װעלט פֿון ייִדיש

נאָכן שליסן זיך פֿונעם וויכטיקסטן ליטעראַרישן זשורנאַל "די גאָלדענע קייט", מיט אַן ערך 10 יאָר צוריק, האָט די ייִדיש־וועלט איבערגעלעבט אַ שאָק. זי איז אָבער צו ביסלעך געקומען צוריק צו די כּוחות. עס זענען דערשינען נײַע אָדער איבערגעמאַכטע זשורנאַלן, מיט וויזועלע און תּוכיקע אינטערעסאַנטע בײַטן, צווישן זיי: "אויפֿן שוועל", "צוקונפֿט", און אויף העברעיִש, אָבער וועגן ייִדיש, "דווקא". די וואָך האָבן מיר באַקומען דעם ערשטן נומער (פֿרילינג, 2008) פֿון אַ נײַעם, ריין ליטעראַרישן זשור­נאַל, "גילגולים: נײַע שאַפֿונגען" אונטער דער רעדאַקציע פֿון זשיל ראָזיע, פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָ­טעק"; אַ בכּבֿודיקע שריפֿט, וואָס וועט אַרויסגעגעבן ווערן איין מאָל אין יאָר.

מיטן וואָרט בכּבֿודיק, האָבן מיר אין זינען, די באַציִונג פֿון דער רעדאַקציע צו די מחברים; דער עיקר, פּאָעטן אינעם נומער. יעדעס ליד, געדרוקט אויף אַ פֿײַנעם פּאַפּיר, האָט זײַן אייגענע זײַט. להיפּוך צו ס‘רובֿ זשורנאַלן, אין וועלכע מע דרוקט איין אָדער צוויי לידער פֿון יעדן פּאָעט, קען מען לייענען אין "גילגולים" דרײַ, פֿיר אָדער מער שאַפֿונגען און, דערמיט, באַקומען אַ מער אַרומנעמיקן באַגריף וועגן דיכטער און זײַן דיכטונג. קיין אַנדערע זשורנאַלן וואָס גיבן זיך אָפּ נאָר מיט ליטעראַרישע שאַפֿונגען, פֿאַרמאָגן מיר הײַנט נישט אויף ייִדיש. דער דאָזיקער באַשלוס איז אַוודאי געווען אַ מוטיקער, ווײַל באַלד פֿרעגט מען זיך: ווי גרויס איז דען די הײַנטיקע לייענערשאַפֿט פֿאַר ייִדישע לידער? דעריבער פֿרייען מיר זיך, מיטן עקשנות, אויף צו להכעיס "דער אַלוועלטלעכער קולטור אין איין שפּראַך וואָס זאָל פֿאַרהוילן, פֿאַרדעקן צי אַרומנעמען אַלע אַנדערע" ("פֿון דער רעדאַקציע").

דער נומער שפּיגלט אויך אָפּ די פּאָזי­טיווע באַציִונג לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש מצד דעם מעדעם/פּאַריזער ייִדיש־צענטער און זײַן סבֿיבֿה. דער פֿאַקט, וואָס דער נײַער זשורנאַל שטעלט דעם טראָפּ אויף נײַע שאַפֿונגען דריקט אויס אַן אָפּטימיזם, וואָס מע הערט זעלטן, צום באַדויערן.

דער זשורנאַל האָט נישט קיין ליטעראַ­רישן מאַניפֿעסט און נעמט אַרײַן סײַ די מאָדערניסטישע לידער פֿונעם ניו־יאָרקער שלום בערגער, האַנרי לוי פֿון פֿראַנקרײַך, און די ישׂראלדיקע: מיכאל פֿעלזענבאַום, וועלוול טשערנין און לעוו בערינסיק — דער "עלטסטער פֿון די ייִנגערע פּאָעטן"; ווי אויך די מער געגראַמטע און ריטמישע לידער פֿונעם פּעטערבורגער ישׂראל נעקראַסאָוו, און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, די איינציקע פּאָעטעסע אין דער זאַמלונג פֿונעם עלטערן דור.

נאָר איין פּראָזע־ווערק, וואָס איז נישט קיין איבערזעצונג, האָט מען אַרײַנגענומען אין דער זאַמלונג — אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דער­ציילונג פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט "ראַכמיל ׳פּעפּעטע־מאָבעלע׳׳. לאָמיר האָפֿן, אַז מער פּראָזע־שרײַבער וועלן זײַן פֿאַרטראָטן אין די קומענדיקע נומערן.

צום סוף פֿונעם נומער קען מען לייענען עטלעכע איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, און עטלעכע לידער פֿון לייב נײַדוס, וואָס ווערן געדרוקט אָן אַ פֿאַר וואָס, און פּאַסן זיך ווייניקער אַרײַן צווישן די אַנדערע מאַטעריאַלן, סײַדן — עס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ "גילגול" פֿון אַמאָל.

מע קען באַשטעלן די צײַטשריפֿט "גילגולים", אין פֿאַרשיידענע לענדער, און אויסגעפֿינען וווּ, אויף דעם בליצפּאָסט־אַד­רעס: .gilgulim@neuf.fr מער פּרטים וועגן "גילגולים": www.gilgulim.org

דער אַדרעס פֿאַר געוויינטלעכער פּאָסט איז:

Gilgulim
102 ,boulevard Voltaire, 75011 Paris