דער פּרעזידענט בוש אײַלט זיך צו פֿאַרסך־הכּלן זײַן טעטיקייט און איבערצולאָזן נאָך זיך אַ שם פֿון אַ פֿרײַהייט־טרעגער און שלום־מאַכער; און אויב אינעם ערשטן טערמין פֿון זײַן פּרעזידענטשאַפֿט האָט ער גאַלאָפּירט אויפֿן פֿערדל פֿון קאַמף קעגן וועלט־טעראָר, וואָס האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין זײַן צווייטער קאַדענץ אויף נאָך פֿיר יאָר, האָט אים דאָס דאָזיקע "פֿערדל" צום סוף פֿון זײַן ממשלה אין "ווײַסן הויז" פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן.
אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער דײַטשישער צײַטונג Welt Online האָט בוש באַטאָנט, אַז ס'איז זייער וויכטיק צו שטיצן די פֿעלקער, וואָס שטרעבן צו דעמאָקראַטיע. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איז איבערצײַגט, אַז אויב מען וועט גיבן די מענטשן אַ שאַנס, וועלן זיי זיך באַוואָפֿענען מיטן אוניווערסאַלן פּרינציפּ, אַז פֿרײַהייט איז אַ נויטוויכטיקע זאַך.
ווער קען דען זײַן קעגן אַזאַ שאַנס? די אַלטע חכמה אָבער חזרט זיך איבער, אַז די פֿרײַהייט, וואָס ווערט געבראַכט די פֿעלקער מיט כּוח, גייט זיי נישט אָן. נאָך מער, די
שלום־טרעגער פֿאַרוואַנדלען זיך גיך אין זייערע גרעסטע שׂונאים. אַפֿגאַניסטאַן און איראַק זײַנען די בעסטע מוסטערן פֿון אַזאַ פֿײַנטשאַפֿט.
די פֿרידלעכע פּאָליטיק פֿון "אַרײַנברענגען פֿרײַהייט דורך דראַנג" אין קאָסאָוואָ, האָט נאָך גרעסער געמאַכט דעם שפּאַלט צווישן די סערבן און קאָסאָוואַרן, און אויפֿגעבראַכט נאָך מער רוסלאַנד, וואָס האַלט אויף אַ קורץ שטריקעלע די סעפּאַראַטיסטישע כּמו־לענדעלעך, אַזעלכע ווי אַבכאַזיע, דרום־אָסעטיע, בײַדניעסטער רעפּובליק. ס'איז גענוג אין מאָסקווע פֿאַרן שטריקעלע אַ שלעפּ טאָן, וועלן זיי באַלד אויך אָנהייבן פֿאָדערן אומאָפּהענגיקייט פֿון גרוזיע און מאָלדאָווע.
אָבער פּרעזידענט בוש אײַלט זיך ווײַטער. אין מײַ־חודש קלײַבט ער זיך צו קומען פֿײַערן דעם 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל. כּל־הכּבֿוד! צו אַזאַ פֿײַערלעכער דאַטע וואָלט גוט געווען אײַנשטעלן, סוף־כּל־סוף, שלום אין מיטעלן מיזרח. אָבער שלום, ווי באַקאַנט, איז נישט קיין מלחמה, וואָס מע קען זי אָנהייבן אין אַ געוויסן טאָג און אַפֿילו שעה. איז ווידער, די זעלבע מעטאָדע — דראַנג און צוואַנג. "אייניקע טענהן, — דערקלערט בוש אין זײַן אינטערוויו, — אַז איך וויל אָנבינדן מײַנע אידעאַלן צו אַנדערע מענטשן. אָבער דאָס זײַנען נישט מײַנע, דאָס זײַנען אוניווערסאַלע אידעאַלן — אידעאַלן, וואָס די געשיכטע אַליין האָט זיי אויסגעפּרוּווט".
ווער קען דען פֿאַרנייגן אַזעלכע אידעאַלן? לאָזט זיך אָבער אויס, אַז "כאַמאַס", "כעזבאָלאַ" און אַנדערע פֿאַנאַטישע כּוחות האַלטן נישט פֿון אַזעלכע אידעאַלן. זיי האָבן זייערע אייגענע אידעאַלן, וואָס כּל־זמן ישׂראל איז שטאַרק, וועלן זייערע פֿירער זיך מוזן אָפּהאַלטן זיי צו פֿאַרווירקלעכן.
פּרעזידענט בוש אײַלט זיך. ער אײַלט זיך אויפֿצושטעלן די נעץ קעגן־ראַקעטן אין אייראָפּע, וואָס די פֿעלקער פֿון די דאָזיקע לענדער האָבן אַ גרויסן צווייפֿל, צי זיי דאַרפֿן טאַקע די דאָזיקע ראַקעטן האָבן אויף זייער טעריטאָריע. מע קאָן אָבער נישט זאָגן "אלף" און בלײַבן שטיין. זיך קוים באַפֿרײַט פֿונעם סאָוועטישן מיליטערישן פּאַנצער, האָבן זיי זיך אַליין אַרונטערגעוואָרפֿן אונטערן מערבֿדיקן מיליטערישן פּאַנצער.
איצט, אין די טעג, ווען עס קומט פֿאָר דער צוזאַמענפֿאָר פֿון "נאַטאָ", רײַסן זיך אַהין די נײַע מיטגלידער: כאָרוואַטיע, אַלבאַניע און מאַקעדאָניע. בײַ דער טיר טאָפּטשען זיך שוין די פּרעזידענטן פֿון אוקראַיִנע און גרוזיע. און כאָשט נישט אַלע אייראָפּעיִשע לענדער זײַנען נתפּעל דערפֿון, האַלט פּרעזידענט בוש, אַז מע דאַרף זיי יאָ אײַנשליסן אין דעם צפֿון־אַטלאַנטישן אַליאַנץ "מיטן ריינעם געוויסן".
זײַן אינטערוויו האָט פּרעזידענט בוש פֿאַרענדיקט באַשיידן, אָבער איבערצײַגעוודיק: "בײַם אָננעמען דעם אָדער אַן אַנדער באַשלוס, טראַכט איך נישט וועגן מײַן פּאָפּולאַריטעט. פּאָפּולאַריטעט איז אַזאַ זאַך, אַז הײַנט איז זי דאָ, און מאָרגן נישטאָ..."
ווער קען דען זײַן קעגן אַזעלכע רייד?