פּאָליטיק

איינער פֿון די אויסגעפּרוּווטע אופֿנים פֿון פּאָליטיקער צוצוציִען צו זיך די עפֿנטלעכע פֿאַראינטערעסירונג איז — דורך אײַנרוימען עמעצן שטילערהייט אין אויער אַ וואָרט, אַ געזאָג, אויף אַן אופֿן, אַז אַלע זאָלן אים דערהערן. אַזוי האָט אַמאָל ביבי נתניהו געהאָט אַרײַנגעשושקעט אין אויער פֿון דעם אַלטיטשקן, דעמאָלט איבער הונדערט־יאָריקן רבֿ פֿון די מקובלים, הרבֿ כּדורי, אַז די "לינקע" זענען נישט קיין פּאַטריאָטן, זיי זענען שׂונאי־ישׂראל — און זײַן שטילער פֿליסטער האָט דאַן אַרויסגערופֿן אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אין גאַנצן לאַנד.

אַזאַ הילכיקן אַפּקלאַנג האָט איצט אַרויס­גערופֿן אויפֿן היגן פּאָליטישן יאַריד דער שושקענדיקער פֿליסטער פֿון אַהוד ברקס געטרײַעסטן פֿאַרבינדעטן, דעם מיניסטער בנימין בן־אליעזר ("פֿואַד") אין אויער פֿון דעם אַגראַר־מיניסטער שלום שׂמחון — אויך ער פֿון ברקס נאָענטע — אַז ברק פֿירט די פּאַרטיי צום גרונט, צו אַן אונטערגאַנג. ער האָרכט נישט קיינעם, ער איז אַן אַליינגייער, האָט נישט קיין סבֿיבֿה, רעכנט זיך נישט מיט קיינעם, אַז ער האָט די פּאַרטיי נישט אין זינען — און נאָך אַזעלכע דערשטוינענדיקע "קאָמ­פּלימענטן" אויפֿן אַדרעס פֿון זײַן מנהיג, ווע­מען ער האָט צוגעזאָגט די פֿולע טרײַשאַפֿט.

דאָס האָט דער מיניסטער אויסגעדריקט פֿאַר זײַן קאָלעגע די שווערע פֿרוסטראַציע, וואָס הערשט אין דער פּאַרטיי, וועלכע האָט פֿאַרלוירן איר השפּעה אין דער קאָאַליציע, און האָט פֿאַרלוירן אירע פֿליגלען און קען זיך נישט "אויפֿהייבן" אין די פּובליק־טעסטן איבער אירע איצטיקע 19 מאַנדאַטן אין דער כּנסת. ווען ער וואָלט דאָס געזאָגט אין אַן אָפֿענעם וויכּוח אויף דער זיצונג פֿון דער "עבֿודה"־פֿראַקציע אין דער כּנסת, וואָלט עס נישט אַרויסגערופֿן קיין באַזונדערע שטוי­נונג. אָבער ווײַל אָט דעם איינעם אויער־פֿליסטער האָט בשעת דער זיצונג אויפֿגע­כאַפּט אין זײַן רעקאָרדער דער קאָרעס­פּאָנדענט פֿון דער טעלעוויזיע און האָט אים דעם זעלבן אָוונט צעפּויקט אין זײַן נײַעס־באַריכט, איז דאָס געוואָרן דער "סקופּ", די סענסאַציע פֿון דער וואָך.

די דרײַ מיניסטאָרן פֿון ברקס לאַגער אין דער פּאַרטיי — "פֿואַד" בן־אליעזר, שלום שׂמחון און יצחק הערצאָג, ווי אויך די אַנדערע מיניסטאָרן און פּאַרטיייִשע עסקנים, וואָס זענען בשעתו געהאָט צוגעשטאַנען צו ברקן, מיינענדיק, אַז נאָר ער וועט קענען צוריקקערן די פּאַרטיי צו דער מאַכט, האָבן זיך נישט אַרויסגעזאָגט אָפֿן קעגן אים. זיי האָבן אָבער זיך אויך נישט אײַנגעשטעלט פֿאַר אים אויף יענער פֿריִערדיקער זיצונג פֿון דער כּנסת־פֿראַקציע, אויף וועלכער ברקס דירעקטער "קרבן" און אָפֿענער קעג­נער, דער דורך אים באַזײַטיקטער פֿריִער­דיקער פּאַרטיי־פֿאָרזיצער און זיכערהייט־מיניסטער עמיר פּרץ האָט אָנגעמאָלדן, אַז ער הייבט אָן פֿון דאָס נײַ אָרגאַניזירן אין דער פּאַרטיי די "מחנה החבֿרתּי" — דעם סאָציאַלן לאַגער, כּדי צו באַנײַען די "סאָציאַלע אַגענדע" און צוריקצוקערן די אַרבעט־פּאַרטיי אויפֿן סאָציאַל־דעמאָקראַ­טישן וועג. בלויז זײַן דריטער פֿאַרבינדעטער, דער מיניסטער פֿאַר "וווילשטאַנד", יצחק הערצאָג, האָט פֿאַרענטפֿערט זײַן חבֿר בֿן־אליעזר, אַז דאָס איז געווען אַ פֿאַרטרוילעכע חבֿרישע קריטיק צווישן חבֿרים.

ברק האָט אויף יענער זיצונג געדולדיק געענטפֿערט פּרצן, אַז די טיר פֿון דער פּאַרטיי איז פֿאַר אים אָפֿן זי צו פֿאַרלאָזן, אויב עס געפֿעלן אים נישט די פֿירונגען פֿון דער אויסגעוויילטער אָנפֿירונג.

דאָס איז געווען דער ערשטער סיגנאַל אין דער אינערלעכער מלחמה, וואָס האָט זיך, אויפֿן גרונט פֿון דער שטײַגנדיקער און ביז איצט שווײַגנדיקער פֿאַרביטערונג און פּרצעס נקמה־יצרים אָנגעהויבן אין דער געשלאָגענער, אָבער מאַכט־גײַציקער "עבֿודה".

דאָס ווײַזן פּרצן די טיר איז אויך געווען ברקס רעאַקציע אויף דעם דערפֿאָלג פֿון פּרצעס פּריוואַטן געזעץ־פּראָיעקט אין דער פּראָוויזאָרישער אָפּשטימונג אין דער כּנסת, אָן צו באַראַטן זיך מיט אים און אָן זײַן צושטימונג, וועגן אַ חודשלעכן מינימום־לוין פֿאַר די סאָלדאַטן אין רעגולערן מיליטערישן דינסט, ווי אויך צוליב פּרצעס פֿאַרבינדן זיך מיט גײַדאַמאַקן און מיט אַנדערע קעגנערישע גרופּירונגען צו די נאָענטע מוניציפּאַלע וואַלן — און נישט בלויז צוליבן אָרגאַניזירן אַן אַנטי־ברקישן לאַגער אין דער פּאַרטיי.

דאָס אַלץ האָט אָבער נישט באַקומען דעם הילכיקן עפֿנטלעכן אָפּקלאַנג, וועלכן עס האָט זוכה געווען בן־אליעזרס שושקערײַ אין שׂמחונס אויער — און נאָך אים די אָפֿענע פֿײַער־שלאַכט צווישן פּרצן און ברקן אויף דער הײַנטוואָכיקער פֿראַקציע־זיצונג פֿון "עבֿודה". אויף אָט דער זיצונג איז פּרץ אַרויס מיט זײַן גאַנצער אָנגעזאַמלטער פֿרוסטראַציע. ער האָט אויסגעגאָסן זײַן ביטער האַרץ אויף ברקן און אים באַשולדיקט אין "אַן אָבסעסיע צו ווערן דער פּרעמיער־מיניסטער, נישט האָבנדיק קיין אַגענדע — נישט קיין פּאָליטישע, נישט קיין עקאָנאָמישע און נישט קיין סאָציאַלע". און דאָ האָט פּרץ זיך באַנוצט מיט די געשושקעטע רייד פֿון ברקס נאָענטסטן געהילף: "אתּה מנותּק" — דו ביסט אָפּגעריסן (פֿונעם ציבור). די אַקטיוויסטן אויפֿן שטח, האָט ער צוגעגעבן, קענען אויפֿטאָן פֿאַר דער פּאַרטיי מער ווי דו...

ווי עס שילדערן די אָנוועזנדיקע קאָרעס­פּאָנדענטן, איז ברק געווען אין אַ שאָק, אַזוי ווי די גאַנצע פֿראַקציע, וואָס איז געוואָרן ווי פֿאַרשטומט. און ווען ברק איז געקומען צו זיך, האָט ער גענומען דעם מיקראָפֿאָן און געזאָגט:

"איך האָב נישט קיין שאַנסן זיך צו פֿאַרמעסטן מיט דײַן פּאַטעטישקייט. איך וועל אויף דײַן רעדע נישט רעאַגירן און איך וועל דיר קיין צײַגעניש נישט אויס­שטעלן. יעדער חבֿר דאָ וועט מישפּטן. איך נעם ערנסט די שליחות וואָס איז אויף מיר און אויף אונדז אַרויפֿגעלייגט געוואָרן דורך די וויילער פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — צוריקקערן דער פּאַרטיי דעם רודער פֿון דער מדינה. איך בין אַנטשלאָסן דאָס צו טאָן — מיט דיר אָדער אָן דיר".

די דאָזיקע זיצונג, וואָס האָט אַזוי בולט דעמאָנסטרירט דעם טיפֿן ריס אין "עבֿודה", איז פֿאַקטיש גערופֿן געוואָרן אויף דער בקשה פֿון די צוויי כּנסת־ דעפּוטאַטן — שעלי יעכימאָוויטש און דעם פּאַרטיי־פֿאַרוואַלטער איתּן כּבל, ביידע געוועזענע פֿאַרבינדעטע פֿון עמיר פּרצן — צו באַהאַנדלען דעם צוזאָג פֿון דעם פּאַרטיי־פֿאָרזיצער אהוד ברק צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג און די קאָאַליציע צוליב די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע און דעם אָפּזאָג פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט צו נעמען אויף זיך די אַחריות פֿאַר די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה און צו דעמיסיאָנירן.

ברק האָט בײַם אָנהייב פֿון דער זיצונג רעפֿערירט וועגן די צוגרייטונגען פֿון דער פּאַרטיי צו נײַע וואַלן, וואָס האָט אָנגעצונדן בײַ די פֿאַרזאַמלטע מער ווי אַ פֿונק פֿון צינישער איראָניע: וואָס פֿאַראַ אויסזיכטן האָט די פּאַרטיי וואָס "ליגט אויף די ברע­טער"? וווּ וועט זי נעמען די 8,000 אַקטי­וויסטן בלויז צו באַזעצן די וואַל־אורנעס?

אָבער אַזוי ווי אין די פֿריִערדיקע פֿאַלן, האָט ברק אויך איצטער קיין קלאָרן ענטפֿער אויף די אַלע פֿראַגן נישט געגעבן און זײַנע אמתדיקע כּוונות האָט ער נישט מגלה געווען. ווי באַוווּסט, האָט ער צו פֿאַרדאַנקען זײַן נצחון אין דער צווייטער דעראָבערונג פֿון דער פּאַרטיי — דעם צוזאָג זײַנעם צו פֿאַרלאַנגען די דעמיסיע פֿון די פֿאַראַנט­וואָרטלעכע פֿאַר דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, און נישט אַרײַנצופֿירן די "עבֿודה" אין קיין שותּפֿות־רעגירונג מיט אָלמערטן. די באַזײַטיקונג פֿון עמיר פּרצן האָט ער דערגרייכט — אַליין איבערנעמענדיק זײַנע פֿונקציעס אין דער פּאַרטיי און אין דער רעגירונג. וואָס שייך אָבער דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט, וואָס אויך אים האָט ער געשטרעבט צו ירשענען — איז ער געקומען צום אויספֿיר, אַז עס לוינט אים בעסער צו ברעכן זײַן צוזאָג, איידער צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג און צו פֿאַרלאָזן אַ געזיכערטע פּאָזיציע. ער געפֿינט זיך אָבער אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון די קאָמבאַטאַנטן, די פּראָטעסט־גרופּירונגען פֿון די סאָלדאַטן רעזערוויסטן, קעמפֿער אין דער לבֿנונישער מלחמה, ווי אויך די משפּחות פֿון די געפֿאַ­לענע, וועמען ער האָט צוגעזאָגט נישט צו בלײַבן אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. איצט וואַרפֿט ער אין חלל אַרײַן נישט פֿאַרפֿליכטנדיקע דאַטעס — פֿון "אַן ערך צוויי חדשים", ביז... "איך וועל באַשליסן אין גיכן".

דער "אין גיכן" אײַלט זיך אָבער נישט צו קומען. ער ווייסט, אַז אַזוי ווי ער, ווילן אויך די אַנדערע 76 כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון דער קאָאַליציע נישט ריזיקירן מיט זייערע מאַנדאַטן. מיטן גורל פֿון דער מדינה איז, זעט אויס, לײַכטער צו האַזאַרדירן, ווי מיטן פּאַרלאַמענטאַרישן גורל פֿון אירע פֿאָלקס־דערוויילטע.

אין דער דאָזיקער רעגירונג, ווי דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, אידענטיפֿיצירט זיך אָבער ברק מער מיט דער רעכטער אָפּאָזיציע און מיט די קאָלאָניסטן, איידער מיט דער "לינקער" פּלאַטפֿאָרם פֿון זײַן אייגענער פּאַרטיי, וואָס פֿאַרלאַנגט זיי אַריבערצופֿירן פֿון די אַקופּירטע שטחים און צו באַזײַטיקן די אומגעזעצלעכע פֿאָרפּאָסטן, כּדי צו דערפֿילן די התחײַבֿותן פֿאַר דעם באַנײַטן שלום־פּראָצעס און פֿאַר דער "מאַפּע פֿון די וועגן".

איצט וואַרט אַהוד ברק עס זאָלן אַרי­בערגיין די יובֿל־פֿײַערונגען לכּבֿוד 60 יאָר מדינת־ישׂראל און עס זאָל אַריבערגיין דער צוגעזאָגטער באַזוך פֿון פּרעזידענט בוש אין חודש מײַ — און ברק וועט קענען רעאַליזירן זײַן געגרייטע "גרויסע אָפּעראַציע" אין עזה. און דאָס — נאָך דעם ווי דער מיטגליד פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע פּראָפֿעסאָר יחזקאל דרור האָט דערקלערט פֿאַר דער קאָנטראָל־קאָמיסיע פֿון דער כּנסת, אַז קיין איינע פֿון די רעקאָמענדאַציעס פֿון דער קאָמיסיע איז נישט געוואָרן רעאַליזירט.

נישט געקוקט אויף די אויסגעבלאָזענע אָדער געפּלאַצטע באַלאָנען פֿון אָלמערטס גראַנדיעזע פּלענער מיטן איבערנעמען די מאַכט, וועגן עוואַקויִרן פֿון די אַקופּירטע שטחים דרײַ־פֿערטל פֿון די קאָלאָניעס מיט זייערע 75,000 קאָלאָניסטן, און נישט געקוקט אויף אַלע שטרויכלונגען און אויף די פֿילצאָליקע פֿאַרפּאַסונגען — איז דער איצטיקער שלום־אָנשטרענג פֿון פּרעזידענט בוש און פֿון זײַן מלוכה־סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאָ רײַס געבליבן דער איינציקער, אפֿשר דער לעצטער, שאַנס כאָטשבי פֿאַר אַ באַנײַטער האָפֿענונג אויף אַ מעגלעכן שלום. דאָס גורם זײַן נײַע וואַלן מיט אַ נײַעם תּוהו־ובֿוהו גראָד אין אַזאַ מאָמענט — וועט ווידער באַגראָבן די האָפֿענונג — אַזוי ווי דאָס איז געשען מיט אַכט יאָר צוריק, נאָכן דורכפֿאַל פֿון קעמפּ־דייוויד.

מיט אַכט יאָר צוריק האָבן די צוגעאײַל­טע וואַלן, וואָס ברק האָט געהאַט פּראָקלאַ­מירט, איבערגעריסן די המשך־געשפּרעכן פֿון דעם אָסלאָ־פּראָצעס וועגן אַ פֿולזײַטיקן שלום־אָפּמאַך — און האָבן אַ סוף געמאַכט צום אָסלאָ־שלום. ווײַל נאָך דעם דורכפֿאַל פֿון די געשפּרעכן אין קעמפּ־דייוויד, וועלכע ברק האָט גערופֿן בחפּזונדיק, אָן אַ גע­הע­ריקער צוגרייטונג און אין סטיל פֿון אַ קאָ­מאַנדאָ־דיקטאַט, און נאָך וועלכע ברק האָט פּראָק­לאַמירט, אַז "ישׂראל האָט נישט קיין פּאַרטנער" — זענען אָבער די אונטער­האַנד­לונגען נאָך אַלץ געוואָרן פֿאָרגעזעצט אין טאַבאַ און אין שאַרם אַ־שייך.

גראָד דעמאָלט האָט ברק באַקומען "קאַלטע פֿיס" און האָט, אויף דער פֿאָדערונג פֿון דער רעכטער אָפּאָזיציע, פּראָקלאַמירט נײַע וואַלן צו דער כּנסת, "כּדי צו באַקומען אַ נײַעם מאַנדאַט".

דעם מאַנדאַט האָט אָבער באַקומען ... אַריאל שרון, מיט זײַן ריזיקן נצחון איבער אהוד ברקן.

און ברק זאָגט, אַז ער האָט געלערנט פֿון זײַן געבענטשטער פּראַקטיק...

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 1טן אַפּריל 2008