- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָכן שליסן זיך פֿונעם וויכטיקסטן ליטעראַרישן זשורנאַל "די גאָלדענע קייט", מיט אַן ערך 10 יאָר צוריק, האָט די ייִדיש־וועלט איבערגעלעבט אַ שאָק. זי איז אָבער צו ביסלעך געקומען צוריק צו די כּוחות. עס זענען דערשינען נײַע אָדער איבערגעמאַכטע זשורנאַלן, מיט וויזועלע און תּוכיקע אינטערעסאַנטע בײַטן, צווישן זיי: "אויפֿן שוועל", "צוקונפֿט", און אויף העברעיִש, אָבער וועגן ייִדיש, "דווקא". די וואָך האָבן מיר באַקומען דעם ערשטן נומער (פֿרילינג, 2008) פֿון אַ נײַעם, ריין ליטעראַרישן זשורנאַל, "גילגולים: נײַע שאַפֿונגען" אונטער דער רעדאַקציע פֿון זשיל ראָזיע, פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק"; אַ בכּבֿודיקע שריפֿט, וואָס וועט אַרויסגעגעבן ווערן איין מאָל אין יאָר. מיטן וואָרט בכּבֿודיק, האָבן מיר אין זינען, די באַציִונג פֿון דער רעדאַקציע צו די מחברים; דער עיקר, פּאָעטן אינעם נומער. יעדעס ליד, געדרוקט אויף אַ פֿײַנעם פּאַפּיר, האָט זײַן אייגענע זײַט. להיפּוך צו ס‘רובֿ זשורנאַלן, אין וועלכע מע דרוקט איין אָדער צוויי לידער פֿון יעדן פּאָעט, קען מען לייענען אין "גילגולים" דרײַ, פֿיר אָדער מער שאַפֿונגען און, דערמיט, באַקומען אַ מער אַרומנעמיקן באַגריף וועגן דיכטער און זײַן דיכטונג. קיין אַנדערע זשורנאַלן וואָס גיבן זיך אָפּ נאָר מיט ליטעראַרישע שאַפֿונגען, פֿאַרמאָגן מיר הײַנט נישט אויף ייִדיש. דער דאָזיקער באַשלוס איז אַוודאי געווען אַ מוטיקער, ווײַל באַלד פֿרעגט מען זיך: ווי גרויס איז דען די הײַנטיקע לייענערשאַפֿט פֿאַר ייִדישע לידער? דעריבער פֿרייען מיר זיך, מיטן עקשנות, אויף צו להכעיס "דער אַלוועלטלעכער קולטור אין איין שפּראַך וואָס זאָל פֿאַרהוילן, פֿאַרדעקן צי אַרומנעמען אַלע אַנדערע" ("פֿון דער רעדאַקציע"). דער נומער שפּיגלט אויך אָפּ די פּאָזיטיווע באַציִונג לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש מצד דעם מעדעם/פּאַריזער ייִדיש־צענטער און זײַן סבֿיבֿה. דער פֿאַקט, וואָס דער נײַער זשורנאַל שטעלט דעם טראָפּ אויף נײַע שאַפֿונגען דריקט אויס אַן אָפּטימיזם, וואָס מע הערט זעלטן, צום באַדויערן. דער זשורנאַל האָט נישט קיין ליטעראַרישן מאַניפֿעסט און נעמט אַרײַן סײַ די מאָדערניסטישע לידער פֿונעם ניו־יאָרקער שלום בערגער, האַנרי לוי פֿון פֿראַנקרײַך, און די ישׂראלדיקע: מיכאל פֿעלזענבאַום, וועלוול טשערנין און לעוו בערינסיק — דער "עלטסטער פֿון די ייִנגערע פּאָעטן"; ווי אויך די מער געגראַמטע און ריטמישע לידער פֿונעם פּעטערבורגער ישׂראל נעקראַסאָוו, און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, די איינציקע פּאָעטעסע אין דער זאַמלונג פֿונעם עלטערן דור. נאָר איין פּראָזע־ווערק, וואָס איז נישט קיין איבערזעצונג, האָט מען אַרײַנגענומען אין דער זאַמלונג — אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילונג פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט "ראַכמיל ׳פּעפּעטע־מאָבעלע׳׳. לאָמיר האָפֿן, אַז מער פּראָזע־שרײַבער וועלן זײַן פֿאַרטראָטן אין די קומענדיקע נומערן. צום סוף פֿונעם נומער קען מען לייענען עטלעכע איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, און עטלעכע לידער פֿון לייב נײַדוס, וואָס ווערן געדרוקט אָן אַ פֿאַר וואָס, און פּאַסן זיך ווייניקער אַרײַן צווישן די אַנדערע מאַטעריאַלן, סײַדן — עס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ "גילגול" פֿון אַמאָל. מע קען באַשטעלן די צײַטשריפֿט "גילגולים", אין פֿאַרשיידענע לענדער, און אויסגעפֿינען וווּ, אויף דעם בליצפּאָסט־אַדרעס: .gilgulim@neuf.fr מער פּרטים וועגן "גילגולים": www.gilgulim.org דער אַדרעס פֿאַר געוויינטלעכער פּאָסט איז:
Gilgulim
|