|
די ווילנער "ייִדישע לײַ־ און שפּאָר־קאַסע", וואָס איז שפּעטער געוואָרן "די ייִדישע קאָאָפּעראַטיווע פֿאָלקסבאַנק" |
|
טעאָרעטיש איז עס אַזוי: אַ ייִד טאָר ניט געבן קיין אַנדערן ייִדן געלט אויף פּראָצענט. וועגן דעם שטייט געשריבן ניט איין מאָל אין די הייליקע ספֿרים. טאָ פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער "פּראָצענטניק" צי דער "וואָכערער"? אַ סך מיאוסע געשטאַלטן באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעלכע זאַכן אין ייִדישער ליטעראַטור. למשל, מרדכי ספּעקטאָר האָט אין יאַנואַר 1886 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "יודישעס פֿאָלקס-בלאַט" אַ פֿעליעטאָן, וואָס הייסט "דער פּראָצענטניק", מיט אַזאַ עפּיגראַף: "וואָס וואַקסט אָן רעגן און גיך ווי קראָפּעווע? — פּראָצענט! (אַ ייִדיש ווערטל)".
ספּעקטאָרס הויפּט-העלד איז אַ קליינשטעטלדיקער פּאַראַזיט, וואָס שאַפֿט אַ גרויסן קאַפּיטאַל, באַזירט אויף זײַן ווײַבס געלט — זי האָט עס פֿאַרדינט ווי אַ נאַם. און ווען דער פּראָצענטניק ווערט רײַך, וויל ער פּטור ווערן פֿון זײַן ווײַב, אָבער זי זאָגט זיך אָפּ פֿון גטן אים, בפֿרט נאָך אַז זיי האָבן שוין עטלעכע קינדער. ער סמט אָפּ די פֿרוי-האָרעפּאַשניצע און ברענגט פֿון ווילנע אַ יונג ווײַבל, אָבער זײַן פֿאַרברעכן ווערט סוף-כּל-סוף אַנטפּלעקט.
די פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס פֿון פֿאַרדינען דורך געבן הלוואָות זײַנען לעגאַליזירט געוואָרן בײַ די אַשכּנזים נאָך סוף 16טן יאָרהונדערט. דעמאָלט האָט מען צוגעטראַכט דעם קונץ, וואָס מע האָט אָנגערופֿן "היתּר-עיסקה" (ווערט אויסגערעדט ווי "העטער איסקע"). דער דאָזיקער לעגאַלער מעכאַניזם האָט דערלויבט — און דערלויבט נאָך אַלץ — פֿאַרבײַגיין דעם פֿאַרבאָט פֿון נעמען פּראָצענטן. דער קונץ באַשטייט אין דעם, וואָס דער פּראָצענטניק גיט ניט קיין הלוואה, נאָר ווערט אַ שותּף אין אַ געשעפֿט. טיילווײַז איז עס אַ דעמאַגאָגישע באַרעכטיקונג פֿון אַזעלכע אָפּעראַציעס, אָבער טיילווײַז איז עס טאַקע אַנדערש פֿון אַ געוויינטלעכער הלוואה, ווײַל דער פּראָצענטניק ריזיקירט אויך, דהײַנו: טאָמער דער געשעפֿט גייט באָקעם, קען ער, ווי אַ שותּף, פֿאַרלירן געלט. אַ מאָדערנעם בוכהאַלטערישן טײַטש פֿון דעם ענין קען מען איבערלייענען אין דעם מאַרץ-נומער, 2006, פֿונעם זשורנאַל Accounting, Business & Financial History.
ייִדן האָבן געליטן פֿון די הויכע פּראָצענטן, וואָס מע האָט געמאָנט פֿאַר אַ הלוואה. די פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד" האָט געשריבן אין דעצעמבער 1889, אַז ווען אַ מענטש פֿאַלט אַרײַן אין די הענט פֿון ייִדישע פּראָצענטניקעס, "דאַרף שוין יענער קיין ׳חיבוט-הקבֿר׳ ניט לײַדן, וואָרעם ער קומט שוין אָפּ אויף דער וועלט אויך גאַנץ גוט". צו פֿאַרטיידיקן אַן אָרעמאַן פֿון די פּראָצענטניקעס פֿלעגט מען שאַפֿן אַ גמילת-חסד, וואָס האָט געגעבן הלוואָות אָן פּראָצענטן. צום סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד פֿונקציאָנירט אַרום 350 אַזעלכע צדקה-אָרגאַניזאַציעס.
|
אַ טשעק פֿון דער "ייִדישע קאָאָפּעראַטיווער פֿאָלקסבאַנק" |
|
אַ גמילת-חסד האָט, אָבער, געהאַט בדרך-כּלל זייער באַגרענעצטע מעגלעכקייטן. עס האָט געקענט ראַטעווען פֿון הונגער, אָבער ניט געהאַט גענוג קאַפּיטאַל, כּדי אָנהייבן צי אַנטוויקלען עפּעס אַן אונטערנעמונג. דערווײַל האָט מען אין דער ניט-ייִדישער סבֿיבֿה גענומען שאַפֿן לײַ- און שפּאָר-קאַסעס, וועלכע זײַנען לעגאַליזירט געוואָרן אין רוסלאַנד אין יוני 1895 — דעמאָלט האָט די צאַרישע רעגירונג דערלויבט רעגיסטרירן אַזעלכע קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון. אין 1898 האָט זיך געשאַפֿן אַ ייִדישע קאַסע אין ווילנע.
די געשיכטע פֿון דער ווילנער קאַסע איז באַשריבן אין באָריס האַלפּערנס בוך "פּנקס פֿון ייִדישן באַנק", וואָס איז אַרויס אין 1936. עס האָט געדויערט דרײַ יאָר ביז די אידעע פֿון האָבן אַזאַ אינסטיטוציע איז מיט 110 יאָר צוריק מקוים געוואָרן. דורכגיין די ביוראָקראַטישע מניעות האָט געהאָלפֿן דער פּעטערבורגער ייִדישער אינטעלעקטואַל אַלכּסנדר בראַודאָ, וואָס האָט געהאַט אַ צוטריט צום פֿינאַנץ-מיניסטער וויטע, צוליב דעם, וואָס ער האָט געלערנט דעם מיניסטערס קינדער. פֿאַקטיש, איז די ווילנער קאַסע געווען ניט די ערשטע. נאָך זומער־צײַט 1896 האָט מען דערלויבט צו עפֿענען אַזאַ קאַסע אין דעם שטעטל פּאַרעטש (פּאַריטשי), אין ווײַסרוסלאַנד. אָבער דווקא די ווילנער קאַסע האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ מאָדעל פֿאַר ענלעכע קאַסעס אין אַ צאָל שטעט, בפֿרט אין די אַרומיקע געגנטן.
אין 1902 האָט די רעגירונג באַשלאָסן, אַז זי וויל ניט טאָלערירן ספּעציפֿיש ייִדישע קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון. מע האָט גענומען פֿאָדערן, אַז בראָש פֿון אַ קאַסע זאָל שטיין נאָר אַ קריסט, און די פֿאַרוואַלטונג האָט אויך געמוזט האָבן ניט מער פֿון אַ דריטל ייִדישע מיטגלידער. די דאָזיקע באַגרענעצונג האָט זיך געהאַלטן ביזן יאָר 1905. צום סוף 1907 זײַנען שוין אין רוסלאַנד געווען העכער 250 ייִדישע קאַסעס.
אין 1909 איז אין פּעטערבורג אַרויס אַ קליינע בראָשור אונטערן טיטל "די פּראַקטיק פֿון די לײַ- און שפּאָר-קאַסעס". דער לייענער האָט זיך דערוווּסט, אַז "דער קליין-קרעדיט, אָדער ווי מען רופֿט עס אָן הײַנט אין רוסלאַנד, דער קאָאָפּעראַטיווער, דער חבֿרישער קרעדיט, איז אַ נײַע דערשײַנונג אין ייִדישן לעבן. די ערשטע לײַ- און שפּאָר-קאַסעס אַרבעטן ערשט צען-צוועלף יאָר." און עס ווערט אונטערגעשטראָכן, אַז די קאַסע "איז ניט קיין קאַפּיטאַליסטיש געשעפֿט, נאָר אַ חבֿרה פֿון מענטשן, וואָס העלפֿן זיך אַליין".
לײַ- און שפּאָר-קאַסעס, אָדער קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון — וואָס זיי האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט — זײַנען געוואָרן אַ וויכטיקער פֿענאָמען פֿון ייִדישן לעבן ניט נאָר אין רוסלאַנד, אָבער אויך אין די קהילות פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע עמיגראַנטן אין פֿאַרשיידענע לענדער. אַפֿילו פֿרומע ייִדן האָבן ניט געהאַט קיין פּראָבלעמען מיט אַזאַ פֿאָרעם פֿון קרעדיט, ווײַל דער פּראָצענט האָט געמאַכט רײַכער ניט קיין יחיד, נאָר אַ כּלל.