הײַנט אַ קליי­נעם אײַנגעבוירענעם ייִדישן ייִשובֿ. אין שוועדן געפֿינט זיך דער "מולטיעטנישער פֿאָר­שצענ­טער" אינעם אַלטן און באַ­רימטן אופּ­סאַלאַ־אוניווערסיטעט. דער פֿאַר­צײַ­טי­קער לינעוס האָט נאָך דאָרטן געפֿאָרשט, אין זײַן פּרעכ­טיקן גאָרטן, און באַוויזן ווי עס גיבן זיך איבער בײַ פֿלאַנצן, געוויקסן און גרינסן די מענדעליאַנער גענעטישע ירושה־אייגנשאַפֿטן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַר מיר איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט אויסצוגעפֿינען ווער זײַנען זיי, די סטודענטן וואָס לערנען ייִדיש אין אַמעריקע? איך ווייס, אַז זיי טיילן זיך אין פֿאַרשיידענע קאַ­טעגאָריעס. צווישן זיי טיילט זיי די עלטער, די אָפּשטאַמונג; צווישן זיי — פֿרומע און פֿרײַע. פֿאַראַן צווישן זיי אידעאָלאָגישע אונ­טערשיידן, און פּראַקטישע אויסוואַלן.

קינאָ
"יאַפּאַן, יאַפּאַן"

דער יערלעכער קינאָ־פֿעסטיוואַל — "נײַע רעזשיסאָרן, נײַע פֿילמען" — וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך דער "לינקאָלן־צענטער־קינאָ־געזעלשאַפֿט" איז אַ הויכפּונקט אויפֿן קאַלענדאַר פֿונעם ניו־יאָרקער קינאָ־ליבהאָבער. די וואָך־לאַנגיקע אונטערנעמונג האָט אַ גוטן שם צו געפֿינען נײַע און אינטערעסאַנטע פֿילמען ווײַט פֿון דער האָליוווּדער סבֿיבֿה.